בלאט 18 פון 28

ברוכים הבאים ארז האט געקויפט א נייע ניק: קאווע אבזערווער

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:18 pm
דורך טיטאניק
דער עולם ווערט געבעטען נישט צי שטיין אין ווארט מיט דעם היפערקריט
די ניק איז דער זעלבער ווי קרני צבי און הודעה 1 ועוד
כך הוא דרכו של השטן יעדען טאג מיט א צווייטע צורה

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:08 pm
דורך איך אויך
כך הוא דרכו של מא"פ וכך הוא דרכו של ארז.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:18 pm
דורך דער שכן
טיטאניק האט געשריבן:דער עולם ווערט געבעטען נישט צי שטיין אין ווארט מיט דעם היפערקריט
די ניק איז דער זעלבער ווי קרני צבי און הודעה 1 ועוד
כך הוא דרכו של השטן יעדען טאג מיט א צווייטע צורה


לכאורה איינע פון די 3 אדער אפשר 4 חברה וואס זיצן איבער די פארשלאסענע קאמפיוטערס דארטן אין א בונקער ווי דער אנדערער וואס פארארבעט קאמאדעטיעס פאר זיין אייגענעם באנק אקאונטס וואס ער צאהלט עפעס צוריק פאר די קאמיוניטי, ווי ער זאגט. מען זיצט לשם יחוד מיט אללע שמונה בגדים מיט׳ן מערסטע אומשולדיגן פנים אנציגיין מיט די עבודת הקודש אריינגערעכנט ארויס צו פרינטן א צעטעלע יעדער זאל אונטערשרייבן א חרם אויף די אייגענע מאמע אבער זאל נישט אויסקוקן ווי א חרם..
די PR headquartters

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:20 pm
דורך ציוני
קרני צבי האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:דאס רשעות וואס דער ארז (hell-ברענטס) טוט מיט די קינדער דארט איז איום ונורא. די צמצום אין וואס ער לייגט זיי אריין איז שרעקליך. ווען מען ווייסט וויאזוי צו קוקן און באטראכטן דאס ביסל וואס מען זעיט שוין יא אינעם 16x9 וואס כ׳האב אויבן צוגעברענגט זעיט מען די שרעקליכע ווארהייט און פאקטן. די 3 פרויען וואס שטעלן זיך יא ארויס רעדן ווייסן אליינס נישט וואס זיי פארציילן מיט זייער גאנצן מהות און קלאפערגעצייג. די קאווער-אפ איז לעכערלעך און זאגט דווקא דאס פארקערטע. מ׳קען זעהן צענדליגע נישט נארמאלקייטן אינעם קליפ דארט. לאמיר אנכאפן איין ביישפיל. געב א קוק די רי-עקשאן פון די פרוי וואס האט בריללען ווען זי הערט די פסק פונעם געריכט. זי וויינט נישט. זי לאכט נישט. זי האט בכלל נישט קיין צופאסענדע רעספאנס צו די נייעס וואס זיי באקומען דארט. אינגאנצן אומפארשטענדליך. וויאזוי דו וועסט נאר לערנען פשט דערין טויג עס נישט דארט. דאס ׳נישט׳ געזונטע רי-עקשאן זאגט זייער דווקא ׳יא׳ זייער אסאך נישט גוטע נייעס וועגן די גאנצע ווערטשאפט דארט, הן איןעם עמאציענאלן שטאנדפונקט הן אינעם קאנטראל דארט, וכדו׳.

עס איז א שרעקליך בילד דאס ביסל וואס מען זעהט שוין יא.

די שאלה איז אויב די פרויען און קינדער דארטן קענען נאך אמאל האבן א נארמאלן-געזונטען לעבען. דער ארז-העל-ברענט וויינט. איר ווייסט פארוואס? איך קען עס אויס׳חשבון׳ען, אבער איר ווייסט אויך פארוואס?


