בלאט 170 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 4:26 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז די איבערזעצונג פון "גיט" אויף עברית איז "אחוזה"
אדער "משק". דאי איבערטייטש פון דעם ווארט איז ענדערש א פארם. נאר ס'איז כמעט די זעלבע.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 4:49 pm
דורך היימלינד
ס'איז אויך דא ווארט אין עברית [נו פוי...] חווה מלשון חות יאיר
ס'איז אזא סארט פארם ווי מען ארבעט מיט די פעלדער און בהמות, אסאך ניצען עס פאר טערעפי.

אבער לכאורה איז "אחוזה" די ריכטיגע אפטייטש פון גיט

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 7:07 pm
דורך ברוך שפינוזה
Estate אין ענגליש, Gut אין הויכדויטש, אחוזה אין עברית.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:50 pm
דורך שמעקעדיג
מנשסתר האט געשריבן: "גיט" געזאגט

אבער נישט גוט געספעלט...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:55 pm
דורך קהל'ס נער
מיין רבי האט געטייטשט אחוזה א ארבטייל.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:50 am
דורך תשפג
ווי אין שמונה עשרה בעט מען פאר געלט?
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:01 am
דורך berlbalaguleh
היימלינד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:56 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:54 pm
דיכטער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:43 am רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.

אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"

ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט צו א סאך מעשיות פון די שבחי הבעש"ט. רוב מעשיות הייבן זיך אן דארט מיט א גיעט. א קרעטשמע און אן ארענדאר וואס האט דאס געדינגען אין ארענדע פון א פריץ.
האסט אויסגעלאזט די בעל עגלה פון די מייסע :)
דאס דארף מען שוין נישט צו דערציילן. א יעדער ווייסט אז קורץ נאך הבדלה, נאך פאר די בעש"ט האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה האט ער געהייסן שפאנען פערד און וואגן. און אלעקסעי דער בעל עגלה פונ'ם בעש"ט האט זיך אויסגעדרייט צו די מענטשן און ער איז איינגעשלאפן. פלוצלינג האט זיך די פערד און וואגן געהויבן אין די לופטן און מ'האט אנגעהויבן צו פליען איבער שטעט און דערפער מיט קפיצת הדרך. ביז מ'איז אנגעקומען צו א ווייטן פארשטופטן דערפל וואס האט באלאנגט צו דעם פריץ פון די געגנט. און ביים עק פון דארף איז געשטאנען א קרעטשמע וואס א איד האט געהאט אין ארענדע ביים פריץ. דארט איז אויך געווען א גי(ע)ט. שוין. די איבעריגע טיל פון די מעשה ווייסט דאך א יעדער. דער בעש"ט מיט זיינע חסידים זענען אריין אין קרעטשמע...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:50 pm
מנשסתר האט געשריבן: "גיט" געזאגט

אבער נישט גוט געספעלט...
דערפאר האב איך עס אריין געלייגט צווישען טשופשטיקעס....
צו ווייזען אז עס איז בדרך מליצה גרידא

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 6:12 pm
דורך פוילישע פעפער
תשפג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:50 am ווי אין שמונה עשרה בעט מען פאר געלט?
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…
דערמאנסט מיר פון א ענדליכע ווערטעל
מטרעפט ביי תפילת שמונה עשרה יעדע סארט בקשה
דעת, תשובה, רפואה, פרנסה, גאולה וכו'
פארוואס בעהט מען נישט פאר א גוטע וויקאציע?
מזאל טרעפען א גיטע ווילא, א גוטע פול, די קינדער זאלען נישט משוגע מאכען, וכדומה?
דער תירץ איז אז מ'בעהט יא
"ושים חלקנו עמהם"..............

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:15 pm
דורך היום
אן עלטערער יוד האט זיך אזוי אויסגעדריקט אין מקוה און מיטן א העפטיגן שמועס צווישן די יונגערלייט איבער די שטייגענדיגע געז פרייזן,
״איך ווייס נישט ווי די גאנצע נושא איז נוגע, ווען אימער די געז לעמפל אין מיין קאר צינד זיך אהן, פאר איך אריבער צום געז סטעישן און פיל אהן פאר $20 רעגולאר - שוין 50 יאר אלעמאל די זעלבע״…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:01 pm
דורך שמן למאור
פוילישע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 6:12 pm
תשפג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:50 am ווי אין שמונה עשרה בעט מען פאר געלט?
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…
דערמאנסט מיר פון א ענדליכע ווערטעל
מטרעפט ביי תפילת שמונה עשרה יעדע סארט בקשה
דעת, תשובה, רפואה, פרנסה, גאולה וכו'
פארוואס בעהט מען נישט פאר א גוטע וויקאציע?
מזאל טרעפען א גיטע ווילא, א גוטע פול, די קינדער זאלען נישט משוגע מאכען, וכדומה?
דער תירץ איז אז מ'בעהט יא
"ושים חלקנו עמהם"..............
א איד איז געפארן קיין פלארידא צו מיאמי ביעטש, ווייל אסאך צדיקים ליגן דארטן.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:13 pm
דורך היום
שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:01 pm א איד איז געפארן קיין פלארידא צו מיאמי ביעטש, ווייל אסאך צדיקים ליגן דארטן.

דארט ווי מען טרעפט די רבי/עושר בעירום ובחוסר כל…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 6:19 am
דורך נעקסט לעוועל
תשפג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:50 am ווי אין שמונה עשרה בעט מען פאר געלט?
ביי די ברכה פון ועל הצדיקים… ״ושים חלקינו עמהם״…
מענין לענין, גייט וויירעל יעצט

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 6:41 am
דורך cictim
דרעזנער זאגט אויף קול מבשר תמחה את זכר עמלק - מיינט מען "לרבות אחיך הגדול"....

