בלאט 18 פון 37
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:28 am
דורך טעפל
קופערניקוס האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:קופערניס, כ'קען זיך פשוט נישט איינהאלטן.
מיר האט מען געלערנט אז זיך איינהאלטן איז פון די יסודי החסידות, בכל אופן, מנשה'לע, איך שעץ דעם פאקט אז די ביסטו שטאלץ מיט דיינע מיינונגען און מיט דיין בילד, עס איז א געבענטשט ערשיינונג אינעם הרוצה בעילום שמו געמיינדע, אבער דיינע אגענדעס מיט סקווערס מתנגדים שפיי אויס ווי זיי זענען באוויליגט. אויב איז צימעס נישט קיין סקווערער מאכל, קען מען גרינדן א צוויבל קיגל פארום סמוך ונראה צו צימעס.
קופערניקס די צוויבל קוגל פארום איז א געוואלדיגע עמקות!!!

דאס קען איינפאלעם מאר ר' קופערניקוס אליין..
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 9:39 am
דורך ענדע צדיק
איחוד פעלד האט געשריבן:אגב איך בין זיכער אז דער סקווערער רבי טראגט א פעמפער, ווען נישט וואלט ער נישט געקענט זיצען ביים טיש אזוי לאנג......
סאו לכאורה האבן אלע חסידים אויך פעמפערס, ווייל מ'זעט נישט אז ס'זאל זיך טון א געגייאכטץ די גאנצע טיש.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 12:24 pm
דורך ענדע צדיק
וואס איז אמאל געווארן מיט די בחור וואס האט אנגעצינדן ראטטענבערגס קאר פאריאר פורים?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 3:20 pm
דורך מנשה לוסטיג
יענער איז נישט לאנג פארדעם געווען ראטנבערגס א מענטש, און ער האט איבערגעדרייעט די דאשיק, און האט געסטראשעט אז טאמער גייט ראטנבערג ווייטער מיט עהם צו קארט, האט ער נאך זיין אונטערוועלט חברים
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 2:16 pm
דורך ענדע צדיק
ביי א קריים נעמט די שטאישע פארוואלטונג קער, ס'האט גארנישט מיט ראטענבערג, מאכט נישט קיין סענס.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 3:09 pm
דורך דעת יחידאה
איך ליין יעצט צוריקציוועגס פינף זעקס תגובות בלעטער און איך שטוין וויאזוי עס קען זיין אזא זאך אז די סקווערער קהילה נעמט נישט אפיר דעם מנשה און סטראשעט עם אן מיט מיתה משונה אויב ער סטאפד נישט זיין נארישע פירקלערייען איך האב נישט קיין שום ספק אז אויב איינער מאכט שאדן פאר סקווערער קהלה איז דאס נישט קיין אנדערער ווי מנשה ליסטיג.
איך קען דיר יעצט געלערנט מנשה און איך האב מחליט געווען אז דו האסט ריכטיגע אמונה אין דיין רבי'ן, אמונה פשוטה ממש אמונת בעש"ט ומרע"ה. איך וויל אבער אז די זאלסט געבן א לעקציע אין דער סוגיא. ווייל אין מיין ווערטער בוך האב אויפגעזוכט וואס ס'מיינט אמונה פשוטה און איך האב אזא זאך דארט נישט געטראפן. ווייל מיר האט מען געלרנט אז ווער סהאט פלעינע אמונה פשוטה אין אייבירשטען איז בכלל נישט בגדר מאמין, דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן 13 עיקרים וואס אין דעם דארף א יוד האבן אמונה פשוטה, אבער ווער סהאט פלעין אמונה פשוטה "כגלייב" אזא איינער קען אפשר גאר זיין א פראסטע כופר בעיקר. ממילא וויל איך דיר מנשה'לע פרעגן, אין וואס באשטייט דאס דיין הייליגער אמונה, אין בעש"ט, אין משה רבינו און אין דיין הייליגער רבי?
