בלאט 18 פון 28
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 11:34 am
דורך קאמענטירער
אז מען רעדט פון וויינען, פארוואס וויינען אסאך פון די עקטס אויף אמעריקען געט טיעלענט? וואס איז דא אוז צו נתרגש ווערן?
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 11:39 am
דורך פליקער
קאמענטירער האט געשריבן:אז מען רעדט פון וויינען, פארוואס וויינען אסאך פון די עקטס אויף אמעריקען געט טיעלענט? וואס איז דא אוז צו נתרגש ווערן?
עס איז פשוט, די אלע מרגשים געווענטלעך זענען, ווען למשל איינער לייגט אריין כוחות עצימת אין זיין אקט, ער איז גֶבָּלי'ט כל ימי חייו, און פלצלינג נאכן נעמין די קאראש הערט ער אז זיין אהדישן איז עושה רושם, קומט צי וויינען.
Sent from my VS987 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
א קינד וויל פאקויפען זיין טעדי בער צי האבען עפעס צי עסען.
https://www.washingtonpost.com/news/mor ... andom_2_na
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:15 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UhsGSYAdUs4[/youtube]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:58 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UhsGSYAdUs4[/youtube]
זיי נישט בייז, ער זאגט נאך אלץ נישטפארוואס ער קען נישט נעמען א דזאב.
ער האט נישט קיין שום סיבה צו גיין קלייבן איידער ווי נעמען א דזאב.
טוע א טובה, די שטאט שטעלט צו אן א שיעור שעלטער הייזער אין דזאבס אויך טאמער פעהלט אויס
יעדער קען טרעפן א עבודה טאמער מוויל, ער איז מסתמא געגאנגען קלאפן ביי ראקעפעללער זוכן א דזאב.
די לאקאלע פרוכט געשעפט וואלט עיהם גערן געצאלט אכט טולר א שעה פארן שלעפן באקסיס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:59 am
דורך יואב
ונבנתה העיר האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UhsGSYAdUs4[/youtube]

באמת געברענגט טרערן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:56 am
דורך פרייוויליג
א מיידל מיט א גאר שווערע דורכגאנג האט גענומען די מוט אויפצוטרעטן אויף AGT, און הערליך
געזינגען הללויה פון לענארד כהן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 5:47 pm
דורך דענקער
א אינג מיידל אין אינדיפענדענס, מיזורי - פיבי, 7 - האט געטראפן א לאטערי טיקעט אויף די ערד. זי האט עס אויפגעהויבן, אפגעקראצט, און געווינען $100. זי האט איינגעקויפט עסנווארג און געטראגן אין סקול ווי זיי האבן א פראגראם צו זאמלען עסן און טיילן פאר נצרכים לכבוד יו"ט הבעל"ט.
קוקט דא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
דענקער האט געשריבן: לכבוד יו"ט הבעל"ט.
אבק עבודה זרה
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 6:07 pm
דורך יהושע חיים
מחלוקת הפוסקים אויב עס איז מותר צו פראווענען דעם חגע
אגרות משה איז מתיר און משנה הלכות אסר'ט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
אני הקטן, דער גרויסער פוסק, בערל בעל עגלה, וויל דא אויסדרוקן מיין דעת עם הארץ. אין די שווערע סוגיא פון פייערן אדער סעלעברעיטן דעם טאג/חגא וועלכע הייסט טהענקסגיווינג...!
אויב א מענטש/איד וויל עסן א גוטע סעודה פון טוירקי מיט היימישע סטאפפינג און צו עסן קרענבעררי קאמפאוט, (אויף וואס מ'דארף יא מאכן א ברכה. לפי פסקי המשנה ברורה. אפילו ער עסט עס מיט חלה.) און ער וויל נישט גיין אין דזשאב יענעם טאג, דאמאלטס איז מותר...!
אויב ער וויל (ח"ו) עסן טרייפענע טוירקי וואס מ'קויפט אין סופערמארקעט און אריינלייגן די סטענדערד, גוי'אישע נישט כשר'ע סטאפפינג וואס מ'קויפט אין סופערמארקעט, און ר'האט אויכעט אינזין אז ער עסט די סעודה לזכר די רעליגיעזע פילגרימס (עולי רגל) וועלכע האבן געלאנדעט אין די שטעטל פלימוטה ראק בו ביום. און ער טוט זיך מאחד זיין מיט זייערע נשמות. דאמאלטס איז אסור...!
