בלאט 18 פון 21

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:@שמעקעדיג קענסט צוצייכענען א לינק צו די שיעור

https://www.dropbox.com/s/whliac50nkl5z ... 9.mp4?dl=0

יישר כח פארן עס ברענגן, קודם כל ער רעדט פון די געווענליכע שוועריקייטן פון קינדער וואס זיי טאנצן און שפרינגען און דו ווערסט נערוועז מיט דאס איז ער גערעכט, ר' שמעון גרין רעדט ווען דו ווערסט סטאק מיט דיין זון דו פארשטייסט נישט צו עם.

ווי זעהסטו ער מיינט ר' שמעון גרין? אפשר מיינט ער אנדערע?

אגב איך בין א תלמיד און גרויסע חסיד פון ר' שמעון איך האב באצאלט געלד פאר זיינע קלעסעס, זיינע פלאקאטען זענען היבש איבערגעטריבן און מאכט מיר היבש נערוועז, און קאנטראסט פון זיינע שיעורים איז עס פונקט פארקערט, איך זאג אלס שמעון גרין איז נישט א טעראפיסט ער איז א מדריך, און די חילוק איז אז א טעראפיסט קענסטו בלייבן ביים נאלידזש וועסט פונקליך ארויס האבן די פראבלעם די עי בי סי אבער אויף למעשה וועסטו זיך עפעס נישט נעמען, הרב גרין'ס יחידיות איז אז ער שניידט מיט א ישרות גלייך אויף למעשה.

די אמת איז איך וויל הערן די באמצע שיעור פון ר' יואל צומאל נעמט מען ארויס 2 מינוט און מען הערט נישט ווי ער זאגט נאכדעם אז עס איז פארהאן א יוצא מן הכלל

@שמעקעדיג דא האט איר א בריוו פון זיין וויבזייטל

2101 - אויב איר שפירט אז איר דארפט גיין צו טערעפי, קענט איר גיין
תפילה והתבודדות, טערעפי
בעזרת ה' יתברך

יום ב' פרשת תצוה, י' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן

מרת ... תחי'

אויב איר שפירט אז איר דארפט גיין צו טערעפי, איר זענט איבערצייגט אין דעם אז דאס וועט אייך העלפן - קענט איר גיין.

איך בין נישט דערקעגן, איך זאג נאר דער פאקט אז דאס איז א מים שאין להם סוף, מען קריכט אין טערעפי אזוי ווי א בלינדער טאפט אין די פינסטערניש. בשעת מען גייט וכו', מען רעדט זיך אויס וכו' - שפירט מען זיך גוט, ווייל ווען מען געבט ארויס ווייטאג וואס איז באגראבן אינעם מענטש שפירט מען גלייך בעסער, אבער נאכן זיך אויסרעדן - בלייבט עס אינעם מענטש; דער מענטש מוז זיך אליינס שטארקן מיט אמונה בבורא כל עולמים.

פרובירט די עצה פון התבודדות ותפלה; בעטס דעם אייבערשטן ער זאל ארויסנעמען פון אייך די אלע ווייטאג, דערציילט אים אויף אייער שפראך אלע ווייטאג פון אלס קינד, פון אייער מאמע; ווי זי האט אייך זייער געקלאפט, אייך געמאכט שפירן ווי א שטיק מיסט. וועט איר זען מיט די צייט וועט איר שפירן געזונט און שטארק מיט פרישע כחות.

.

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:39 pm
דורך מילך טראק
אדונינו האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וויפיל מאל האט ער געשריגן אז די רבנים מיינען אז די קאפלס וועלן נישט זוכה זיין צו קינדער אויב די גאס וועט נישט זיין בלאקירט ביים חופה?

אנשטאט מאכן די חופה אויפן דאך פון זיין ישיבה, האט ער גענצליך בלאקירט דעם טראפיק אויף סקילמאן סט. 5'ווע נאכמיטאג, נישט ווי געווענליך 8'טע ביינאכט ווען מענטשן זענען שוין לאנג אינדערהיים.

