בלאט 18 פון 22

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 8:17 pm
דורך קורקלענד
ער האט אראפגעשטעלט א יסוד אז ער קען היסטאריע. איי ער האט א שטארקע שוואכקייט אין קענען פארנעמען עפעס וואס ליינט זיך אנדערש ווי ער וויל הערן. טא וואס האסטו פון דיין גאנצע היסטאריע אז די האסט נישט קיין השגה וויאזוי עס צו פארדייען?

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:דיין שפראך איז אנגעפיקעוועט מיט בלינדע שנאה, דו ביסט נישט ארגומענט פרענדלי. בכלל מיניפילירסטו דא ארום, ווי קומט דער רמב"ן דא אריין? איך האב מיר עפעס געשוואוירן ביי זיי בארד?! גאט האט מיך אויך געשאנקען א מח איך קען אליינס צוזאמענשטעלן איינס מיט איינס.

איך קום נישט זאגן דא וואס עס איז וויכטיגער, איך וויל נאר זאגן אז דער ספר תורה מיט וואס דו טאנצט אום שמחת תורה מיט גרויס עקסטאז זאגט נישט גארנישט וועגן שכר ועונש און משיח, ביסטו צופרידן מיט פשטים פון שפעטעריגע גדולי ישראל וואס דו ווילסט רופן תורה שבעל פה, געזונטערהייט, איך זעה עס אבער נאך נישט שטימען אין די אש שחורה על גבי אש לבנה.

מושב זקנים: איך וועלל דיר אבער יא זאגן עפעס. נאר ווער ביניך דען אן איינפאכער, פשוט'ער בעל עגלה. (און איינער וואס פארשטייט די פונדאמענטאלע פרינציפן פון עלקטריציטעט און עלעקטראניקס. און איינער וואס רעדט, שרייבט און פארשטייט בערך 6 שפראכן. און איינער וואס האט געליינט עטליכע ביכער איבער רעליגיע און היסטאריע. ספעציעל אמעריקאנער, און אידישע היסטאריע.אה, שיעור פארגעסן. און איינער וועלכער האט א ביסל געלערנט און פארשטייט דעם טיעפן ספר ..."חובת הלבבות"... אויך איינער וועלכער האט א טיעף איינגעווארצלטע אמונה בה' . אויך ביניך א מאמין בדברי חז"ל. נאר וואס זענען דען אט די אלע מעלות אנטקעיגן אזא הויכגעשעצטן פילאזאף און מלומד. אויך א כופר בעיקר און אפיקורס ווי דו ביסט. פונדעסטוועגן וועל איך מיר נעמען די דרייסטקייט און זאגן אז אן תורה שבעל פה, וואס איז אן אינטעגראלער טייל פון דברי חז"ל קענמען נישט פארשטיין און ריכטיג אויסטייטשן קיין איין איינציגן פסוק פון תורה שבכתב. א סאך האבן שוין פרובירט. די קראים, צדוקים און די תלמידים פון יעזוס דער קריסט פון נצרת. להבדיל אלף אלפי הבדלות, אונזערע טייערע חכמים זכרונם לברכה די פרושים פון די צייטן פון פאר דעם חורבן בית שני זענען טאקע שטארק פארהאסט דורך די קריסטליכע רעליגיע און איהרע פאן-טרעגערס...!
ביסטו אויף איין מדרגה מיט און אין די זעלבע ליגע ווי אט די אלע פון-פריער אויסגערעכנטע גרופעס. ביי זיי זענען אויך די דברי חז"ל געווען פארהאסט און אפגעשפעט...!

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 9:24 pm
דורך moshav zekeinim
איך בין נישט קיין גדול אין היסטאריע, אבער איך האב אן איינונג וואס עס גייט פאר בפרוזדרי ההסטוריה, איך האב געליינט היימישע און נישט היימישע ספרי ימי עולם, פון יוחסין צ"ד פארוצאל עם עולם שאראצקי וכו' ביז ערכי אנציקלאפדיות, גרעץ יעבץ צינץ וכו' געבלעטערט א סך אקאדעמישע ווערק, און איך ווער בטל פאר אן אקאדימישער היסטאריקער. איך לערן יעדן טאג פרישע זאכן, איך שמועס מיט כלערליי מענטשן, און לאור דעם בין איך כסדר גרייט צו טוישן מיין מחשבה מאדעל. אין איין ווארט, מיין אויער איז אפן צו כלערליי פאקטן און איך האב פארן פאקט דעם גרעסטן דרך ארץ.