מנשה'לע טייערער איך ווייס אז קיין תירוץ האסטו נישט נאר די גייסט שנעל לויפן פרעגן ביי איינעם און קומען לויפן מיט א באמבערדיגע תירוץ, איך וויל דיר זאגן עפעס, איך האב א קלארער מהלך אין דער סוגיא, ענד יא שאלד בעדער וואטש אוט, ווייל איך וועל דיר מיט דיינע גוטע פריינד וואנס ענד פאר אלל שטעלן אין פלאץ.
[left]דעת יחידאה[/left]
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 5:21 pm
דורך atmybest
מנשה, איך וויל ווערן א סקווערער.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
ברוך השם אלקי רבינו, אז איך דארף נישט לויפן פרעגן.. ביי אונז ווער עס לערנט יונגערהייט מאור עינים תולדות אוהחה''ק און דגל, האט די יסודות היהדות אין די געוויסן.
און איך בן בכלל נישטא דיר אויפצואווייזן און זיך מתווכח זיין, אבער טאמער ווילסטו הערן תירוצים, קענסטו גיין גלייך צום מאור עינים וואס איז מיין וועג ווייזער, און דארט טרעפן אמתע דעת, והמאור שבה יחזיר אותך למוטב
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:22 pm
דורך gehlungen
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ברוך השם אלקי רבינו, אז איך דארף נישט לויפן פרעגן.. ביי אונז ווער עס לערנט יונגערהייט מאור עינים תולדות אוהחה''ק און דגל, האט די יסודות היהדות אין די געוויסן.
און איך בן בכלל נישטא דיר אויפצואווייזן און זיך מתווכח זיין, אבער טאמער ווילסטו הערן תירוצים, קענסטו גיין גלייך צום מאור עינים וואס איז מיין וועג ווייזער, און דארט טרעפן אמתע דעת, והמאור שבה יחזיר אותך למוטב
Menashe are you for real ? You are saying that all your doings are ACCODING to the teachings of the MEOR EINAYIM ?? Lol

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:25 pm
דורך מאיר_וואלף
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ברוך השם אלקי רבינו, אז איך דארף נישט לויפן פרעגן.. ביי אונז ווער עס לערנט יונגערהייט מאור עינים תולדות אוהחה''ק און דגל, האט די יסודות היהדות אין די געוויסן.
און איך בן בכלל נישטא דיר אויפצואווייזן און זיך מתווכח זיין, אבער טאמער ווילסטו הערן תירוצים, קענסטו גיין גלייך צום מאור עינים וואס איז מיין וועג ווייזער, און דארט טרעפן אמתע דעת, והמאור שבה יחזיר אותך למוטב
מנשה זיסע, פון לערנען מאור עינים ווערט מען נישט קיין טיפש, פארקויף נישט אז דו האסט דיך געבויט פון מאור עינים
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:17 am
דורך ענדע צדיק
דעת יחידאה האט געשריבן:איך ליין יעצט צוריקציוועגס פינף זעקס תגובות בלעטער און איך שטוין וויאזוי עס קען זיין אזא זאך אז די סקווערער קהילה נעמט נישט אפיר דעם מנשה און סטראשעט עם אן מיט מיתה משונה אויב ער סטאפד נישט זיין נארישע פירקלערייען איך האב נישט קיין שום ספק אז אויב איינער מאכט שאדן פאר סקווערער קהלה איז דאס נישט קיין אנדערער ווי מנשה ליסטיג.
זיי האבן זיך מקבל געווען מער נישט צו הארגענען קיין מענטשען...
