בלאט 18 פון 23
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:33 am
דורך מאטי
צו מיין שלימזל פארשטיי איך נישט קיין אות אחת פון די חמש מגילות.
הצד השווה ביניהן, זיי פאדערן טאלאראנץ, אבער אומדירעקט.
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 11:14 am
דורך רעינבאו דעש
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס שפעקעלירט ערענסט, אז דער מיסטריעזער ניק 'רעינבאו דעש' איז איינער פון די "בני משה" וואס פרובירט אנקניפן קשר פון די אנדערע זייט סמבטיון?
ניין. רעינבאָו דאש (Rainbow Dash) איז א פיקטיווער, בלויער פעגאסוס (פערד מיט פליגלען) פּאָני כאראקטער פונעם קארטון סעריע "מיין קליינער פּאָני: פריינטשאפט איז צויבער" (My Little Pony: Friendship is Magic). זי איז געווען דער אינספיראציע פאר מיין באניצער נאמען. דאס איז א בילד פון איר:

בין איך בלויז א "בראָני" (brony) וואס רעדט יידיש.
BTW, "באב דער קאנסטרוקטאר" איז א בריטישער סעריע.
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 12:02 pm
דורך ירח בן יומו
וואס האט געזען היינט אסאך אנגעציגענע מענטשן אין בית מדרש?
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 2:04 pm
דורך קל וחומר
וואס טשעקט אריין יעדע פאר מינוט אין ק"ש צו קוקן פאר אפדעיטס?
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 2:06 pm
דורך גר ותושב
קל וחומר האט געשריבן:וואס טשעקט אריין יעדע פאר מינוט אין ק"ש צו קוקן פאר אפדעיטס?
ניין בוסט נישט די איינציגסטע
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:41 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס האט מוחין פון זיך אריינלייגן אינעם מיינדסעט פון א גוי וועלכער וואוינט איינער אליין ארומגענומען מיט אידן?
ווער קען
איהם?...
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 1:31 am
דורך [NAMELESS]
וואס האט דעם געפיהל אז דרייפערטל אנאנימע אשכולות אין מאחורי זענען געשריבן געווארן דורך נישט קיין צווייטער ווי דעם בארימטן לץ [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] וואס דמיונ'ט זיך אויס יעדן שני וחמישי פרישע "פראבלעמען"?
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 2:05 am
דורך zurich
וואס ווארט פאר לייקס בכליון עיניים
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:01 am
דורך קאצקע ציקער
וואס דער טעלעפאן ווערט פארפלייצט פון טעלעגראם מעסעדזעס אז מען קען משוגע ווערן
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס האסטו טעלעגראם?
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:40 am
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:וואס ווארט פאר לייקס בכליון עיניים
איך 'עלל דיך פרעגן אן אנדערע קשיא. דו ביסט שוין דא אריינגעסיינט אויף קאווע שטיבל זייט מאי דעם 16'טן יארע 12'ער. ולמספרם...ווייסעך נישט. און דו האסט נאכנישט קיין 1000 תגובות...?
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:47 am
דורך [NAMELESS]
ער איז זייער א שטילער מענטש...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 9:41 pm
דורך דער דאס
וואס נעמט אראפ די לעיבעל, פון די גראסערי ארדער באקסעס, פאר מ'ווארפט עס ארויס?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:23 pm
דורך יואב
דער דאס האט געשריבן:וואס נעמט אראפ די לעיבעל, פון די גראסערי ארדער באקסעס, פאר מ'ווארפט עס ארויס?
לכאורה. פון וואס האסטו מורא, ווייל דו לייגסט דאס אריין ביים שכן, אדער אז די רעגירונג וועט שמעקן אין די באקסעס זאכן וואס ס'איז נישט ערלויבט צו קויפן מיט פוד-סטעמפס, זיי וועלן נאכגיין דיין גראסערי אקאנטע און זען אז ס'איז אמת?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:דער דאס האט געשריבן:וואס נעמט אראפ די לעיבעל, פון די גראסערי ארדער באקסעס, פאר מ'ווארפט עס ארויס?
לכאורה. פון וואס האסטו מורא, ווייל דו לייגסט דאס אריין ביים שכן, אדער אז די רעגירונג וועט שמעקן אין די באקסעס זאכן וואס ס'איז נישט ערלויבט צו קויפן מיט פוד-סטעמפס, זיי וועלן נאכגיין דיין גראסערי אקאנטע און זען אז ס'איז אמת?
לכאורה ווייל זיין גראסערי לייגט ארויף די חוב וואס ער איז שולדיגט פאר אווער 120 דעיס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:55 pm
דורך דער דאס
גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)
און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)
ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?
למעשה בין איך דער איינציגסטער???
נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:57 pm
דורך ליפא
אז דיין טאטע טוט עס אויך ביזטו דאך נישט דער איינציגסטער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:03 am
דורך שלום על ישראל
דער דאס האט געשריבן:גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)
און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)
ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?