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:27 am
דורך היום
פארציילט מען אויף איינער פון די אמאליגע חזנים, וואס האט שוין נישט אזוי שטארק געהאלטן ביי יודישקייט, האט זיך עהם אמאל געמאכט א פיינעם קאנטרעקט ביי א פרומען שול, האט ער זיך פרום צוגעשטעלט.
איין שבת צופרי האבן צוויי פון די ראשי קהילה אריינגעוואקט צו עהם און צימער און עהם געכאפט מיט א אנגעצינדערנער צוגאר און מויל, עס איז געווארן אזא אומבאקוועמער שטילקייט דארט, ביז ער האט זיך געגעבן א כאפ, און זאגט זיי ״אנטשאלדיקט, אבער איך בין יעצט פארנימען, איך קען נישט יעצט רעדן, קומט צוריק און אזא נאך א האלבע שעה״.
ווען זיי זענען צוריק געקומען האבן זיי עהם געטראפן אנגעטיען און טלית און תפילין.
פרעגן זיי ״ס׳איז דאך שבת היינט, תפילין לייגסטו?״
שטעלט ער אהן אויף זיי א פאר דערשראקענע אויגן,
״היינט איז שבת? אוי וויי איז מיר!, איך האב דאך פריער פארויכערט א צוגאר״…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:48 am
דורך היום
עשרת ימי תשובה שטייען יודן ביים וואסער צו זאגן תשליך.
קומט דארט אהן איינער, זאגט שנעל אפ די פסוקים און ווארפט אריין א פאר הויזן און רעקל אין וואסער אריין.
״הלו רעב יוד!״ שרייט צו עהם איינער, ״ מען דארף נישט! מען דארף נישט!, בס״ה איז דא אזא מנהג פון אויסשאקלען די טאשען, נישט מער פון דעם!״
״מישט אייך נישט אריין און זאכן וואס איר ווייסט נישט״, ענפערט צוריק דער ווארפער.
״וואס הייסט? וואס איז דא מער צו וויסן דא?״ פרעגט ער עהם.
״דארפסט פארשטיין״ איז דער ווארפער מסביר, ״ביי מיר איז עס נישט נאר די טאש פראבלעמאטיש, די גאנצע אנצוג איז א גע׳גנב׳עטער״….

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 3:28 am
דורך היום
א משגיח אין ישיבה רופט אריבער א בחור, פרעגט עהם, ״ס׳איז אמת וואס איך הער אויף דיר?״
״וואס הערט דער משגיח?״
״לעצטענס הער איך אז די נעמסט פון די סחורה… די ווייסט.. דיע וואס מאכט הויעך… אמת?״
״און פון ווי ווייסט דאס דער משגיח״? פרעגט דער בחור
״איך האב זיך מיינע מקורות״ זאגט דער משגיח, ״עוף השמים יוליכי את הקול״…
״אזוי?״ ענפערט די בחור, ״צום משגיח רעדן פייגלעך, און איך בין אויף דראגס?״…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:41 pm
דורך פוילישע פעפער
סאיז געוועהן איינער וואס איז אריין געקומען איו א היט געשעפט און געזאגט םאר די בעה"ב
איך גיי זיכען פארקינג פאר מיין קאר, איך בעהט דיך האלט די פרייז פאר מיר ביז איך קום צרויק...................

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 2:02 pm
דורך פוילישע פעפער
איינער איז אמאל ארויף אויפן סקעיל און ער האט זיך צואמגעקוועטש זיין בויך.
זאגט אים איינער עס מאכט נישט אז מען זאל וועגן ווייניגער!!
ענטפערט אים יענער איך וויל פשוט זען די נומבערס...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 2:04 pm
דורך פוילישע פעפער
עס זענען ארויפגעקומען אויף א ערעפלאן 3 מענטשן א איד א גוי און א אראבער... און די פיילאט קומט צו צו זיי און זאגט: פליז גייטס אראפ פון די ערעפלאן איך דארף נישט קיין דזשאוקס דא.....

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 2:10 pm
דורך פוילישע פעפער
ווי אזוי זאגט מען אויף ספאניש "איינציגע באשעפער"???
אנא השם...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 4:40 pm
דורך היום
פורים נאכמיטאג, שטעלט א פאליציי אפ חאטצקל׳ס קאר.
״וואס איז די פראבלעם?״ פרעגט חאטצקל פון דער פליצאנט.
״דיין קאר פארט נישט גראד אויפן לעין״ זאגט דער פאליס, ״די ווילסט מיר מסביר זיין פארוואס?״
״קוק מיך אהן״ זאגט ער פארן פאליס, ״היינט איז פורים ביי אונז, און איך בין שוין געווען פארברענגען היינט דא און דארט, איך האלט שוין נאכן טרינקען אזא 12-10 כוסות וויין״.
״אזוי״ צולאכט זיך דער פאליס, ״אהא!, גוט, גוט, יעצט פארשטיי איך פארוואס די האסט געלאזט דיין ווייב דרייוון״…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 6:32 pm
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 2:10 pm ווי אזוי זאגט מען אויף ספאניש "איינציגע באשעפער"???
אנא השם...
דארף מען מסביר זיין פאר די וועלכע קענען נישט ספאניש. אין ספאניש הייסט "אנא" איינס.