בלאט 18 פון 213

וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:38 pm
דורך נס קאווע
אין יעדע טשייניז אוקשען היינט קומט א ראפעל לשם שמים אמאל קאסט עס $10 אמאל $20 און אמאל $36, ווער ס' זוכט צו קויפן א ראפעל און דוקא דאס ווייס איך טאקע נישט אבער וואס איך וויל וויסן איז ווער איז עס מנדב? עס שטייט ניטאמאל הרוצה בעילום שמו, קען זיין הרוצה וויל נישט מען זאל וויסן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:40 pm
דורך זר זהב
איינער קען מסביר זיין די נייע וואפן פונעם פענטעגאן?

http://www.businessinsider.com/beoings- ... ct-2012-10

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:57 pm
דורך הציץ ונפגע
זר זהב האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין די נייע וואפן פונעם פענטעגאן?

http://www.businessinsider.com/beoings- ... ct-2012-10

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די נייע סיסטעם ווארפט מייקראוועיוו שטראלן אויף א געביידע, און אלע עלעקטראנישע פארבינדונגען אין דעם געביידע שטארבן אפ!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:59 pm
דורך זר זהב
דאס איז ניי? ערגעץ וואו האביך געליינט א שטיק צייט צוריק אז דאס איז איינע פון די פלענער וואס מדינת ישראל פלאנט צו טון מיט איראן.

ליין דא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:05 pm
דורך הציץ ונפגע
זר זהב האט געשריבן:דאס איז ניי? ערגעץ וואו האביך געליינט א שטיק צייט צוריק אז דאס איז איינע פון די פלענער וואס מדינת ישראל פלאנט צו טון מיט איראן.

ליין דא

דארט רעדט מען פון עלעקטראמאגנעטיק פולס, און דא פון היי-פאוער מייקראוועיווס. וואס די דיפערענץ איז? כ'מיין אז מייקראוועיווס קען מען אסאך בעסער קאנטראלירן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:06 pm
דורך זר זהב
אהא, הער איך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:10 pm
דורך הציץ ונפגע
אויף וויקיפידיע זע איך אז דאס איז יא א סארט עלעקטראמעגנעטיק וואפן. http://en.wikipedia.org/wiki/Electromagnetic_weapon

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:32 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון וואפן, איז אזוי:
פארוואס איז נאך נישט פאראן א וואפן וועלכע מען שיסט אויף א פלאץ, און אלע אין געגענט אדער בנין שלאפן תיכף איין א טיפער שלאף?
וואלט דאס נישט געווען דער בעסטער וועג צו באהאנדלען, למשל, טעראריסטן, משכונות כאפער, וכדומה?

איך האב אמאל געליינט וועגן א שטינק באמבע, און אין די שטערן וועגן א באמבע וועלכע מאכט טויב אלע אין די געגנט.
איך מיין אבער אז א שלאף באמבע וואלט געווען די בעסטע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:23 pm
דורך איחוד פעלד
רוסלאנד האט אמאהל פראבירט דאס צו טוהן ווען טעראריסטען האבען פארכאפט א טעאטער, און די רעזאלטאטען זענען געוועהן פאטאל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:29 pm
דורך זר זהב
פון רוסלאנד איז נישט א רייע, זיי טויגן צו גארנישט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:55 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.


געפילטע פיש האט געשריבן:מ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.


טו סעט די רעקארד סטרעיט, איז וויכטיג צו וויסן דאס פאלגענדע.
קדם פארקויפט אויך א "לייט" גרעיפ דזשוס, וואס האט נאר א דריטל די קעלאריס פון געווענליכע גרעיפ דזשוס.
זיי לייגן אליינס צו וואסער און נאך אפאר באשטאנדטיילן וואס מאכט די גרעיפ דזשוס "לייכטער".
די קאמפאני "טעם פרי" מאכט אויך אזא סארט גרעיפ דזשוס ווי זיי לייגן אריין וואסער און צוקער.
און די אלע זענען כשר לקידוש ולארבע כוסות וכו'.
אבער ס'איז זייער מעגליך אז אין די סארטן גרעיפ דזשוס טאר מען שוין נישט צוגיסן מער וואסער.

נקוט האי כללא בידך:
די סארט גרעיפ דזשוס רופט זיך "גרעיפ דזשוס בעווערעדזש" ד.ה. גרעיפ דזשוס דרינק.
אויף די סארט שטייט נישט 100% גרעיפ דזשוס, ווייל ס'איז צוגעלייגט אנדערע זאכן אויך, כנ"ל.

ברכת עושה מעשה בראשית אויף א הוריקען

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 9:35 pm
דורך נ נח
דארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:56 pm
דורך ידען
וויזוי מע טראגט ארויף די קרעין אויף די פרידאם טאער איז גרינגער צו פארשטיין,אבער וויזוי טראגט מען עס ראפ נאכען ענדיגען בויען?

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
נ נח האט געשריבן:דארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?

טייל זאגן א משנה הבריות, אזא גרויסע פרוי איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע. גרעסער ווי אן עלעפאנט.

