בלאט 18 פון 23
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:39 pm
דורך הוגה
מפוזרי האט געשריבן:וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
אפילו אויב די מסקנא איז נישט אינטערעסאנט, איז אבער יא אינטערעסאנט די שאלות והערות וואס ווערן אויפגעברענגט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 8:49 pm
דורך איך אויך
מפוזרי האט געשריבן:וואס איז אזוי העכסט אינטרעסאנט אין דעם נארישן און לעכערליכן ארטיקל? דאס אז ס'הייסט צו זיין פון אן אקעדעמישן פערספעקטיוו?
געטראכט די זעלבע, סתם געמאלן לופט צו מצדיק זיין איר משכורת.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:12 pm
דורך ווייל אזוי
ליטוואק דא שטייט אויך וועגן וועד ארבע הארצות אבער אויך נישט קלאר.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2017 5:05 pm
דורך הוגה
א חשוב'ע תפלה ביים זיך אפגאלן די קאפ. אין א כתב יד ישן נושן האב איך געפונען די פאלגענדע:
ונשות חסידות מוסיפות: "ושערות ראשי המגלחות יהיו כשערות הסוטה המגולחת אשר כריסה נבקעת ולבה מתגלה בפני קהל ועדה למען ישמעו וייראו הנשים ולא ירימו ראשן עוד". ע"כ.
קרעדיט:
פרעד מעקדאוועל.
Re: תגלחת נשים
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:24 pm
דורך מי אני
אויף די נושא (כ׳האב נישט געזעהן מ׳זאל עס האבן אראפגעברענגט. אפשר אין די לינקס; כ׳האב נישט געקענט עפענען אלע).
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0&pgnum=12Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:51 pm
דורך מי אני
אדונינו האט געשריבן:שיש תלמיד חכם גדול בירושלים, שמציע שמונה עשר אלף דולר, למי שיוכיח לו שמותר ללכת בפאה נכרית. ומספרו: 02-5825891
IMG_4414.jpg
(אבה״ע ח״ב.)
אגב, בנוגע דאס וואס מ׳זאגט אז זיך נישט שערן, (פאר די וואס די עלטערן, סביבה וכו׳ פירן זיך אז יא, דארף א התרת נדר, וויל איך פרעגן (אפשר א קלאץ קשיא). איז נישט ״די פרוי״ די וואס דארף מתיר נדר זיין ווי איידער די מאן? אפילו לויט דעם מנהג ליגט עס דאך דאך אויף איר צו טוהן ווי איידער דער מאן זאל עס... עממ... ארויפצווינגען. איך האב עס געזוכט אין שבט הלוי און נישט געטראפן. איך וואלט געווען שטארק דאנקבאר ווען איינער קען מיר צוצייכענען א פונקטליכע מראה מקום. ייש״כ למפרע.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 9:00 pm
דורך מי אני
גראדעמעכעלע האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RYq6lCp3NmQ[/youtube]
עס איז אביסל איראניש, אבער אינ׳ם פריערדיגן קליפ האט זיך ליפא בעיקר אנגעהאנגען אין א רש״י (אפגעזעהן צו רש״י באציט זיך אויף די התגלחות אדער ועשתה את צפרניה, ווי ערווענט). רש״י דערמאנט אין צוויי פלעצער, בנוגע כהונה גדולה (ויקרא טז לב; הגם די לשון דארט איז ״שאם״ בנו ממלא את מקומו) און בנוגע מלכות (דברים יז כ), אז בנו קודם לכל אדם. דאס איז (עטוואס) בניגוד צו ליפא׳ס טעזע אין די קליפ. (איך פארשטיי אז דער בן דארף זיין ״הגון לכך״.)
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: תגלחת נשים
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2019 5:16 pm
דורך מי אני
אין שו״ת דברי ישראל (ח״ב אבה״ע סימן כו-ל; אראפגעברענגט אין מנהג ישראל תורה אויף אבה״ע סימן כא. כ׳האב נישט געקענט טרעפן דעם ספר) פון הרב וועלץ זצ״ל פון א״י, פסק׳נט ער אז אפילו התרת נדר העלפט נישט אויף דעם.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבטולמוס האט געשריבן:כ'האב געהערט א שטיקל אודיא וואס מ'זאגט אז עס קומט פון א צניעות אסיפה נעכטן אין קהילת פאפא אין וויליאמסבורג. דער רעדנער זאגט אז דער חזון איש פסק'נט אז אן אונגאריש-אפשטאמיגע פרוי וואס שערט זיך נישט די האר איז "עוברת על דת יהודית."
שקרן!
וואספארא חוצפה און עזות צו פארקויפן פאר תמימות'דיגע אידן שקרים וכזבים.
קומען וואוילע פאפא חסידים, טייל פון זיי געליפערט מיט באסעס פון בארא פארק און מאנסי, און מיינען נעבעך אז זיי הערן דעת תורה פון דיינים און פוסקים. און אלעס וואס זיי הערן איז גוזמאות און אפענע שקרים.
עיין ערך
אמונות הכרחיות.
מענער
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 5:30 pm
דורך יבדש כחרס
אינטערסאנט אז קיינער האט עס נישט אנגעמערקט ביז יעצט, אבער די וואס טענה׳ן וועגן חציצה קומט אויס אז מענער בזמן שבית המקדש היה קיים (אדער ביים בית המקדש השלישי) וואס מען וועט זיך דארפן טובל׳ען מן התורה בכמה אופנים, לאמיר זעהן אויב זיי וועלן אזוי מחמיר זיין אויף חציצה און זיך אפגאלען פון אויבן ביז אונטען....