וואס האלט דער עולם...וועלכער עולם...? ס'איז שא שטיל דא. המחיה. מ'קען פיין שלאפן...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:07 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:אני הקטן, דער גרויסער פוסק, בערל בעל עגלה, וויל דא אויסדרוקן מיין דעת עם הארץ. אין די שווערע סוגיא פון פייערן אדער סעלעברעיטן דעם טאג/חגא וועלכע הייסט טהענקסגיווינג...!
אויב א מענטש/איד וויל עסן א גוטע סעודה פון טוירקי מיט היימישע סטאפפינג און צו עסן קרענבעררי קאמפאוט, (אויף וואס מ'דארף יא מאכן א ברכה. לפי פסקי המשנה ברורה. אפילו ער עסט עס מיט חלה.) און ער וויל נישט גיין אין דזשאב יענעם טאג, דאמאלטס איז מותר...!
אויב ער וויל (ח"ו) עסן טרייפענע טוירקי וואס מ'קויפט אין סופערמארקעט און אריינלייגן די סטענדערד, גוי'אישע נישט כשר'ע סטאפפינג וואס מ'קויפט אין סופערמארקעט, און ר'האט אויכעט אינזין אז ער עסט די סעודה לזכר די רעליגיעזע פילגרימס (עולי רגל) וועלכע האבן געלאנדעט אין די שטעטל פלימוטה ראק בו ביום. און ער טוט זיך מאחד זיין מיט זייערע נשמות. דאמאלטס איז אסור...!
וואס האלט דער עולם...וועלכער עולם...? ס'איז שא שטיל דא. המחיה. מ'קען פיין שלאפן...!
דער ערשטער אפשען איז חוגג לתיאבון און דער צווייטער א להכעיס.
און איך ווער הונגעריג...
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:52 pm
דורך יהושע חיים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 5:52 pm
דורך גיבור
איך בין נייגעריג צו די פרעזידענט ווייסט וואס "שליט"א" מיינט ?
שוידער און שאק: האברך היקר ר' משה וויינער ע"ה טראגיש אומגעקו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:01 pm
דורך שמעלקא'לע
א שאק און טרויער נעמט ארום דאס יהדות החרדית איבער די ביטערע בשורה אז א טייערער יונגערמאן איז אומגעקומען נאכדעם וואס ער איז געווארן אראפגעקלאפט דורך א טרעילער אויף קענט עוועניו היינט אינדערפרי, און איז קריטישע פארוואונדט געווארן, און נאך עטליכע שעה האט ער ליידע אויסגעהויכט זיין נשמה.
ר' משה איז געווען בלויז 21 יאר אלט, און איז געווען באקאנט צווישן זיינע ידידים אלס איינער וואס איז שטענדיג געווען גוט אויפגעלייגט מיט א שמייכל, און א גאלדענע הארץ, ער לאזט איבער אין טרויער זיין חשובער פאטער רבי יהושע ברך שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר אין בארא פארק, און זיין חשובע משפחה, און זיין טייערע אלמנה מיט וועמען ער האט חתונה געהאט מיט בלויז איין יאר צוריק.
די לוויה גייט ארויס היינט 8 אזייגער פון סאטמארער בית המדרש אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג פון ווי ער וועט געפירט ווערן קיין קרית יואל ווי ער וועט נטמן ווערן סמוך ונראה צו די ישיבה ווי ער האט עוסק געווען בתורה אין זיינע בחורי'שע יארן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 4:43 pm
דורך כלבאשבוע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZnvoJUFWx1s[/youtube]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
גיבור האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די פרעזידענט ווייסט וואס "שליט"א" מיינט ?
ווען נישט, הייבט ער אויף א טעלעפאון צו הר"ר בעריש פרייליך שליט"א און פרעגט איהם...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 12:36 pm
דורך קומזיץ
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:08 am
דורך יעלה ויבא
Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 6:48 pm
דורך גר ותושב
צוויבל האט עים געמאכט וויינען
https://youtu.be/whmxcla8HFE
נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 8:50 pm
דורך איך אויך
ממרן זצ''ל למרן בצ''ל.
(קרדיט: בחדרי)
נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 12:43 am
דורך קלוגע יודל