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:13 pm
דורך דעת יחידאה
איך בין נישט באקאנט וויפיל מאו"ע תו"יי און דגמ"א די האזט אין דיין לעבן געלערנט דו מערסטע וואס כקען זיך פארשטעלן איז אז די האסט סאקסעספאל אנטייל גענומען אין א "פערציג טעג אור החיים פראגראם", ווייל אויב וואלזטו געקענט אביסל פון די ספרים וואס די דערמאנסט וואלסטו אנדערש געטראכט, הגם די רעדזט זיך איין אז נאר די סקווערע חסידים קענען די ספרים ווייס איך אבער פאר א פאקט אז סזענען נישט דא קיין צעהן סקווערער חסידים וואס קענען אפילו נאר איינער פון די ספרים בעל פה.... (והספר הקדוש "שאלות ותשובות" יוכיח) און מנשה סאיז נישט מער ווי געווען א גוטע טאקטיק כאילו מיר צו פארמאכן דאס פיסקל. אבער איך בין ב"ה געלערנט אין די ספרים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:43 pm
דורך דולה ומשקה
איינער זאל זעהן איינצומעלדן דער בחור וואס זיצט אין תפיסה ווייל ער האט בלויז געהאט א זאק אויפ קאפ, אז מיר האבען איהם אינזין.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:25 pm
דורך דולה ומשקה
דער יאר-טאג איז אט אט דא.
פון ווען דער 'באטלער' פון סקווירא רבי האט זיך אנגעטוהן א זאק אויף זיין קאפ דריי אזייגער פארטאגס און שפאצירט געמיטלעך, אין JEWLAND, פלוצלים האט ער זיך פארברענט, א מזל א פאהר אידן זענען געוועהן דערנעבען, מ'האט איהם שנעל אריין געפירט אין תפיסה, צוליב אומ-פארשטענדיש סיבות איז ער מחמת זה אנגעקומען צו זיצען אין תפיסה.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:55 pm
דורך בעל הבית
נעבך נעבך מיין הארץ גייט אויס פאר די אימשולדגע טייערע בחור
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 6:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
ראטנבערג טוהט א שידוך מיט זיין קינד אין איינע פון די טעג. [אין פערציג יאר ארום..]
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:25 pm
דורך אויס מענטש
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ראטנבערג טוהט א שידוך מיט זיין קינד אין איינע פון די טעג. [אין פערציג יאר ארום..]
א טיפע מנשה
א קאפ שטיק
א עמקות
ניט געמאכט פאר אונז פשוטע אידן
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 7:26 pm
דורך Lexus
Do you really think that it will be hard for him to make a shidduch???
I think that it is a big merit to have such a holy mechutan, and i would better make a shidduch with him then with your rabbi
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:20 pm
דורך חזקיהו המלך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קען זיין ס'איז באשערט עפעס א מוכת עץ זאל וועלן ווערן א מחותן מיט עהם, אבער וויפיל איך האב מיטגעהאלטן איז ער פיין באקאקט.
נו ער איז נישט דער ערשטער איד וואס ליידט פאר'ן טוהן וואס מען דארף, לאמיר האפען אז דער באשעפער וועט אים העלפען,
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:23 pm
דורך מנשה לוסטיג
האף נישט אזוי סאך פאר דיינע ליבע ידידים, טוה צום זאך, דריי א וועלט פאר עהם, צייג קלאר אז יא, ער האט אויסגעפירט, ער האט חברים איבעראל, וואס געבן עהם שטיצע, נישט מיט די מויל, נאר געלט שידוכים ארבעט אלעס אלעס.
אזויווי אין סקווער זענען חסידים גרייט צוגעבן דעם רבין אלעס, אזוי דארפן אזעלכע ידידים ווי דו, אויך צייגן ווי אמת'דיג דו האסט עהם ליב און ווילסט עהם העלפן. לא המדרש העיקר
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:54 pm
דורך finskver
ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר סקווער
http://finskver.wordpress.com
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 9:58 pm
דורך זר זהב
צום אלעם ערשט וויל איך קלאר שטעלן אז איך בין נישט קיין אפיציעלער פארטרעטער פון סקווער און איך בין נישט באשטעלט געווארן דורך קיינעם.
איך האב נאר אין די לעצטערע צייטן באקומען לינקס צו פארשידענע געשרייבעכצער, אין וועלכע איך זעה א געפערליכע האס און שנאה צו סקווירא, און איך, זייענדיג א נאכפאלגער פון סקווער, בין זייער געטראפן פון דער פאקט אז עס ווערט נישט אפגעענטפערט געהעריג, און מאנכע מיינען אז עס איז א בחינה פון שתיקה כהודאה. איך ווייס אז איך לאז מיך אריין אין דעליקאטע עניינים, אבער מיינע געוויסן הייסן מיר דאס צו טוהן, און איך פיהל אז עס איז אן עת לעשות.