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 9:35 pm
דורך moshav zekeinim
בעל עגלה, איך האב במשך יארן לאנג געלערנט תנ"ך מיט רש"י ומפרשיו הראשיים בעומק גדול, אפילו מיט א מחבר ליעזי רש"י האב איך א סך פארברענגט, איך קען פארשטיין וואס רש"י'ן קוועטשט, ער נעמט דעם ביג פיקושור, אבער א טייל פון די ביג פיקטשור איז חז"ל און מסורה. טאמער האט מען נישט קיין דרך ארץ פארן אידישע מסורה קען אלעס זייער פיין שטימען מיט די פשטנים, [code][/code]
אגב, וועלעכע 6 שפראכן קענסטו, פראנצויזיש ווייס איך און כל הכבוד, יידיש, עברית, לשון הקודש און מסתמה ענגליש, האלט מען שוין ביי 5 וואס נאך? אפשר שפאניש?

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 9:50 pm
דורך מפוזרי
דעת מקרא איז נישט קיין פרייע פירוש.

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 10:10 pm
דורך מפוזרי
איך האב נאך אלץ די פולסטע רעספעקט צו רבותינו, און איך בין שוין געוואר געווארן ווער זײ זענען.
מסתמא רעדן מיר נישט פון די זעלבע.

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 10:21 pm
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:אויך א סך שטערנס האב איך געווארפן אין מיסט ווייל איך בין דארט געוואויר געווארן אז גוים זענען נארמאלע מענטשן אזוי ווי יעדעם.

אכן נודע הדבר. דער שטערן האט עס געמאכט.

...
אז די האסט געהאלטן און געגלייבט פארוואס האסטו עס איבערגעלאזט? ווייל די האסט איינגעזען אז די רבנים גלייבן נישט. זאלן די רבנים גיין א.ט.ד. וואס עפעס דיך?

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 10:24 pm
דורך moshav zekeinim
מפוזרי, טאמער דיין גייסט איז באקוועם אינעם באבל דאן איז נישטא קיין סיבה דאס אפצולאזן. למשל, ווילאנג איך בין באקוועם דא אין ארגענטינע גלייב איך אין דעם לאנד, צוזאמען מיט אלע מיינע געליבטע דא וואס גלייבן אין דעם לאנד, איך פייער זייערע חגאות בשמחה וכו' די רגע אבער וואס מאיזה סיבה איז מיין נפש נישט באקוועם דא אינעם לאנד ווער איך תיכף א כופר אין ארגענטינע.

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 10:33 pm
דורך מפוזרי
איך האב עס נישט געזאגט אלס ראיה. ואמת היא אז איך קען גרינג פארלירן די רעספעקט אויב וועט מיר קוועטשן.
איך האב נאר געוואלט אנמערקן אז ס'דא פילע רבותינו, און ס'נישט קיין סיבה צו פארלירן רעספעקט אין אלע צוליב די פּאָר וואס דו האסט פונקט געהאט צו טון.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:41 am
דורך moshav zekeinim
ביי מיר איז דאס געווען די מכה בפטיש, און דו ווייסט דאך ווי עס גייט, איינמאל איך פארליר צוטרוי אין ארגענטינע הייב איך אן זעהן אלעס וואס טויג נישט. צומאל קען נאר א מר נפש קען זעהן דעם אמת, (און צומאל פארקערט),און איינמאל איך זעה וואס עס קומט פאר איז מיין רעכט צו פירן א מערכה קעגן דאס אין וואס איך זעה אלס שורש פון דער פראבלעמען וואס איז מיר נתגלה געווארן. דער עושר וועט קיינמאל נישט שפירן דעם ארימן, דער נוגע וועט קיינמאל נישט דעם צד שני.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:32 am
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:מפוזרי, טאמער דיין גייסט איז באקוועם אינעם באבל דאן איז נישטא קיין סיבה דאס אפצולאזן. למשל, ווילאנג איך בין באקוועם דא אין ארגענטינע גלייב איך אין דעם לאנד, צוזאמען מיט אלע מיינע געליבטע דא וואס גלייבן אין דעם לאנד, איך פייער זייערע חגאות בשמחה וכו' די רגע אבער וואס מאיזה סיבה איז מיין נפש נישט באקוועם דא אינעם לאנד ווער איך תיכף א כופר אין ארגענטינע.