איך האב חלילה נישט קיין טענות, ער האט חסידים און מעג טון וואס ער וויל, אבער שריי נישט אויף אנדערע רבנים מיט הויז בחורים און עשירים וכו'.

קיינמאל נישט געהערט פון אים לגבי בלאקן גאסן, מסתמא ביזטו זיך טועה מיט אן אשכול דא אין שטיבל, און לגבי פארוואס נישט מאכן אויף זיין דאך איז פארהאן 4 תירוצים, איינס ווייל די טרעפן ארויף זענען שמאל, און די כלה האט א גרעסערן קלייד וואס פיט נישט דורעך, נאך א סיבה, ווייל עס האט נישט קיין שטארקע צוים, און מען קען אראפ פאלן ח״ו, נאך א סיבה, ווייל עס איז זייער שמוציג, און בדרך אפשר קען מען צולייגן וויבאלד עס איז די מנהג צו מאכן די חופה בחצר ביהכ״נ ולא על הגג, ממילא אין לשנות.

עכשיו לענינינו, איך ווייס נישט אויב די גאס איז בפועל געווען פארמאכט, אדער נאר פארמאכט דורעך מענטשן, אבער מען רעדט דא פון א גאס וואס מען קען ניטאמאל פארן דארט אן פארמאכן, און עס איז דא גענוג וועגן ארום, עס איז א שמאלע פוסטע בלאק, ווי אויך גלייב איך נישט אז עס איז געווען פארמאכט מער פון א שעה צוויי, אויב ווילסטו זוכן טענות, טרעף בעסערע.

ער רייסט יא אסאך מאל אראפ קהילות וואס שפארן אפ גאסן ווען זיי מאכן א חופה

וואס ער זאל טוהן ? די זעלבע וואס ער וויל אז די גרויסע רבי זאל טוהן ווען ער מאכט חתונה .

ער האט א פראבלעם צו טוישן ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:40 pm

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 7:54 am
דורך זופ מיט מאנדלען
@מילך טראק ברענגט א רעקארדירונג פאר איר האקט ווייטער, דערווייל איז עס אה-יע מיט אה-נאו.....

נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 1:03 pm
דורך ברסלבער
טעות

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג מערץ 30, 2021 1:49 am
דורך פאליטיקאנט
די פארווערטס באריכטעט אז ר' יואל איז אינטער אויספארשונג.

https://forward.com/news/466668/hasidic ... stigation/

נשלח: דינסטאג מערץ 30, 2021 6:06 pm
דורך איך אויך
Roth declined to be interviewed for this article through his secretary, Shaul Indig. Indig denied the charges in a phone call this week. He said the claims were “lies” from “people who hate” Roth, and that the rabbi organizes engagements among young people but does not marry them until they’re of legal age.

“They are going to be engaged for three years,” Indig said of a 15-year-old who was engaged to a 17-year-old last week. “If they were secular, they would just be friends for three years.”

וועם טרייט ער צו ב.שיטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 30, 2021 7:28 pm
דורך איך אויך
די הנהלה האט עפעס נישט ליב ווען איך שרייב אז ר' יואל איז א מנ... כאטש די זאכן זענען ברור כשמש.

אפשר קען מיר איינער טוהן א געפעליקייט און מסביר זיין ווי אזוי מען לעבלען די אפענע דברי חשק עפעס אנדערש ווי מנוולות??

https://twitter.com/ChaimGee1/status/13 ... 22115?s=20

נשלח: דינסטאג מערץ 30, 2021 8:49 pm
דורך אישתישבי
טאמער שטייט עס אין ספרים און ער זאגט עס איבער איז עס נישט דברי חשק.

זיין חשבון פין זאגט אז זיי זענען בלויז חברים פאר דריי יאר, איז לכאורה ווייל ער טראכט אז דאס וואס ער מאכט זיי חתונה אידישלעך מוז נישט הייסן א חתונה לעגאל, און זיי וואוינען צוזאמען ווי גוים, וואס וואוינען צוזאמען אהן א חתונה.