אויך וויל איך קלאר באטאנען אז איך ווייס זייער קלאר אז איך גיי נישט טוישן די מיינד פון די מחרחרי ריב וועלכע פרייען זיך אויף יעדע שטיקל שמוץ און דברי בזיון אויף סקווער (מן הסתם אויך אויף יעדע אידישע קהילה קדושה) כמוצא שלל רב, און צו זיי ציהל איך אינגאנצן נישט. איך ווייס נאר אז עס זענען אויך פארהאן יונגעלייט מכל קצוי תבל וועלכע קוקן אויף סקווירא מיט פארוואונדערטע אויגן פרעגענדיג ‘וואס גייט דארט פאר אין סקווירא?’, און עס איז ביז היינט נאר געווען צו באקומען די באריכטן אין די נעגאטיווע פארמאט, צוליב דעם וואס די גאר גרויסע מערהייט פון בלאג פאסטערס זענען פון די מהרסים וועלכע קענען נישט פארנעמען די וואוקס און בליה פון סקווער, און ס’רוב פון סקווירא איינוואוינער און נאכפאלגער האבן נישט קיין עקסעס צו די זאכן בכלל, און דעריבער קען זיך אמאל דוכטן אז סקווער האט פארלוירן איר געלדענעם גלאנץ, דעריבער וויל איך אין די פאלגענדע שורות מסביר זיין וואס עס גייט באמת פאר, ווי ווייט איך בין באקאנט מיט די פאקטן.
וזה החלי… סקווער (אדער סקווירא, ווי עס ווערט אפיציעל אויסגעלייגט) איז אן הייליג שטעטל וועלכע איז געבויט געוואר בערך שנת תשי”ז מיט בלוט און שווייס דורך כ”ק מרן הקוה”ט מסקווירא ז”ל, מיט’ן איינציגן ציהל אז עס זאל זיין א פלאץ אין אמעריקא ווי מ’זאל קענען ערציהען די קומענדיגע דורות בקדושה וטהרה, און ס’זאל נישט אנקומען אזוי שווער ווי עס איז דאן געווען אין די שטאט אין וועלכע מ’איז אויסגעשטעלט צו די גוי’שע און מאדערנער גאס.
ער האט אוועק געשטעלט פארשידענע גדרים וסייגים וועלכע ער האט געפילט פאר וויכטיג, צו דער ערציהונג פונם יונגן דור. איינס פון די גרויסע יסודות איז געווען אז אין סקווירא זאל נאר זיין איין ביהמ”ד און איין מנין שבת קודש און יו”ט צו קבל”ש און שחרית-מוסף, דער ציהל איז בפשטות געווען (ס’קען זיין אנדערע סיבות, אבער אזוי פארשטיי איך) אז אזוי וועט זיך איעדער תושב פילן ווי אן אקטיווער חלק אינ’ם זעלבן קהילה, און אזוי וועט זיין אן הנהגה צו וועלכע דער עולם וועט זיין אויסגעשטעלן ווייניגסטנס איינמאל א וואך דורכ’ן דאווענען צוזאמען. אבער אפגעזען צו דאס איז די סיבה, איז דאס, אן קיין ספק, געווען דעתו ורצון קדשו פונם מייסד פונם שטעטל, און ער האט נישט ארויפגעלייגט קיין עקספיירעישען דעיט דערויף, ווי אנדערע ווילן זאגן, אז ער וואלט שוין היינט אנדערש געזאגט.
זענען געקומען מהרסים וועלכע האבן זיך געפיהלט אומבאקוועם אין שטעטל, און אנשטאט מחליט זיין אז דער שטעטל איז נישט געמאכט פאר זיי, צוליב דעם וואס זיי פארנעמען נישט דער פאקט אז עס איז נאר דא איין הנהגה אין שטעטל, האבן זיי געוואלט טוישן איינס פון די גאר שטארקע יסודות אויף וועלכע די שטעטל איז געבויט געווארן, און ווערט ווייטער געפיהרט.