פאר יענעם איז מען מחמיר...
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 9:52 pm
דורך אישתישבי
מרדכי הצדיק האט געשריבן:איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,
אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.
Re: תגלחת נשים
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2019 9:55 pm
דורך קאלטגעבראטן
ווען האט זיך אנגעפאנגען די שייטלעך? לויט ווי איך פארשטיי פלעגט מען גיין ארפגעבינדען,
Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 1:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
The_Garment_of_Torah_Clothing_Decrees_an.pdf
איך האב יעצט געזען די מאמר, וואס מ'רעדט דארט ארום די גזירת המלבושים, גער און די גזירה קעגן פרויען זיך שערן
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 6:37 pm
דורך איך אויך
אישתישבי האט געשריבן:מרדכי הצדיק האט געשריבן:איינע פין די זאכען וואס דער להורות נתן שרייבט ער ברענגט צי פין די נצי"ב אז לכאורה די טעם פין שערען די האר איז וועגען מען זאל נישט צוקומען צי סחיטה ביי די טבילה אין שבת, פאר די ליטוואקעס איז עס א גוטע טעם אבער ס'מאכט נישט קיין סענס ביי חסידים ווי די מענער גייען שבת אין מקוה יעדע וואך מיט די בארד אין פיאות, אין מען האלט זיך זיך נישט צוריק וועגען א חשש סחיטה,
אפשר וואלט מען געברויכט אפגאלען די בארד עס זאל נישט זיין קיין חשש סחיטה ווען מען גייט אין מקוה שבת.
די אמאליגע ליטוואקעס האבען טאקע אזוי אקוראט געהאלטן.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אמאליגע ליטוואקעס, ווי היינט, האבען דאך נישט געהאלטן אז עס איז אזוי וויכטיג צו גיין אין מקוה. נאר ביי פרויען איז עס אן עסק.
Re: תגלחת נשים
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:40 am
דורך מילך טראק
די בלוט קומט מיר ארויף ווען איך האב געלערנט די משנה ווי עס ווערט גע'פסק'נט אז מ'מעג גורם זיין אז קדשים זאלן ווערן פסול, אויב די מאן איז נישט מסכים זיין פרוי זאל זיך אפשערן, און ער קען זאגן אז ער וויל דווקא איר האר, נישט קיין פאה נכרית.
Re: תגלחת נשים
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:42 am
דורך געשמאק
קען איינער ווייזען וואס איז דו ערשטע מקור אויף תגלחת נשים ?
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:19 pm
דורך עמרם
דאכציך אז ס'איז א תשובות חתם סופר
(ער דערמאנט דרך אגב, ביי איינער וואס די מנהג איז זיך אפצושערן, פארוואס איז עס נישט קיין חציצה פאר די חתונה, ווייל כל העומד לגזוז כגזוז, אבער ער זאגט נישט אז מ'דארף)
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:21 am
דורך LIVE112233
מענין לענין,
אפשר איז שוין דא א אנדערע אשכול (נישט געטראפן), אדער קען איינער עפענען אן אשכול.
רוקען די העיר ליין, פון שטערן, פון קאפ, מיט לייזער, וואס איז שטערן, וואס איז קאפ, (די זעלבע פון די קנאק זייט) אוסרים, מתירים, פראקטיש ?
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:28 am
דורך סביב העולם
LIVE112233 האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:21 am
מענין לענין,
אפשר איז שוין דא א אנדערע אשכול (נישט געטראפן), אדער קען איינער עפענען אן אשכול.
רוקען די העיר ליין, פון שטערן, פון קאפ, מיט לייזער, וואס איז שטערן, וואס איז קאפ, (די זעלבע פון די קנאק זייט) אוסרים, מתירים, פראקטיש ?
אויב ווילסטו וויסן וועגן דעם מנהג, איך לעצמי - ווען ס'איז געווען נוגע - האב אפגעמאכט אז ס'איז אזויווי תפלין. דא א שמועס ווען די האר גייט אראפ, און למעשה נעמט מען אן אז מ'קען גיין נאך רוב מענטשן. אלס פראקטישקייט איז עס אבער נישט עכט נוגע, ווייל נאך צוויי דריי וואכן הייבט זיך אן ארויסזעהן הארעלעך דארט און ביי די וועלכע שערן זיך איז עס זייער אומבא'טעמ'ט. כ'האב אסאך געפרעגט אין מיינע אינגע יארן, און דערווייל נישט באקומען קיין ענטפער. אויב דו טרעפסט אן ענטפער בין איך נייגעריג דאס צו הערן.
Re: תגלחת נשים
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:43 pm
דורך שמן למאור
דער מיידל פון פלעטבוש האט ארויסגעלייגט אזא מעסעדזש נאכפאלגנדיג מיט א בילד פון א ספעציעלע צעטל וואס א פרוי דארף צו טויספילן צו קענען האלטן די קינדער טין די מוסדות אין קרית יואל.
לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן? וועלכע חלק איז אמת און וועלכע חלק נישט?
Screenshot_20240226_201409.jpg
Re: תגלחת נשים
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:03 am
דורך whatever
א מוסד איז אזוי ווי יעדער ביזנעס, דו מוזט נישט קויפן... אז ס'געפעלט דיך נישט די תנאים, גיי צו אן אנדערע מוסד!
(אוי גיי איך כאפן פאר דעם...)
Re: תגלחת נשים
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:11 am
דורך לאכעדיג
ריכטיג. אבער וויבאלד פלעטבוש גירל האט דעס היינט געפאסט אויף אינסטעגרעם אדרעסירט מען עס דא.