מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:א גאר פאפולערע סטעיטמענט יעצט אין די אראבישע סאשעל מידיא:
كوبرنيكوس نحن نفتقدك، ونحن في انتظاركم!
א פרישע אראבישע ספרינג!
דאס איז שוין אלטע נייעס.
יעצט אריינגעקומען: الأخبار العاجلة! كوبرنيكوس هو العودة!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
סארא מעס אפ... די הויפט רוסישע צייטונג, "קאק דילא דעילי" מעלדט מיט קידוש החמה אותיות
Коперник вернулся! Там Коперник!
Коперник делегат молочный коктейль фракции в ортодоксальной еврейской общины в Каве shtibel
די רוסישע אמבאסאדע ערקלערט מיר אז זיי מיינען אז קופערניקוס איז דער פארשטייער פון די מילקשעיקר, זיי מישן אים מיט זר זהב,
אוי איז דאס פאני!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:"די צייטונג" שרייבט אז עס איז געוועהן איבער 100,000 מענטשען, און אז אפילו די ציוניסטישע צייטונגען האבן אזוי געשריבען. אזוי?????
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
שעפטל האט געשריבן:
כ'האף אז קיינער וועט נישט ברוגז זיין אויף מיינע רייד, אבער דער הציבור האט געטוהן א נידריגע זאך מיטן לייגן א פאלש בילד אויפן דעקל!!!
און די צוויי ווישניצע ברודער, וועלכע לעבן יא בשלום האבן זיין פונאנדערגטיילט... עולם הפוך ראיתי!
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
[center]ברוך המקדש שמו ברבים, אשרי העם שככה לו, אשרי העם שהשם אלוקיו![/center]
עס איז שוין פאריבער 3 טאג זינט דאס יהדות החרדית האט פארענדיגט דעם מעכטיגן היסטארישן עצרת הרבבות וואו אזויפיל טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פונעם גאנצן יהדות החרדית איבער אמעריקא האבן אזוי הילכיג אויסגעשריגן אז זיי זענען דא מיט א געטריישאפט זיך אנצונעמען פאר כבוד שמו יתברך, אז זיי זענען דא מיט א אנטשלאסנקייט צו קעמפן לטובת אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, און אז זיי זענען דא מיט א פעסטע החלטה נישט צוצולאזן אז די הענט פון די רשעי ישראל אין ארץ ישראל זאל חלילה פאלן אויף די פארבליבענע ערליכע טייל פונעם יהדות החרדית.
עס איז נישטא די ווערטער מיט וואס צו באצייכענען די הרגש וואס די רבבות ישראל האבן געשפורט אין די מינוטין ווען א בליץ פון א פייערדיגע קידוש שמו יתברך איז אדורכגעלאפן אין זייער הארץ, ווען מען האט אויסגעשירגן דעם "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" הארט בעפארן שליסן דעם היסטארישן עצרת מחאה אדירה, ווען יעדער איד פאר זיך, טראץ וואס ער האט נישט געזעהן מער ווי די 100 אדער 200 מעעטשן וועלכע זענען געשטאנען ארום אים, האט ער אבער געוויסט אז דא געפינען זיך יעצט מיט אין אינאיינעם דאס גאנצע ערליכע טייל פונעם יהדות החרדית ממש בלי שום יוצא מן הכלל, און אזא שמע ישראל האט א טיפער און התעוררותדיגער באדייט, ווען עס האט זיך געשפורט ווי עס שרייט זיך ארויס צו השי"ת אז יא! משיח צדקינו האט נאך דא אין גלות א פארזאמלונג פון רבבות ישראל וועלכע שרייען אויס א שמע ישראל וואס איז לויטער און ריין, א שמע ישראל וואס איז נישט פארמישט מיט עבודה זרה, א שמע ישראל וואס איז א האפענונג אויפן ריכטיגן "שתהא שמו שלום וכסאו שלום", און טאקע אט דער היינט נאכטיגער אחדות לטובת קידוש שמו יתברך וועט בלי ספק דערנענטערן די גאולה שלימה בקרוב ממש!