אויב דאס איז זיין דעפענס, מאכט ער א טעות, ווייל אלע שטעט חוץ פלארידע אנערקענען א אידישע חתונה ווי א חתונה, און א רב וואס מאכט חתונה זיי וועמען אהן א מערידזש לייסענס איז שטראפבאר, אוודאי געוויס אונטער דער לעגאלער עידזש פין חתונה מאכן.

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 5:03 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:די הנהלה האט עפעס נישט ליב ווען איך שרייב אז ר' יואל איז א מנ... כאטש די זאכן זענען ברור כשמש.

אפשר קען מיר איינער טוהן א געפעליקייט און מסביר זיין ווי אזוי מען לעבלען די אפענע דברי חשק עפעס אנדערש ווי מנוולות??

https://twitter.com/ChaimGee1/status/13 ... 22115?s=20

איך אויך: בד"כ ביניך מסכים מיט דיר. אבער נישט יעצט. ווייל ר' יואל ראטה האט א ציל. און זיין ציל איז צו פארררעכטן וואס מ'דארף. עכ"פ לשיטתו...! און ווען להבדיל די גמרא ברענגט אראפ אזעלכע זאכן. אדער רש"י. פרעגט מען קיינמאל נישט קיין קשיות. מ'נעמט עס אן. ווייל מ'ווייסט אז דער וואס האט דאס געזאגט איז א צדיק.

איך האב אין גאנץ ש"ס נישט קיין קושיות אויף די סארט מאמרים אין די גמ'. אויסער אויף איין שטיקל גמ' (אין מס' בבא מציעא) וואס איך גלייב נישט אז די חכמים האבן דאס געזאגט. ווייל ס'שטימט נישט, לויט מיינע חשבונות. ווייל די חכמים זענען דאך געווען הייליגע אידן. נאר ס'מוז זיין אז די אפיקורסים האבן עס אריינגערוקט. און אונז תמימות'דיגע אידעלעך זאגן מיר עס נאך כאילו ס'וואלט געווען א שטיקל גמרא...!

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 6:27 pm
דורך פאליטיקאנט
ערעב בערעל זייט מוחל און שרייבט קלאר ארויס דעם שטיקל גמרא!

אז נישט עמער מוזן זיך פארלאזן אויף @רבינו הקדוש צו טרעפן יעדע גמרא אין בבא מציעא וואס שטימט נישט.......

נשלח: מאנטאג אפריל 05, 2021 9:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט פון וועלכע גמרא רבי בערל רעדט, אבער דער מאירי זאגט דאך אויף די מאמר חז״ל אין פסחים פו ״כל מה שאומר לך בעל הבית עשה חוץ מצא״ אז די לצים האבן עס אריינגעלייגט (עפעס אזוי), קען זיין אז די זעלבע כת לצים האבן אריינגעלייגט יענע שטיקל אויך...

נשלח: דינסטאג אפריל 06, 2021 10:06 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט האט געשריבן:ערעב בערעל זייט מוחל און שרייבט קלאר ארויס דעם שטיקל גמרא!

אז נישט עמער מוזן זיך פארלאזן אויף @רבינו הקדוש צו טרעפן יעדע גמרא אין בבא מציעא וואס שטימט נישט.......

פאליטיקאנט: כ'מיין (אויב דער זיכרון דינט מיר גוט. ווייל כ'האב עס יעצט נישט נאכגעקוקט.) אין זיבעטן פרק. דארט וואו די גמרא רעדט איבער די ..."סעקשועל פראועסס"... פון איינעם פון די תנאים אדער אמוראים. ווייל דאס איז א ..."גרעטואיטעס" באשרייבונג. ד.מ. אז ס'געט גארנישט צו צום הסבר פון א געוויסן מצב. אנדערש פון די פיזישע, אנאטאמישע ערקלערונגען פון די גמ' אין מס' נדה אדער חולין...!

נשלח: דינסטאג אפריל 06, 2021 10:15 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע גמרא רבי בערל רעדט, אבער דער מאירי זאגט דאך אויף די מאמר חז״ל אין פסחים פו ״כל מה שאומר לך בעל הבית עשה חוץ מצא״ אז די לצים האבן עס אריינגעלייגט (עפעס אזוי), קען זיין אז די זעלבע כת לצים האבן אריינגעלייגט יענע שטיקל אויך...