העכסט פארשטענדליך, אז דאס האט נישט געמעגט פארשוויגן ווערן, און די חברי הקהילה און דיינים פון שטעטל האבן פרובירט מיט איעדע מעגליכע טאקטיג, מיט גוט’ן און מיט בייזן, דאס אפצושטעלן, אומסוקסעספול. דערנאך איז ליידער געשען וואס עס איז געשען, וואס עס זענען כולי עלמא מודי אז האט נישט געדארפט געשען, אבער איז ווי נישט ווי אביסל פארשטענדליך.
לאמיר נעמען א משל פון א ביהמ”ד אין וויליאמסבורג. דער רב און מייסד פון ביהמ”ד האט איינגעפירט אז אין דער ביהמ”ד זאל נאר זיין איין מנין פאר שחרית שבת צופרי. נאך עטליכע יאר איז צוגעקומען נייע מתפללים, וועלכע האבן פון’ם אייגענעם מיינונג מחליט געווען אז דער ביהמ”ד דארף שוין נאך א מנין, און איין שיינעם שבת האבן זיי צוזאם געקראצט א מנין און זיך געשטעלט דאווענען. וואלט זיי דען דער רב נישט ארויסגעטראסקעט פון’ם ביהמ”ד? און אויב וואלטן זיי זיך נישט געלאזט מיט גוט’ן וואלטן די אנדערע ערנסטע מתפללים זיי לגמרי באזייטיגט. נישט קיין ספק.
ס’קען זיין אז דער מציאות פון נאר האבן איין מנין שב”ק צו קבל”ש און שחרית-מוסף קוקט אויס אין די אויגן פון די גאס ווי אן אומגעווענליכע און נישט גוטע זאך, אבער דאס איז געווען איינס פון די יסודות אויף וועלכע דער סקווערער רבי ז”ל האט מיסד געווען דער שטעטל. און אויב קומען יחידים און ווילן דאס אונטערברענגען, אוודאי ברענגט דאס אויף א געוואלדיגע היציגקייט אין די יונגווארג און מ’טוט וואס מ’טוט.
חוץ פון דעם, איז דער מנין וועלכע די מהרסים האב’ן מייסד געווען נישט געווען די איינציגסטע עוולה וועלכע זיי זענען באגאנגען אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א און אנטקעגן רוב פון די תושבים וועלכע זענען צופרידן פונ’ם סקווערן לייף סטייל. זיי האבן געמאכט ליצנות פון די כח ההנהגה פון סקווער ווען נאר געווען מעגליך, און געזוכט וויאזוי נאר מעגליך אונטער צו ברענגן די כח ההנהגה פון סקווער.
עס פרעגט זיך אליין, ווי זענען די רעכטן פון’ם רוב פון די איינוואוינער וועלכע ווילן יא האבן די סארט הנהגה, און די מהרסים ווילן עס אונטער ברענגן? אויף צו האבן די זעלבע סארט הנהגה ווי אנדערע חסידישע מקומות קענען זיי אהין גיין. מיט וועלכע רעכט מעגן זיי צונעמען די לייף סטייל וועלכע די סקווערע איינוואוינער האבן? אויב איז עס נישט באקווען פאר זיי, זאלן זיי טרעפן וואס עס איז יא באקוועם, און נישט נעמען דעם עקזיסטירנדן לייף סטייל און ארום דרייען לויט זייער באקוועמליכקייט.
איך וויל קלאר שטעלן דעם טאון. איך האלט אויסדריקליך אז דער וועג פון טעראר איז נישט דער אידישער וועג. אבער עס איז ברור כחמה אז עס איז א געוואלדיגע עוולה אנטקעגן א קהילה קדושה, צו נעמען דער הנהגה פונם פלאץ, און צוליב יחידים וועלכע זענען נישט צופרידן פונם מהלך, פרובירן צו טוישן. און עס ברענג אויף הייס בלוט ביי די וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן.