די שנאה מאכט בלינד און מאכט צו זעהן נאר שלעכט.
ווי לאנג מ'האט פיינד וועט מען יעדע זאך זעהן שווארץ.
די שנאה איז אויף די וועג פון דרך התורה נישט אויף קיין אנדערע זאך.
אלע אנדערע זאכן זענען נאר אן אויס טייטש.
אזוי ווי דער גרויסע חזיר דארטן, דעניס בעראבי, זאגט אז ער האט געזען שמוציגע מאטראצן,
ער האט אפשר געזען 2 מאטראצן פון קינדער צופרי, אבער ער אלץ אנטיסעמיט האט שוין געטראפן די "דיורטי דזשוס"
אזוי אויך יעדער וואס האט פיינט לב טהור וועט אייביג זעהן שלעכט אין סיי וואס.
ער וועט איינפאקן די רשעות מיט 1000 און 1 סיבות, 1) זיי זענען גוים, 2) זיי זענען רוצחים, 3) זיי זענען מצומצם, 4) זיי זענען משוגע, 5) זיי זענען מוסלעמענער, 6) זיי לאכן מיט א שיקצע, 7) זיי האבן 8 בגדים, 9) זיי זענען טאליבאן, 10) זיי האבן נישט קיין זיסע פנים. 11) רבנים האלטן נישט פון זיי. 12) קיינער האלט נישט פון זיי. 13) זיי עקלען מיר. 14) יעדער האט זיי פיינט. וכו' וכו'. וכו'.
פארגעסט אבער נישט, ממש די זעלבע לעכערליגע סיבות, אבי גערעדט מיט שנאה, האבן געברענגט דעם אומקום פון איבער 6 מיליאן אנשים נשים וטף. דער געבעלס ימ"ש מיט א שטאף פון הונדערטע רעדנערס און שרייבערס, האבן טאג און נאכט געפרעדיגט אלעערליי האס און העצעריי אויף די אידן. און אפילו א קליינע פראצענט אמת'ע פאקטן האבן זיי אויך נאר געזאגט מיט שנאה און האס און דאס האט צוגעברענגט אז מענטשן, טאקע גוים ערלים אבער פארט מענטשן, האבן געזען אלע מעשי אכזריות אלץ ריכטיג און וויכטיג, ל"ע.
קוק'ט ענק אליינס און מאכט חשבון הנפש.





באמת גערעכט, ווען אלע טענות קעגן דעם ארז איז נאר הנ"ל ביסטו גערעכט
אבער ווען מ'רעדט פון "זיי זענען רוצחים" יא גע'הרג'עט ברוחניות צענדליגע שטובער,
ווען מען רעדט פון נעמען קטינים און זיי חתונה מאכן
ווען מען רעדט, פון "צווינגען" אונטהון די טישטוכער אויף די גאנצע קערפער
ווען מען פארקויפט קדושה, אבער מ'רעדט צו א שיקצע זיבן שעה בשמחה גדולה (חוץ ממה שעשה עם בתו, כפי שהיערתי באשכול אחר)
ווען מען גנב'עט געלט פון אידן, אויף צו לעבן א אויפגעריסענעם לעבן, ווען דער ארום איז ארים
(ווען מ'שרייבט אויף אינטערנעט בשם קרני צבי וכדו', און קיינער אין שטעטל טאר נישט האבן קיין אינטערנעט)
ווען מ'ווארפט ארויס נתן'ען פאר די איינציגע עוולה אז ער איז מערער על קדושת אביו (און וויל יא לערנען גמרא מיט די קינדער, און נישט נאר תניא, לקו"מ און די כתבים פון טאטן)
ווען מ'נעמט צו קינדער פון זייער טאטע "על לא עוול בכפו" סיי אין מאנסי בשעתו, און סיי יעצט פון נתן'ען
ווען מ'פייניגט די אייגענע ווייב ביז זי אנטלויפט (יעצט שריי זי איז שוין דא צוריק)
ווען מ'פייניגט די אייגענע טאכטער, ביז די שטאט מישט זיך אריין און שיקט איר אריבער קיין מאנסי צו איינעם זיך אויפצוהאלטן

וכו' וכו'

דאן אין כאן נאציס, אין כאן ציונים, אין כאן קנאה ואין כאן שנאה
נאר יש כאן לב יהודי רחום וואס בליטיגט צו זעהן ווי דער קולט פירער רייט אויף א הייפעלע אידן וואס מיינען נעבעך אז אידישקייט איז אזוי ביטער

אויף דעם וויינען מיר
און פארעם ווארטן מיר בקרוב אויף זיין ענדגילטיגער סוף בקרוב ממש

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:32 pm
דורך קרני צבי
דער שכן האט געשריבן:האסט מיך ביזדערווייל נישט אפגעוואנדן. דו רעדט און שעלטסט, אבער די פנים איז א מסור. די פנים פון די פרויען וואס זענען טאקע אנגעטון אינגאנצן שווארץ זאגט זייער אסאך. נישט וואס דער גוי חזיר לייב טייגער שלאנג זאגט, נאר וואס די שרעק צומישטע פארלאשענע צומישטע רעאגירטע פרוי ווייזט. מ׳דארף נישט האבן געלעקערענט סייקא-אנאלעסיס, פעישאל עקספרעשאן, באדי-לעינגוויטש, .. ארויס צו האבן דעם אינערליכן בילד וואס טוט זיך דארט אפ און די שרעקליכע ׳דעמעדזש׳ וואס די פרויען און יונגע מיידלעך האבן באקומען אדער דורך געגאנגען.

נישט דעם גוי גלייב איך. איך זעה מיט די אייגענע אויגן.


הוא אשר אמרתי מ'קוקט מיט שנאה טייטש מען אויס יעדע זאך שלעכט און דעמאלטס שרייט מען אז מ'האט דאס גאר געזען מיט די אייגענע אויגן.

אפשר זענען די "שרעק צומשישטע" פרויען גאר ווייל זיי זענען געצווינגען צו אנטלויפן פון א פלאץ צו א פלאץ על לא עוול בכפם.