אריין אין הוריקעין וויצן אשכול.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:06 pm
דורך פרענטש וואנילע
שמעקעדיג האט געשריבן:
נ נח האט געשריבן:דארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?

טייל זאגן א משנה הבריות, אזא גרויסע פרוי איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע. גרעסער ווי אן עלעפאנט.

און אז מענער זאלען זיין אזעלכע "טשיקענס" איז שוין יא געווען אין די היסטאריע?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 12:25 pm
דורך ידען
היינט איז די באס סערוויס פרי און איך פאר ארום אין די גאנצע שטאט פאר בחנם.

פארוואס זענען זיי אזוי גוט געווארען?

זיי האבען דאך שאדען מיליענס.

די שטאט איז באוויסט צו מאכען נאך א דאלער ווי זיי קענען נאר, און יעצט זענען זיי אזוי ברייט?

און אויך ווילעך וויסען. פון ווי גייט די שטאט האבען די געלט פאר די שאדענס פון די האריקעין?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:00 pm
דורך אפריקאנער
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.


געפילטע פיש האט געשריבן:מ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.


טו סעט די רעקארד סטרעיט, איז וויכטיג צו וויסן דאס פאלגענדע.
קדם פארקויפט אויך א "לייט" גרעיפ דזשוס, וואס האט נאר א דריטל די קעלאריס פון געווענליכע גרעיפ דזשוס.
זיי לייגן אליינס צו וואסער און נאך אפאר באשטאנדטיילן וואס מאכט די גרעיפ דזשוס "לייכטער".
די קאמפאני "טעם פרי" מאכט אויך אזא סארט גרעיפ דזשוס ווי זיי לייגן אריין וואסער און צוקער.
און די אלע זענען כשר לקידוש ולארבע כוסות וכו'.
אבער ס'איז זייער מעגליך אז אין די סארטן גרעיפ דזשוס טאר מען שוין נישט צוגיסן מער וואסער.

נקוט האי כללא בידך:
די סארט גרעיפ דזשוס רופט זיך "גרעיפ דזשוס בעווערעדזש" ד.ה. גרעיפ דזשוס דרינק.
אויף די סארט שטייט נישט 100% גרעיפ דזשוס, ווייל ס'איז צוגעלייגט אנדערע זאכן אויך, כנ"ל.



עס דערמאַנט מיך א ווארט פון הגה״צ צעהלים׳ער רבי זצ״ל אימיצער האט אים געפרעגט לגבי צוגיסן וואסער אין גרעיפ דזשוס און וויין פון קדם, האט ער גענטפערט ״קדם״ האט צוויי ביזנעסער (עכ״פ בימים ההם) וויין און פיש וואספארא שייכות האבן די צוויי ביזנעסער?

נאר די תירוץ איז פשוט, היות זיי לייגען אריין וואסער אין די וויין און פון די אסאך וואסער ווערט דאך די ים ליידיג וועט דאך די פיש אויספייגערין מאַכן זיי שנעל געפילטע פיש צו ראטעווען די וויין מיט די פיש...........

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 12:06 am
דורך ונבנתה העיר
עפעס דארף זיין א ווארט פון איהם וועגן וויינען ביים וואסער און וואסער'ן ביי די וויין...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 1:18 am
דורך אפריקאנער
ונבנתה העיר האט געשריבן:עפעס דארף זיין א ווארט פון איהם וועגן וויינען ביים וואסער און וואסער'ן ביי די וויין...


אז מ'רעדט שוין יא פונעם רב זצ"ל ס'איז דא אסאך געשמאקע ווערטליך פון אים. מ'קען ווען אריינשטעלן אינעם מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:13 pm
דורך ידען
אילוני ממרא די פלוין פון ממרא.

רבי, וואס מיינט פלוין?

א פלאץ.

אקעי

פלוין א פלאץ

פלוין א פלאץ

פארוואס קעמען נישט רעדען נארמאל???

זאג גראד פלאץ, פארוואס זאגט מען פלוין?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:18 pm
דורך שמעקעדיג
כדי זאלסטעך נישט פארמישן מיט מקום.

פלוין מיינט א גראדער מקום

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:22 pm
דורך זר זהב

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:05 pm
דורך גוטזאגער
ידען האט געשריבן:אילוני ממרא די פלוין פון ממרא.

רבי, וואס מיינט פלוין?

א פלאץ.

אקעי

פלוין א פלאץ

פלוין א פלאץ

פארוואס קעמען נישט רעדען נארמאל???

זאג גראד פלאץ, פארוואס זאגט מען פלוין?

נא נא ווארט נאר ביז עס קומט די אקדמות אויב די וועסט נישט פארמאגען די פארלאנגטע ערלויבערניש איידער די טוסט שפרעכען וועט דיר אנכאפען א ציטערניש און ענדיג אליין צו אויב א קינד זאל נישט וויסען די פינקטליכע ע"ט אלע אנגעזאמעלטע וואסערן זאלען ווען זיין טינט וכו'