מושב זקנים: דו וואלסט נישט געדארפט נוצן דאס ווארט..."חגא/ות". ווייל דער ריכטיגער אפטייטש פון דעם ווארט שטאמט פון דיינע פארהאסטע און נוצלאזע ..."פאריסיעס". אויך אין ענטפער צו דיין פריערדיגן ..."מאמר"...איך בין א איד. א באוואוסטזיניגער איד. מיט רעספעקט פאר אלע איהרע גרויסע לייט וועלכע דאס אידישע פאלק האט ארויסגעגעבן. און איך בין באקוועם און שטאלץ דערמיט. מה שאין כן, דו. ביסט אומבאקוועם און דו שעמסט דיך מיט דיין (געצווינגענע) שייכות מיט דעם אידישן פאלק. און דו טוסט אונטערשאצן איהרע גרויסע לייט. דו וואלסט זייער שטארק געוואלט זיין א טייל פון דעם איירישן אדער איטאליענער גוי'אישן פאלק. האביך נייעס פאר דיר. בבחינת בעל כרחך אתה חי. (אויב דאס ווערט אנגערופן..."לעבן.")...ס'וועט דיר גארנישט העלפן. נישט קיין חילוק ווי שטארק דו וועסט פרובירן צו באהאלטן און פארשלייערן דיין אידישע אידענטיטעט וועסטו אייביג פאררעכנט ווערן ביי דיינע באליבטע גויים אלס איד. זיי וועללן דיך קיינמאל נישט אקצעפטירן אין זייער הויכע סאסייעטי. און דו וועסט קיינמאל נישט ווערן א טייל פון זייער עליטע. א סאך קלוגערע און גרעסערע פון דיר האבן דאס שוין פרובירט און זיי זענען דורכגעפאללן.

דער גרויסער שרייבער חיים גראדע ברענגט אויך אין איינס פון זיינע דערציילונגען איבער עפעס א איד'ל א..."קלעזמער"... וועלכער האט זיך דערווייטערט פון זיינע אידישע ברודערס און ר'איז ארומגעגאנגען ..."גרימפלען"...(כלשונו) אין די גוי'אישע, פריצ'ישע הויפן ביי זייער פארברענגענס און הוליאנקעס. און ער האט געגעסן חזיר צוזאמען מיט זיי וואס זיי האבן אים צוגעווארפן. און ער איז געווען אויסגעקאכט מיט די גויים. ווען די אנטיסעמיטישע צייטן זענען אנגעקומען קיין פוילן האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל אנגערופן די קהילה אז זיי זאללן קומען אפנעמען דעם פגר. ווייל זיינע גוטע פריינט די גויים האבן איהם געהרג'עט... זאגנדיג..."נעמטס אפ ענקער זשיד"...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:01 am
דורך אישתישבי
שיינער מעשה'לע.

גראדע איז דא א מעשה פין א גוי וואס האט געארבעט ביי א אידישער בעסמעדרעש און ער האט שוין געמיינט אז ער איז א איד, ביז איינמאל האט ער שוין נישט געוואלט אויסלעשן די לעקטער שבת. האט מען אים אנגעזאגט פין די ארבעט, און דער "איד" איז געווען אויסער זיך, מען זאגט אפ א איד פין די ארבעט ווייל ער וויל נישט מחלל שבת זיין?