ווער עס האט דאס נישט מיטגעלעבט אליינס וועט קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס יעדער איד האט געשפורט אז מען טוט היינט אויספירן א רצון השם אויף אזא היליכגן פארנעם וואס מען געדענקט נישט סיי ווען בעפאר, און שוין אפגערעדט פון די טויזנטער סאטמארע אידן וועלכע האבן געקוקט מיט די אויגן וויאזוי עס ווערט ווירקליך אפגעשפילט דער חלום אויף וואס מרן רבינו שליט"א האט געזאגט פארגאנגענעם חוה"מ פסח בלשון קדשו אז אויב וועט דאס פאסירן וועט דער פעטער ז"ל אין הימל זיכער האבן א גרויס נחת רוח, און אט האט דאס טאקע ווירקליך פאסירט, און עס איז זיכער אז די אלע צדיקים וקדושים וועלכע האבן אזוי ביטער געקעמפט מיט א מלחמה לה' בעמלק אז דער חרדישער אידנטום זאל נישט פארכאפט ווערן אין די באן פון כפירה ומינות ושמד פון די ציוניסטישע רעגירונג, אט די אלע צדיקים לאזט זיך זאגן אז זיי האבן היינט אויפדערנאכט זיכער געמאכט א מחול לצדיקים, און געטאנצן פאר פרייד אז שוין שטייענדיג 63 יאר נאכדעם וואס די מרידה בה' איז אויסגערופן געווארן, איז נאך דא א ערליכער כח וואס קען צאמברענגען אזויפיל רבבות ישראל זיך מעורר צו זיין נישט צו ווערן פארשלעפט אינעם שמד אפאראט פון די מדינה הציונות, א שמד אפאראט וואס האט שוין היינט ליידער די אונטערערדישע מיטארבעט פון אזויגערופענע גדולי הדור וואס פון זייערע שטובער ווערן ליידער רח"ל אנגעפירט די גרעסטע מעשי שטן בשליחות פון די ציוניסטישע רשעים אליינס, פארט אבער איז פארבליבן זה לעומת זה אזא מעכטיגער כח וואס איז בלויז צו פארדאנקען די רוחניות'דיגע פייער וואס אונזערע פריערדיגע צדיקי הדור האבן אין אונז אנגעצינדן, והאש תמיד תוקד עד ביאת הגואל!
די גדולי הבעלי דרשנים האבן אייניג ארויסגעברענגט דער צוויי זייטיגער ציהל פון די מערכה, פון איין זייט אויסצורופן פאר די רשעי ישראל אויף א הילכיגן פארנעם אז מיר וועלן נישט צולאזן זייערע פינסטערע פלענער זאלן ח"ו אויסגעפירט ווערן נאר מיר וועלן קעמפן אלוועלטליך קעגן יעדע פריוו פון אויסשמד'ן חרדישע בחורין אין די טמאנע מיליטער היו לא תהיה, און פון די צווייטע זייט דער אויסרוף פון חיזוק פארן יהדות החרדית אין אר"י, און די הייסע בקשה געמישט מיט א ברכה פונעם יהדות הגולה צום יהדות אר"י, אנא אחינו , מיר בעטן אייך אונזערע ברודער, אל תראו ואל תחתו, שרעקט אייך נישט און גיט אייך נישט אונטער, האלט אייך פעסט אויפן פראנט מיט א מלחמה גדולה קעגן די רשעי עמינו, און גיט אייך נישט אונטער צו סיי וועלכער כת וואס וועט וועלן אפקילן ענקער מסירת נפש למען כבוד שמו יתברך, איר האט א פעסטער רוקן-ביין דאהי אין אמעריקא וועלכע וועט אייך האלפן קעמפן לכל אורך הדרך אן קיין שום פשרות כלשהוא ח"ו!!!
און ווי עס האט אויסגערופן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ביים שליסן דעם היסטארישן מעמד קידוש שם שמים בקול זעקה גדולה, איז דער היינטיגער עצרת אדיר נישט געווען קיין שליסונג פון א מלחמה, נאר פארקערט, דאס איז געווען א אנהייב פון א מלחמה, א שוועבעלע וואס האט נארוואס אנגעהויבן ברענען און וועט פון דא און ווייטער אנגיין מיט א פייערדיגע קאמפ, לא ננוח ולא נשקוט, מיר וועלן נישט רוען און נישט איינזיצן ביז ווילאנג די מלכות הרשעה וועט נישט אראפנעמען זייערע נעגל פונעם פארבליבענעם יהדות החרדית צו וועמען משיח צדקינו וועט בקרוב קומען, און אויסלייזן פון די ביטערע גלות אונטער רשעי ישראל וואס איז די ערגסטע גלות וואס אידן קענען נאר האבן.
