בלאט 168 פון 213
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:05 pm
דורך קאמענטירער
קען מען זיך אליינס אויסטשעקן צו מען האט סיי וואספארא סארט קענסער? עפעס זאגוט מען אז ווי פריער מכאפט עס אלטס בעסערע טשאנסען איז דא פטור צו ווערן נאר אדאקטער קען עס אויסטשעקן? גראדע האביך נישט אויפגעכאפט אז מיין דאקטאר זאל עפעס טשעקן פאר קענסער ביי מיין יערלי טשעיקאפ
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:34 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:קען מען זיך אליינס אויסטשעקן צו מען האט סיי וואספארא סארט קענסער? עפעס זאגוט מען אז ווי פריער מכאפט עס אלטס בעסערע טשאנסען איז דא פטור צו ווערן נאר אדאקטער קען עס אויסטשעקן? גראדע האביך נישט אויפגעכאפט אז מיין דאקטאר זאל עפעס טשעקן פאר קענסער ביי מיין יערלי טשעיקאפ
דו קענסט שפירן א לימפ (lymph) און אפשר באמערקן אן אבנארמעליטי אויף די הויט, אבער מער-ווייניגער דארף מען אנקומען צו א דאקטער, און ער דארף אנקומען צו שווערע טעסטינג (לעבס וכדומה).
איך וויל נישט דא מאריך זיין, אבער מ'דארף זיין געווארנט נישט צו ווערן איבערגענומען מיט או.סי.די. איבער די ענינים, און ענדערש נעמען א מיטל וועג דורך עס אדורכשמועסן מיט א רופא תמידי (PCP) צו אפשאצן (assess) די ריסקס לויט דיין יאהרגאנג, מעדיצינישע היסטארי, און פאמיליע היסטארי. די טעסטס - און בעיקר די איבער-דיאגנאזירן - זענען פונקט אזא סכנה ווי נישט באמערקן די קענסער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:36 pm
דורך קאמענטירער
דאנט ווארי איך בין בכלל נישט פארנויעט כהאב מיר נאר סתם געוואונדערט אויב סאיז שייך אז איך זאל אליין קענען וויסען פון פאראויס א שכח פאר דיין תשובה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:39 pm
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
אלימפיקס (אידיש: אלימפיאדע) איז א ספארט שפיל וואס איז די פארמעסט פון אלע פארמעסטן, און קומט פאר יעדע פיר יאהר. עס ווערט אויסגעוועהלט א באזונדערע שטאט יעדעס מאל. די גאנצע באגריף - און איר נאמען - שטאמט פון די גריכישע קולטור.
עס זענען פארהאן באזונדערע ספארטן וואס ווערן געשפילט דארט (דייוון, שווימען, בעסקען באל,
וכדומה), און יעדע ספארט האט א גאלדענע, זילבערנע און קופערנע מעדאל צו געווינען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:40 pm
דורך קאמענטירער
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז הימל און ערד און אלימפיקס.
וואס מיינט די אלימפיקס וואס פארנעמען די העדליינס די לעצטע צייט?
צו זיין קלאר איך ווייס אויך נישט פונקטליך ווי נישט ווי רעדט מען נישט פון דעם ביי אונז אזויפיל אלימפיקס דארף צו זיין א פארמעסט וואס אלע וועלטס לענדער האלטען אפ יעדע עטליכע יאר אין יעדעס מאל אין א נדערער לאנד צו ווייזען אחדות, אז נאצי דייטשלאנד האט אויך אפגעהאלטען די אלימפיקס, רוסלאנד איז אויך געווען א גאסט געבער נישט לאנג צוריק און דער רוס האט אויס געגעבן א גוזמא פון געלטערצו פארשאפען פרישע דערפער און פאטריבען צענדליגע אייואוינער פון זייערע היימען, סיי וואסערע נאך ידיעות ער וועילקאם
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:35 pm
דורך גראף
נאך א חילוק איז דא. למשל יעצט איז די זומער אלימפעקס און ס'איז אויך דא ווינטער אלימפעקס. די זומער אלימפעקס איז גרעסער.
איעדע צוויי יאר איז דא אלימפעקס. יעצט אין 2016 איז די זומער אלימפעקס און אין 2018 גייט זיין די ווינטער אלימפעקס. אזוי קומט אויס סיי ווינטער און זומער געשעהנט איינמאל אין פיר יאר.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:00 pm
דורך קאמענטירער
כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:04 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?
ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:12 pm
דורך קאמענטירער
שלום על ישראל האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?
ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?
בעיקר סעלצער, מיין קליינער שוויצט אויך אבער סאיז נישט קיין ראיה ווייל זיינע באטיס זענען געווענליך ווארעם
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:26 pm
דורך שלום על ישראל
קאמענטירער האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:כהאב באמערקט ביי א איינעם וואס ער שוויצט ביים טרינקען סדא נאך איינער וואס האט אזא פענאמען? און פון וואס קומט עס?
ביי סיי וועליכער געטראנק, אדער נאר אלקאהאלישע געטראנקן?