רביה"ק זי"ע: ס'איז נאך א שטיקל חילוק. ווייל דארט (אין מס' פסחים) רעדטציך איבער סת"ם א מאמר חז"ל. אבער דא רעדט מען איבער רעדן ..."נישט איידל"... בלשון המעטה. נאר רש"י דארט אויפ'ן פלאץ פארענטפערט עס אז ער האט גערעדט אזוי ווייל ער האט זיך געטענה'ט מיט'ן רוימישן קייזער'ס ווייב. אדער אנ'אנדערע פריצ'טע. האט ער געמוזט אזוי רעדן. אבער דער שטיקל איבער וואס איך רעד, איז שוין נאכדעם. וואו די גמ' ווארפט אריין אזוי ווי בדרך אגב, איבער זיין ..."סעקשועל פראועסס"...! איך ווילל נישט ארייגיין אין מער פרטים. ווייל איך שעם מיך דאך א ביסל...!

אויב דו ווילסט קענסטו נאכקוקן. און שרייבן עפעס א קאמענטאר איבער דעם עניין. אדרבה. ווייז מיר אויף אז די שטיקל גמ' איז יא עכט...!

נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 7:00 pm
דורך היכי דמי
8299AB62-864B-4543-91D9-554ABBC2606C.jpeg

נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 7:06 pm
דורך אבשלום בן מעכה
וואס איז שלעכט מיט דער בריוו?

אזעלכע בריוו ווי דאס, קענט איר טרעפן צווישן זיינע בריוו, און פיל זאפטיגערע סחורה ווי דאס. גיי איבער זיינע בריוו, וועסטו טרעפן.

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 5:49 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
גראדע האב איך אזא גוטס נאכנישט געזען.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 9:35 pm
דורך מילך טראק
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:@מילך טראק ברענגט א רעקארדירונג פאר איר האקט ווייטער, דערווייל איז עס אה-יע מיט אה-נאו.....

גלייב מיר יעדער דא וואס הערט זיינע דרשות ווייסט אז האקט שטענדיג קעגן אנדערע חסידות'ן אזוי בויט ער זיין קהילה

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 9:38 pm
דורך מילך טראק

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:41 am
דורך דוד שריפטליך
נישט ריכטיג

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 1:50 am
דורך דוד שריפטליך
אישתישבי האט געשריבן:גראדע איז נישט זיכער אז מען טאר נישט אזוי רעדן, אויב פעלט אויס איז ההכרח לא יגונה. ער וואלט נאר געברויכט זיכער מאכן עס איז נישטא קיין קאמערא.
טו מיר א טובה איך געדענק אין חדר ווען מען האט גערעדט פון קדושה קיינער האט נישט געקענט אויספיגערן וואט איז ראנג....... מען דארף יא אנזאגן פאר קינדער

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 10:32 am
דורך Payphone
דוד שריפטליך האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גראדע איז נישט זיכער אז מען טאר נישט אזוי רעדן, אויב פעלט אויס איז ההכרח לא יגונה. ער וואלט נאר געברויכט זיכער מאכן עס איז נישטא קיין קאמערא.
טו מיר א טובה איך געדענק אין חדר ווען מען האט גערעדט פון קדושה קיינער האט נישט געקענט אויספיגערן וואט איז ראנג....... מען דארף יא אנזאגן פאר קינדער
אפילו ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבה אין מען האט גערעדט וועגן קדושה אין מידות היסוד, האב איך נישט געהאט קיין אנונג וואס מען רעדט אין וואס מען וויל דא. אזוי אויך שובבים איש געווען א מיסטעריא אויף וואס אן עבירה מען וויינט, פאסט אין טוט תשובה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2022 2:40 pm
דורך משה חאצקעל
מילך טראק האט געשריבן:https://pix11.com/video/hasidic-parents ... s/6580597/
איינער קען ברענגען דעעם ווידיאו אין א דריוו ? שכוח