בשעת דעם גאנצן מעמד איז פארגעקומען דעם היסטארישן "בני הישיבות מארטש" ווי אריבער צוויי טויזענט בחורים חסידישע און ליטווישע אינאיינעם האבן הילכיג דעמאנסטרירט זייער סאלאדיריטעט און חיזוק פאר זייערע ברודער די טויזענטער בחורים אין ארצינו הקדושה וועלכע זענען אין צענטער פונעם ביטערן גזירה און וועלן מעגליך אויסשטיין ביטערע תפיסה שטראפן פארן וועלן לערנען די הייליגע תורה.
דער מארטש איז געניטערהייט געפירט געווארן דורך הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל אין קרית יואל, מיט פאליצייאישע באגלייטונג, אזוי אויך איז דער מארטש באגלייט געווארן דורך פילע וואלאנטירן פון חברים דקרית יואלך וועלכע האבן שטארק צוגעגבן צו די מייסטערהאפטיגע ארדענונג פונעם מארטש.
דער מארטש איז געווען אויסגעשפרייט אויף פיר סקווער בלאקן ווי די בחורים האבן די גאנצע צייט ארומגעוואקט, האלטענדיג אין די הענט פאסיגע שילדן וואס האט געבעטן דעם ממשלת הכופרים צו אויסשפרייטן זייערע תפיסות פאר אלע אונזערע בחורים וואס זענען ליבערשט גרייט צו גיין אנפילן די ציוניסטישע תפיסות ווי איידער זיך מטמא צו זיין אינעם טמא'נעם צה"ל, אזוי אויך האבן די בחורים געהאלטן שילדן פון א קאראקטור וועלכע צייגט אן אז די גויאישע מלכות של חסד אמעריקא פארשטייט אז מען דארף האבן "פרידאם אוו רעליגיע" אבער אין די אידישע מדינה איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי פרייהייט פון רעליגיע, נאר מיר ווערן געפייניגט דערפאר וואס מיר ווילן אפהיטן אונזער תורה און מצות.
פארנט פונעם מארשט איז געטראגן געווארן א ריזיגע קאסטן אן אפשפיגלונג פון א תפיסה, מיט צוויי בחורים דערין, אנגעטוהן אין תפיסה קליידער און איין הענט צוגעבינדן,און אין די אנדערע הענט האלטן זיי א גמרא, דעמאנסטרירענדיג אז מיר וועלן גיין לערנען תורה אין די ציוניסטישע תפיסות, ווי איידער גיין אין צה"ל.
דער בחורים מארטש האט ב"ה געהאט אן הילכיגן אפקלאנג אין די פרעסע, וועלכע האט דאס ברייט באריכטעט,מיט אלע פארבן.
מען קען הערן א הערליכע אינטערוויו איבער דעם קידוש ה' פון דעם היסטארישן "בני הישיבות מארטש" מיט הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן וועלכע האט געניטערהייט אנגעפירט מיטן מארטש, הערט ביים פאריגן מעניו נומ. 1
און אוודאי זענען אידישע קינדער אצינד מתפלל אז די מעכטיגע און שטורעמישע אתערותא דלתא וואס מיר האבן היינט געמאכט בעולם הזה, זאל זיך נישט אפטוהן און נישט פארשווינדן ווערן פוןן אונזערע אויגן, מיר זאלן זוכה זיין מיט אונזערע אויגן צו זעהן און דערלעבן דעם "וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, ותעביר ממשלת זדון מן הארץ", בביאת משיח צדקינו במהרה אמן!
[center]-אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, שזכינו לקדש שם שמים!-[/center]
קרעדיט: בחצרות סאטמאר

שעפטל האט געשריבן:הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג האט געעפענט די מעמד
שעפטל האט געשריבן:און אויסגערופן הרב יצחק גליק, מנהל התאחדות הרבנים צו דינען אלס יושב ראש