צוריק צום ענין

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:02 am
דורך אישתישבי
קען איינער ברענגען דער באקאנטער רמב"ם בענין אגדות חז"ל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 2:06 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: און איך ווייס אן אנדערע שיינע מעשה'לע וואס איז אמת אויך. אין דעם ביהמ"ד וואו איך האב געדאוונט איז געזיצן איינער א מענטש מיט א גאנץ לאנגע בארד ביים עק טיש. און דער עולם האט געשמועסט אז ער איז נישט קיין איד.נאר ער האט זייער שטארק ליעב אידן און ער וויל זיך מגייר זיין. איין טאג קומט ער אין ביהמ"ד צוקלאפט און צוביילט. זיין פנים האט געהאט אלע קאלירן. שטעלט זיך ארויס אז גויים די רשעים די אנטיסעמיטן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין די געגענט האבן איהם צושלאגן ווייל זייי האבן געמיינט אז ער איז א איד...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 3:57 am
דורך שבת אחים
אזעליכע שטותים מיט הבלים וואס מ׳רעדט דא צאם... באשעפער אין הימל!, דא הערשט א געפערליכע Paranoia... לאמיר שנעל אפפיצן פון דא פאר די שרעקליכע רשעותדיגע גוים גייען נאך געוואר ווערן אז איך בין א איד-כ׳מעין צו זאגן א וועזשניצער חסיד און מ׳וועט מיר נאך בא׳קלאפן די ביינער...

אויב זעהט איר מיר מעהר נישט אין קאווע שטיבל אין די נעקסטע פאר חדשים, זאלט איר וויסן אז איך בין אין שפיטאל אין א ספעציעלע אינטענס אף קעיר יוניט, ווייל כהאב געכאפט מיט א בעיסבאלל בעט...

מיין קליינע זיבן יעריגע האט אויך מורא פון גוים פונקט ווי ענק, אפשר האט זי באקומען די זעלבע חינוך ווי ענק??? נישט אפשר, נאר זיכער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 9:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא, אזוי האבען אידען גערעדט פאר דער וועלטס קריג, "מיין גוי וועט מיר גארנישט טוהן, דאס איז גראדע אן אנשטעדיגער גוי, דער איז מיר שולדיג אזויפיהל טובות, ווי וועט ער מיר שאדן טוהן?"
אקוראט די זעלבע שפראך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 10:54 am
דורך moshav zekeinim
און אזוי האבן א סך אידן גערעדט: "מיינע אידישע ברודער וועלן מיר נישט פארראטן".

וויפיל אידן זענען אמאל אפגעווישט געווארן דורך... מיט די תירוץ אז זיי זענען "מוסרים" (ליין "חסרי ישע וואס זענען געגאנגען בעטן הילף ביי די ממשלה להצילם מלחץ אחיהם"). א חשוב'ער ניק האט מיט געשריבן אין אישי אז זיין זיידע געדענקט אינדערהיים אז מען האט 15 "מוסרים" ערמארדעט אין טייך. האט מען אין רוזשין נישט דערהארגעט אדער כמעט דערהארגעט א צאנזער חסיד?! (דאס איז וואס איז שוין אפן ארויס גערינען).

טאמער האט דער איד אן אג'ענדע דאן קען ער זיין פונקט אזוי מסוכן ווי דער נישט איד.

איך וויל נישט שטארבן, עס איז מיר נישט קיין חילוק צו דער רוצח איז סטעפן דער אוכל נבלות וטרפות אדער דער רוצח איז דער היימישע ר' יעקב משה דער יודע ספר וואס טובל'ט זיך אין מקווה און עסט א בילקע מיט פיש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס צושטעל איז מורא'דיג. א מענטש ווערט צוקריגט מיט א צווייטן, איינער דערגייט דעם צווייטן די יארן און זיי האבן אן א שיעור טענות אויף די אנדערע. קיינער געטרויעט נישט דעם צווייטען און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט'ן צווייטען. טאמער איינער ווערט אפגעשטעמפעלט אלס א מסור און דער צווייטער הרג'עט איהם, ווי געפערליך ס'איז, איז גאר א צושטעל צו דער וואס זיין בוזעם חבר שטעכט איהם צוויי מאל אין הארץ, זיכער צו מאכען אז יענער איז טויט??!!!

יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

Re: דרשות ואגדות חז"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:25 am
דורך טמיר
שבת אחים האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:ביזט נישט דער ערשטער חכם וואס קומט מיט די קשיא. עס איז שוין דא שטארקע הסבירים פארוואס עס איז נישט דערמאנט אין תנך, און הכריחים פארוואס עס מוז אזוי זיין


איך טענה בכלל נישט אז איך בין דער ׳ערשטער חכם׳, א נייע וועג פון ענטפערן קשיות אויף אמונה- ״ביסט נישט דער ערשטער חכם״!!!, ס׳בלייבט נאכאלץ שווער די קשיא, לאמיר הערן איינע פון די שטארקע הסבירים פארוואס ס׳שטייט נישט אין די תורה.

א מין גערעדאכץ! ביסט נישט דער ערשטער חכם, כהאב נישט געוואוסט די נייע געזעץ- אויב ווילסטו פרעגן א קשיא אויף אמונה מוז מען אויפקומען מיט א Brand New קשיא ווייל אויף די אלטע קשיות איז דאך דא א פשוטע תירוץ:

״ביסט נישט דער ערשטער וואס פרעגט די קשיא״!!!

לאמיך דיך צוריקפרעגן א נייע קשיא. אויב עולם הבא קומט פון אור-אלטע גלויבענס, פארוואס טאקע האט עס די תורה נישט געשריבן? עס וואלט דאך שטארק צוגעגעבן צום מצב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 11:41 am
דורך moshav zekeinim
@ליטוואק

אזוי, די אטד פארן קריג האט קיינער נישט אנגעקוקט, גאנץ ווילנא איז געווען געפאקט מיט חרדים און א צוויי דריי מחללי שבתות האבן זיך געוואלגערט שיכר אין די גאסן. איך הער...

און כלפי מיין גרויסער גרייז פון צושטעלן רוצחים פונעם אייגענעם פאלק אבער שונאים, צו רוצחים פון א פרעמד פאלק אבער פריינד, וואס זאל איך טון אז איך זעה דאס נישט אלס אזא גרויסער גרייזיגער צושטעל.

און וויסן זאלסטו אז עס האט גארנישט מיט איד אדער גוי, אידן קענען פונקט אזוי פארראטן זייערע בוזעם פריינד פאר פאליטישע סיבות, מיר זענען אלע עדות דערויף אין א געוויסער גראד, דאס איז ליידער א מענטשליכע חולשה בכלליות. קיינמאל זאל מען נישט צושטארק געטרויען א צווייטן, ספעציעל ווען די לופט איז פאר'סם'ט, מיר מענטשן זענען טאקע ליבליכע סאושל בריאים אבער אויך זייער קאמפעדיטיוו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 12:08 pm
דורך סארווירער
מושב זקנים איז אויסגעשפארט פאר 2 וואכן ביז די הנהלה וועט מחליט זיין וואס צו טון ווייטער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:25 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא יא, אזוי האבען אידען גערעדט פאר דער וועלטס קריג, "מיין גוי וועט מיר גארנישט טוהן, דאס איז גראדע אן אנשטעדיגער גוי, דער איז מיר שולדיג אזויפיהל טובות, ווי וועט ער מיר שאדן טוהן?"
אקוראט די זעלבע שפראך.


אה! הייסט עס אז די paranoia שטאמט ווייל זיבעציג יאהר צוריק אין די אנדערע זייט וועלט איז פארגעקומען genocide, און זייט דעמאלטס זענט איר געשלאגן דערמיט?, הער איך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2017 1:38 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים עט אל: ווען דער נעגערישער, אימיגראנט שייגעץ לעמריק נעלסאן, ימ"ש האט געשריגן קילל דהע דזשו אין קראון הייטס, איז עס געווען פאראנויא אדער נאך א סטאטיסטיק...?!

און ווען די פארשאלטענע נעגערישע דזשורי האט איהם באפרייט פון אלע קלאגעס, בשעת דאס בלוט פון יאנקל רויזנבוים, הי"ד האט נאך גערינען פונ'ם מעסער. וואס איז דאס געווען, פאראנויא, אדער אנטי-סעמיטיזם פיור ענד סימפל...!