למעשה בין איך דער איינציגסטער???
איך האב נישט די חזר'יי בשיטה, און נאך קיינמאל נישט געהאט קיין גראסערי חוב מער פון אפאר טעג פאר אפאר דאללער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:09 am
דורך דער דאס
ליפא האט געשריבן:אז דיין טאטע טוט עס אויך ביזטו דאך נישט דער איינציגסטער
ער פלעגט עס טוהן, היינט שוין נישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:27 am
דורך berlbalaguleh
דער דאס האט געשריבן:גראדע האב איך נישט קיין פ.ס. (נישט בשיטה כ'בין פשוט נישט אנגעקומען צו מאכן.)
און כ'בין ברוך השם נישט שולדיג אין גראסערי. (כ'האב שוין אמאל געשריבן)
ס'איז א זאך וואס כ'האב מיך אזוי איינגעוויינט, ביי מיין טאטע זז"ג איז עס געווען א שטארקע זאך. גירסא דינקותא?
למעשה בין איך דער איינציגסטער???
איך ווייס פון עקספיריענס (ליידער) אז דער עיקר טעם פארוואס מ'נעמט אראפ דעם לעיבל איז ווייל מ'האט א כוונה תחילה דאס צו דאמפן ביים שכן. אין מיין פריערדיגע דירה וואו כ'האב געוואוינט איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. און עטליכע היימישע שכנים האבן זיך ערלויבט דארט צו דאמפן זייער גארביטש. איינמאל ביניך פונקט געשטאנען ביים פענצטער פון מיין דירה ווען איך זעה א שכן וואס האט געברענגט א פעקל מיט גארביטש. נאר פאר ער איז אוועקגעגאנגען האט ער מדקדק געווען אראפצושניידן זיין אדרעס מיט א מעסער'ל. ביניך געגאנגען און איך האב איהם צוריקגעטראגן דעם גאנצן משלוח און אראפגעלייגט ביי זיין טיר. און ער איז נאך געקומען מיט טענות. האביך איהם געזאגט. ר' איד איך האב דיך געזעהן (כ'האב אפילו א פיקטשער. כך אמרתי) ווי דו ברענגסט דיין סחורה און דו שניידסט אראפ דעם נאמען מיט די אדרעסס...!
א צווייטן עפיזאד. איך בין א תמימות'דיגער מענטש בטבע. איינמאל ביינאכט נאך מעריב זעה איך ווי א שכן שלעפט א גרויסן פעקל. אן אלטן אויל קלאטה (ווער ס'ווייסט נאך וואס דאס איז) איך. נאר, בין געגאנגען איהם העלפן שלעפן דעם פעקל. וואו האט ער עס געשלעפט...? צו דעם קהל'ישן דאמפינג גראונד. אין פראנט פון מיין פענצטער...
ווען כ'האב אים געזאגט אז די שטאט גייט לייגן קעמערעס, האט ער זיך א ביסל דערשראקן און ר'האט גענימען טענה'ן אז א יעדער לייגט דארטן די גארביטש...!
ומעשה שהיהי כך היה. ס'איז געווען ביי א קארנער. (פונקטליך וואו וויל איך נישט שרייבן, משום גילוי...) און מיין לענדלארד האט געהאט א סטאר. און דער עולם האטציך איינגערעדט אז ס'איז א פאבליק פלאץ. אבער למעשה האט ער באקומען די טיקעטס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:43 am
דורך דער דאס
אז דיין שכן טוט אויך אזוי, בין איך רואיג אז איך בין נישט דער איינציגסטער...
אבער לייגן גארבעדזש ביים שכן? פליז זיי מיך נישט חושד מיט דעם, איך האב ב"ה גענוג פלאץ אין מיין אייגענע פראנט יארד, די חברה קומען אויפפיקען עטליכע מאל א וואך.
כ'האב פלעין אויפגעפאסט, ביים ארויס טראגען די באקסעס היינט, אז איך נעם אראפ די סטיקערס, כ'האב מיך יעצט געכאפט אז איך טוה אזוי אייביג..
Re: בין איך דער איינציגסטער?...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:08 am
דורך פליקער
איך האב אויך בירושה די געוואוינהייט, אראפ פליקן די לעיבל, די סיבה איז ווייל די גארבידש טיקעט טיילערס געבן טיקעטס אייף די נעמען וואס שטייט אויפן באקס, זיי פרייען זיך צי זען א נאמען, איך האב שוין זעלבסט אמאל געהאע אזא מעשה, און דאס האט מיר געגעבן א שטיפ אז יא מיין אלטער מאן ווייסט יא וואס טיצעך מיטזעך.
Sent from my VS987 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן:איך האב אויך בירושה די געוואוינהייט, אראפ פליקן די לעיבל
שטימט טאקע מיט דיין נאמען.