בלאט 18 פון 26

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
דורך סאשי פיש
פילון האט געשריבן:שלו' עליכם טייערע אידן. איך האף זיך צו באקענען מיט ענק.

אפשר קונסטו מסביר זיין וואס עס מיינט דיין ניק נאמען [tag]פילון[/tag] ???

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:11 pm
דורך פילון
עס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 10:13 pm
דורך יאנקל
שלום עליכם ידידיה הכהן.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:30 pm
דורך פילון
עליכם השלו' יאנקל. און ישר כוח זר זהב פאר'ן מיך ענטפאנגן ווארעם און סאשי פיש פאר'ן זיך פאראינטערעסירן.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:32 pm
דורך קאווע טרינקער
פילון האט געשריבן:עס איז א נאמען, גענוי ווי אנדערע נעמען.

ס'דא "מדרש פילון".
דער אוצר הספרים אין ישיבה האט דאס נישט געהאט, אבער א דאנק הרב פינטער'ס שמות געשעפט בין איך געוואר געווארן פון פילון און זיין מדרש. עס איז צום האפן אז דער ניק פילון וועט אונז מהנה זיין.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:38 pm
דורך פילון
ישר כוח קאווע טרינקער פאר די אויפנאמע. איך ווייס נישט צו איך וועל קענען מהנה זיין ווי פילון זעלבסט, אבער א ייד דארף פרובירן!

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 11:44 pm
דורך סאשי פיש
ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען מיטען גאנצען קנאק זעסטו אויס גוטע נייעס!!!!

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:36 am
דורך יצחק לאווי
שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:05 am
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:עליכם השלום. סעים העיר

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:59 am
דורך מאראנצןזאפט
עליכם השלום טייערער ר' יצחק, הכרת פנים ענתה אז מ'רעדט דא פון א בר הכי, יהא בואכם לברכה, גיסט אייך אן א גלעזעלע און לאזט אייך הערן.
ליידער האבן מיר נישט די דרייסטקייט ווי אייך ארויסצוקומען מיט'ן פולן פראכט, און מיר ווילן זיך יא באהאלטן אונטער אונטערשריפטן פון מאראנצןזאפט און תושבי העיר הכואבים. אין פאקט איז קאווע שטיבל געגרינדעט און באזירט אויף פרינציפן פון אנאנים און איסור גילוי, אפשר אז איר וועט זיך דא דרייען א שטיק צייט וועט איר אונז אביסל פארשטיין.
ברוכים הבאים בשם!

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:53 am
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם אלע טייערע און חשוב'ע ניקס, כל אחד בשמו או בניק הטוב יבורך.
בשמחה רבה וברגשי גיל וחדוה אנו מקדימים את האורחים החשובים, גר ותושב אתם עמנו, א גר יעצט, אבער א תושב בקרוב, האפענטליך וועט איר אונז אלע מהנה זיין מיט ענקער פעדער!

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 1:35 pm
דורך גלעקל
יצחק לאווי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט

איר ווערט שוין דערמאנט לטובה אין קאווע שטיבל דורך [tag]קארל[/tag] דא. נומער 6.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם ר' גלעקל.
קע"ה קאווע שטיבל איז פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאוד....

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 6:33 pm
דורך 10952
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט פון די נייע ניק [tag]10952[/tag] וואס מיינט עס?


א דאנק פאר אייער אינטערעסע. איך מיין אז [tag]moti107[/tag] האט שוין פארענטפערט די מיסטעריע...

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:20 pm
דורך קופערניקוס
יצחק לאווי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.


געבענטשט זאל זיין די טאג!
א אדם מן היישוב, מיט א בלאנדע פילע בארד און היימישע נאמען, א רייכע שפראך און דרייסטקייט שטעלט זיך ארויס, הנני! דא בין איך.
סימבאלן האבן מיר שוין געהאט גענוג, אבער יעצט האבן מיר אן עכטע מענטש, און בדרך אגב, דיין הערליכע מאמר אין די הפעמון האב איך געליינט, חזק ואמץ!
לאמיר אים אלע נאכמאכן, לאמיר אויפהערן מיט די פחדנישע קינדער שטיק, לאמיר זיך באזעצן אין תשע"ב.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:25 pm
דורך טעפל
יצחק לאווי האט געשריבן:שלום עליכם טייערע ידידים און פריינט , דא בין איך במלוא יפי והדרי, בשם המפורש, מיט אלע אינפארמאציע.
דא וועל איך שטיין אונטער מיינע מיינונגען, אלעס מיט מיין נאמען מיין בילד אן זיך באהאלטען אינטער מאדנע ניק-נעמען און אן מורא האבען פון די אייגענע שאטן.
ואליכם אישים שומרי משמרת הקודש אקרא, אז איר האט א פארבלעם מיט עפעס וואס איך שרייב, זייט מוחל הייבט אויף א טעלעפאן, שיקט מיר אן אימעיל, אינבאקס מיר אויף מיין פעיסבוק, שיק מיר א פאקס, שרייבט מיר א צעטל אויף א פאפירוס, שיק מיר א בריעף מיט א טייבל, שרייבט מיר אויף די פארע וואס זאמלט זיך איין אויף מיין פענסטער, קאנטעקט מיר עני וועג וואס עטס ווילסט, נאר מיט איין תנאי, אז איר חתמ'ט זיך אינטער מיט אייער פילער נאמן אן זיך באריפען עפעס א מאדנע פאשקיוויל אינטערשריפט נאמען. מיט 'היהדות החרדית', 'בני הישיבות', 'מרנן ורבנן', 'מקום חותם הבד"ץ', וועל איך נישט האבען צוטוהן.

טייערער ר' יצחק קודם כל שלום עליכם, שנית פון וואנט זאל איך וויסען אז איהר זענט עס כ'קאן נישט דעים יצחק'ן, מארגען קען איך מאכען א ניק זעמל קעניגשטיין מיט א ריזען בילד, גיי ווייז אויף אז ס'איז דו!! לאמיר זעהן פראק דיך אויס דא, אימעיל, טוויטער, פייסבוק וגו'.....די עיקר יהא בואכם לברכה!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:30 pm
דורך סופר ומונה
[tag]טעפל[/tag], יצחק לאוויס פייסבוך און טוויטער זענען אנגעוויזן אונטער זיין בילד.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:41 pm
דורך יצחק לאווי
קופערניקוס האט געשריבן: לאמיר זיך באזעצן אין תשע"ב.

איך ווייס נישט וועגן אייך קופערניקוס, אבער ביי מיר איז שוין תשע"ג, 2013 למספרם. ;)

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:44 pm
דורך משה געציל
ס'איז גארנישט, די ווייץ שניט יארן לויפן אביסל אנדערשט.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:45 pm
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:ס'איז גארנישט, די ווייץ שניט יארן לויפן אביסל אנדערשט.

וואלט ער געדארפט שרייבן תשע"ד..

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:48 pm
דורך משה געציל
אין משיבין על הדרוש...

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:48 pm
דורך זר זהב
:)

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 4:14 pm
דורך יידל
שלום עליכם הרב לאווי.