בלאט 18 פון 46
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:50 pm
דורך ונבנתה העיר
אז א מצורע מוחלט איז מותר בתשמיש [נאר די זיבן טעג ווען ער איז זיך מטהר איז ער אסור].
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:54 pm
דורך דריידל
אין ניו דזערסי קען מען באקומען א טיקעט פאר האבן א gps אויפ'ן ווינדשילד
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:57 pm
דורך ישראל קאפקע
אז סאיז פארהאן א לאנד מיטן נאמען מאסעדאניע (Macedonia)
איך האב באקומען און ארדער פון דארט, איך קען דעם נאמען אלס א געגנט אין די רוימישע, ביזאנטישע אימפעריעס, כהאב אים כמעט געשיקט א מעסעדזש פרעגן אין וועלכע לאנד דאס געפונט זיך he wouldn't have been pleased!
אויך אז די הויפטשטאט פון טערקיי הייסט איסטא''נ''בול נישט איסטא''מ''בול,
און איך האב גאר געמיינט אז איך בין א גרויסע ידען אין געאגראפיע!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:15 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה וועלכע לאנד איז עס טאקע? און פארוואס וואלט יענער נישט געווען געפליעזט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:53 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:58 pm
דורך מנחם
אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:37 pm
דורך petergrifin
אז ס׳איז נארמאל צו זיצן אין טרעפיק װען מען צאלט געלט צו פארן קײן מאנהעטען מיט די בעטערי טונעל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:01 am
דורך שת.אדמזאהן
מנחם האט געשריבן:אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.
איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:36 am
דורך משולם שטיינפעלד
שת.אדמזאהן האט געשריבן:מנחם האט געשריבן:אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.
איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?
לכאורה איחוד-מוסדות-באבוב45 איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ - באבוב
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:47 am
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה וועלכע לאנד איז עס טאקע? און פארוואס וואלט יענער נישט געווען געפליעזט?
יעדער וואלט געווען אנטוישט אויב איינער פרעגט עם אזא שאלה, דו ווייסט ניטאמאל אז מיין לאנד עקזיסטירט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:04 am
דורך דריידל
תכנת שבת זענען די ווערטער עפ"י תשר"ק, דאס ווייסט (כמעט) יעדער. איך בין אבער לעצטענס געוואר געווארן אז גלייך נאכדעם קומט מנצפ"ך - מ'סיני נ'צטוו צ'ווי פ'עליה כ'ראוי.
נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:16 pm
דורך מנחם
שת.אדמזאהן האט געשריבן:מנחם האט געשריבן:אז די בעסטע שאויער אין איחוד, איז שוואכער ווי די שוואכסטע אין ראפשיץ.
איחוד מוסדות באבוב? איחוד מוסדות גור? וועלכע איחוד? און וועלכע ראפשיץ? בארא פארק, קרית יואל, און אשדוד?
איחוד קאנטרי, ראפשיץ ב"פ.
ע"ד וחברון שבע שנים נבנתה לפני צוער מצרים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:49 pm
דורך לעמיל
אז דער פסוק מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו מיינט פשוט פשט אז דיינע שונאים וועלן אוועגיין פון דיר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:48 pm
דורך מאטי
אז לעבן דשעי עף קעי פאסאנזשיר טערמינאל ביים זייטיגן ראוד איז פארהאן א שטח וואס רופט זיך "סעל פאון לאט", וואו ציווילע אוטא'ס וואס ווארטן אפצונעמן זייערע באקאנטע, קענען דארטן געדולדיג אויסווארטן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:59 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:56 pm
דורך שמעקעדיג
מאטי האט געשריבן:אז לעבן דשעי עף קעי פאסאנזשיר טערמינאל ביים זייטיגן ראוד איז פארהאן א שטח וואס רופט זיך "סעל פאון לאט", וואו ציווילע אוטא'ס וואס ווארטן אפצונעמן זייערע באקאנטע, קענען דארטן געדולדיג אויסווארטן.
יישר כח מאטי!
וואו איז דאס? לעבן וועלכע טערמינאל? גיב ארויס ביטע מער אינפארמאצי, עס קען צוניצקומען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:58 am
דורך מאטי
ווען מ'קומט אן צום עירפארט הייוועי (דארט וואו די טערמינאל סיינס הייבן זיך אן) איז פארהאן א סיין (אין בלוי) מ'כאפט זיך נישט ווייל מ'ווייסט נישט דערפון. אין פאקט איז אויך דא א סיין אין 'עירפארט' וואס פירט צום "סעל פאון לאט."
נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:01 am
דורך דריידל
ושב ד' אלקיך את שבותך איז טייטש די באשעפער וועט צוריקקערן דיינע געפאנגענע. נישט ווי אסאך מענטשן טייטשן דיין צוריקקער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 5:36 pm
דורך נולד מאוחר
אז וויין דארף מען האלטן אוועק פון ליכטיקייט.
אויך ליגעדיג אז דא קארג זאל בלייבען פיייכט.
m.wikihow.com/Store-Wine
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:48 pm
דורך לית דין בר נש
good morning America
אגב דיין cream Malaga קענסטו האלטן גלייך!
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:26 am
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:good morning America
אגב דיין cream Malaga קענסטו האלטן גלייך!
מ'רעדט דאך נישט פון די געוויינליכע "זיסע" וויינען וואס אינז פשוט'ע חי-וקיים'ס טרינקען פאר קידוש. דא רעדט זיך פון די "דריי"/טרוקענע וויינען מיט די פאני פראנצויזישע און טערקישע נעימען וואס מ'קען ניטאמאל ארויסזאגן. דאס ווערט דאך געטרינקען דורך ספעציעלע "מבינים". וועלכע זענען זייער שטארק קולטורעל פארגעשריטן און האבן א ספעציעלן "טעם" און וויסנשאפט. און זיי צאלן אוועק א סאך געלט פאר א פלעשל פון דעים ספעציעלן, זויערן וויין, וואס איך וואלט אויסגעגאסן אין סינק...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 3:02 am
דורך קינד_אן_קייט
אז דער מושג Private
Eye מיט וואס פריוואטע דעטעקטיוון ווערן קאטאגאריזירט עד היום הזה, שטאמט פון די
פינקערטאן (די ערשטע געהיימע אגענטור און שפיאנאזש מייסטער פון אמעריקא) סימבאל וואס האט געהאט אן אויסגעמאלענעם אפענעם אויג מיט די ווערטער: ״
We Never Sleep״.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:18 pm
דורך פליקער
די טייטש פון "אז ידבר אילימו"
פשוט פשט איז , "דאן וועט ער רעדן צו זיי"
דער מטה לוי טייטשט
"דאן וועט ער אויס מערדערן זייערע שטארקע", מלשון אילי מואב