אפילו אויב די מהרסים וועלן זאגן אז רוב איינוואוינער פונם שטעטל ווילן נישט די יעצטיגע הנהגה, וועלכע איז פאר איעדן בר דעת קלאר שקר, זענען זיי נאכאלץ נישט בארעכטיגט דערצו. זיי מעגן אפשר פרובירן איבער צו רעדן מענטשן זאלן מופן צו פלעצער אין וועלכע זיי וועלן זיין מער צופרידן, אבער טוישן דער מהלך ההנהגה פון א פלאץ? אויסדריקליך אן עוולה שאין כדוגמתו, אנטקעגן דער מייסד פונם שטעטל, אנטקעגן דער סקווערע רבי שליט”א, אנטקעגן דיר רבני ודייני הקהילה, און אנטקעגן אלע איינוואוינער.
איך וויל דא אויך קלאר שטעלן אז אין סקווערער שטעטל וואוינען היין צו טאג בערך 1200 משפחות בלי עין הרע, און צו זאגן אז אין סקווער באגייט מען זיך טעראריסטיש און ענדליכע לאזונגען איז א געוואלדיגע עוולה. אויב פון 2500 ערוואקסענע מענטשן (מענער פרויען און בחורים) זענען פארהאן 10 מענטשן וועלכע קענען זיך נישט קאנטראלירן, ווערט שוין דער גאנצער שטעטל אפגעפרעגט? ווי איז פארגעסן געווארן די הונדערטער גאלדערנע יונגעלייט וועלכע לערנען 18 שעה’דיגע טעג? ווי זענען פארשטעקט די חשובע דיינים מיט וועלכע די רבנישע גאס קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן? פארוואס הערט מען נישט אויף די גאס פון די סקווערע אפגעהיטענע בעלי בתים? יא, סקווער האט א גרויסע מאיאריטעט פון גאר חשוב’ע יונגעלייט און עלטערע יונגעלייט, און צוליב די עטליכע יחידים וועלכע טוהען נארישע עוולות אויך די אייגענע הענט, איז דאס דער אימעדזש וואס הייסט ‘סקווער’.
דער תירוץ איז פשוט. אין גארבעדזש קען איז נישט דא קיין אויבן אן, און צו מיסט קלעבן פליגן. דער אלגעמיינע גאס ציהט צו לשון הרע ורכילות אנטקעגן יחידים און נאכמער אנטקעגן קהילות ווי פליגן צו מיסט. און אז מ’קען נעמען א קהילה קדושה ווי סקווירא און אויפבויען א קעיס אנטקעגן זיי, קוקט מען אוועק פון אלע פאזיטיווע פאקטן מיט וועלכע די קהילה איז ב”ה געבענטשט, און מ’קלעבט זיך אן אין די שמוץ וואס עטליכע אום קאמפאטענטע יחידים באגייען.
איך מיין אז עס איז צייט אז לכל הפחות יודן בעלי דעת זאלן איינזען אז די סחורה וואס ליגט ‘אן דיספלעי’ אויף די אינטערנעט, איז דירעקט ארויס געלייגט דורך אנשי בליעל וועלכע פארנעמען נישט קיין שום דבר שבקדושה און לייגן עס אן אויף יחידים און קהילות קדושות צו בארעכטיגן זייערע געוויסן.
שכוח פאר’ן מיר אויסהערן.
נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:01 pm
דורך חזקיהו המלך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:האף נישט אזוי סאך פאר דיינע ליבע ידידים, טוה צום זאך, דריי א וועלט פאר עהם,
כ'בין נישט זיין ידיד אין כ'קענעם נישט פערזענליך, אין כ'בין נישט די וועלטס פארזארגער, אבער כ'האב געשריבען מיין מיינונג, האסט א פראבלעם דערמיט ?
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אזויווי אין סקווער זענען חסידים גרייט צוגעבן דעם רבין אלעס,
נו, וואס ווילסטע ארויס ברענגען דערמיט אז ס'דא אזא זאך ווי עבודת אלילים, וואס האט איינס מיטען צווייטען, די מישט א קאשע,