בעיקר סעלצער, מיין קליינער שוויצט אויך אבער סאיז נישט קיין ראיה ווייל זיינע באטיס זענען געווענליך ווארעם
קען זיין דאס קומט נאכן א וויילע נישט טרינקן?
די גאנצע נאטור פון שוויצן איז די קערפער'ס מעטאד צו רעגילירן די קערפער-טעמפּעראַטור. נאכן א צייט וואס די קערפער באמערקט אז עס איז נישט פארהאן גענוג וואסער אין די סיסטעם, וועט עס אפשטעלן דאס אויסשפייען וואסער פאר שוויץ כדי עס צו האלטן פאר וויכטיגערע צוועקן. איינמאל מ'נעמט פריש אריין וואסער, וועט עס ארויסגיבן מער באלבאטיש די שוויץ צו נאכקומען די טריקענע צייטן.
זעה מער דערוועגן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:32 pm
דורך קאמענטירער
@שלום אז דו ווייסט אסאך איז שוין לאנג באקאנט, אבער קענען נעמען די ידיעות צום צווייטען לעוועל דאס איז שוין א מעגא חידוש, וואס לדעתי אפי' סאיז נישט ריכטיג די טעאריע איז עס אויך א חידוש און סוואלט מיר נישט בייגעפאלען צו צאמשטעלן אז אפשר קומט עס פון נישט טרונקען בעפאר.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:54 pm
דורך ונבנתה העיר
דער נאמען 'איינשטיין' איז מצד עצמו עפעס מער צוגעפאסט צום גאונ'ישען קלינג וואס עס פארמאגט היינט, אדער שפירט זיך עס נאר אזוי לאחר המעשה?
ווען ער וואלט געהייסן 'גאנץ' וואלט עס אויך אזוי גוט געשטימט? ער איז ממש א גאנץ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב א ראי' אז ס'איז יא די נאמען 'איינשטיין' וואס איז גורם.
ווייל אונז האבן דאך דא אן עילוי וחכימאה דיהודאה, ושמו יקבנו [tag]ונבנתה העיר[/tag]. טראץ זיין עילוי'שקייט, קומט שווערליך ארויס דאס ווארט 'ונבנתה', ס'איז עפעס א ווארט קרח מכאן ומשם.
אבל יש לדחות הראי', ווייל 'ונבנתה' האט בעצם נישט קיין מיינונג, און דערפאר 'ציפט עס'. משא"כ סתם א נאמען וואס האט פשט, ווערט יא נתקבל אלס ברענד-נעים אדאנק דער נושא שמו [בבחינת הארון נושא את נושאיו].
ויל"ע בחקירה זו הדק הטב...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 4:04 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
אז מ'רעדט שוין, וואס איז פשט פון אייער ניק ונבנתה העיר מיט א ה'? אין חב"ד זאגט מען אזוי? יעדע וואך ביי לכה דודי טראכט איך די זעלבע קושיא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:04 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, נוסח אדמוה"ז.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:30 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן: יעדע וואך ביי לכה דודי טראכט איך די זעלבע קושיא.
האסט אויך אינזין
אדנירם בי קריאת התורה פר' תרומה,
קל וחומר ביי קרבנות, און
המלוכה והממשלה שבת פאר ברוך שאמר?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:41 pm
דורך ונבנתה העיר
ביז תרומה איז א שיעור שכחה, קרבנות זאגט ער נישט, און המלוכה והממשלה איז נישט פאר'ן חי העולמים.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:48 pm
דורך קל וחומר
מענין לענין, פארוואס הייסט עס נישט קל מחומר מיט א מ"ם?
וואלט סאך בעסער דעפינירט דעם טערמין לדעתי הקלושה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:מענין לענין, פארוואס הייסט עס נישט קל מחומר מיט א מ"ם?
וואלט סאך בעסער דעפינירט דעם טערמין לדעתי הקלושה.
קל וחומר: לפענ"ד איז עס ווייל נישט אייביג קענמען ארויסלערנען דעם קל פונ'ם חומר. סיי לקולא און סיי לחומרא. ס'איז דא א סאך אויסנאמען. עפעס ליגט מיר אויפ'ן שפיץ צונג אין אנהייב פ' המפקיד. ווער ס'ווייסט זאלל זיך אנרופן און ברענגען דוגמאות. דערפאר הייסט עס קל וחומר. די משנה אדער ברייתא ברענגט אראפ דעם גרינגן דין און דעם הארבן.אבער נישט די הלכה...!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:29 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:מענין לענין, פארוואס הייסט עס נישט קל מחומר מיט א מ"ם?
וואלט סאך בעסער דעפינירט דעם טערמין לדעתי הקלושה.
לאו דוקא, אמאל איז לערנט מען ארויס דעם חומר פונעם קל.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:36 pm
דורך קל וחומר
חומר מיינט נישט מער חמור, ס'מיינט אז ס'וועגט מער אין איר מהות.
לדוגמה, מה דאך א פרוי וואס איז פטור ממ"ע שהזמ"ג איז חייב ביי וכו' א מאן וואס איז מחויב במ"ע שהזמ"ג אינו דין וכו'.
איז פשט אז מ'לערנט פונעם פרוי'ס 'שטארקייט' אינעם פטור ממ"ע שהזמ"ג.