אפשר איז דאס גאר 'אונזער' אחריות אשר ראינו צרת נפשם בהתחננם אלינו ולא שמענו אבל אשמים אנחנו?

אפשר איז זייער 'דעמעדזש' פון פרויען און יונגע מיידלעך אויף אונזער קאפ, אונז האבן עס צוגעלאזט. אונז אלץ אידן האבן אפשר נישט געטארט צולאזן אזא זאך, אפשר?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:39 pm
דורך דער שכן
ברי ושמא. דו זאגסט ׳אפשר׳ אויף א זיכערע זאך פארקערט. איך זעה זעכער. זעכער אז זיי זענען
deformed in a permanent manor.

פרוביר שווערער צו מאכן א קאווער-אפ. ביזדערווייל גייסטו צוריקוועגס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:51 pm
דורך יאיר
מיר האט די מערסטע געכאפט אין די ווידעא ווי די רעפארטער פרעגט די פרויען ווער עס האט באשלאסן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן אז זיי זאלן אנטון די טאליבאנער בגדים, און זיי ענטפערן אלע אויפ'ן פלאץ ווי אין א כאר: "אונז!"
די ווייכקייט פון דעם מענטש ווי מען קען אים פראגראמירן צו זאגן וואס מען וויל האט מיר געציפט ביים הארץ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:55 am
דורך קרני צבי
יאיר האט געשריבן:מיר האט די מערסטע געכאפט אין די ווידעא ווי די רעפארטער פרעגט די פרויען ווער עס האט באשלאסן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן אז זיי זאלן אנטון די טאליבאנער בגדים, און זיי ענטפערן אלע אויפ'ן פלאץ ווי אין א כאר: "אונז!"
די ווייכקייט פון דעם מענטש ווי מען קען אים פראגראמירן צו זאגן וואס מען וויל האט מיר געציפט ביים הארץ.


ווייטער א דעה קדומה וואס קומט פון שנאה, אפשר איז עס טאקע זיי -די פרויען- וואס האבן עס געשטופט?

דער שכן האט געשריבן:ברי ושמא. דו זאגסט ׳אפשר׳ אויף א זיכערע זאך פארקערט. איך זעה זעכער. זעכער אז זיי זענען ....


הוא אשר אמרתי, דו ביסט "זיכער" נאר ווייל דו ווילסט דאס זעהן מחמת שנאה, וועלסטו זיין "אביעקטיוו" וואלסטו געזען אנדערש.

ציוני האט געשריבן:באמת גערעכט, ווען אלע טענות קעגן דעם ארז איז נאר הנ"ל ביסטו גערעכט
אבער ווען מ'רעדט פון "זיי זענען רוצחים" יא גע'הרג'עט ברוחניות צענדליגע שטובער,


דאס איז זיכער אן הגדרה וואס דו האסט נישט קיין דעקונג, וואס מיינט "גע'הרג'עט ברוחניות" ביי מיר צו זיין א ליובאוויטשער איז צו זיין "גע'הרג'ט ברוחניות" ביי דעם אנדערען צו זיין א ליטוואך איז "גע'הרג'עט ברוחניות", ביים דריטן איז גאר צו זיין א חסיד "גע'הרג'עט ברוחניות", זעסטו מ'טייטש אויס אלעס נאר לויט'ן געפיל.

ציוני האט געשריבן:ווען מען רעדט פון נעמען קטינים און זיי חתונה מאכן


צו חתונה מאכן כאפט זיך אהן ביי מענטשן סתם אזוי אלץ א טובה, נאר דו האסט אזא שנאה אז יעדע זאך דארט קוקסטו נאר שלעכט.

ציוני האט געשריבן:ווען מען רעדט, פון "צווינגען" אונטהון די טישטוכער אויף די גאנצע קערפער


מאן יימא אז זיי זענען געצווינגען, ס'ווייטער נאר השערות פון שנאה. אפשר טוען זיי דאס גראדע 'בשמחה גדולה'.

ציוני האט געשריבן:ווען מען פארקויפט קדושה, אבער מ'רעדט צו א שיקצע זיבן שעה בשמחה גדולה (חוץ ממה שעשה עם בתו, כפי שהיערתי באשכול אחר)


זעהסטו, אפשר דאס איז "געצווינגען" אז די "שיקצע" זאל אים נישט "הרג'נען" ברוחניות ובגשמיות ביי די מידיע, האט ער נישט קיין ברירה. פון וואו נעמסטו וואס איז "געצוואנגען" און וואס איז בשמחה גדולה.

עשה עם בתו? אבי געהאקט. דאס איז קלאר שנאה.

ציוני האט געשריבן:ווען מען גנב'עט געלט פון אידן, אויף צו לעבן א אויפגעריסענעם לעבן, ווען דער ארום איז ארים


ווייטער א קרומע קוק, לב טהור בכלליות איז ארים, דעם רבי'נס הויז אויך. אז מ'קוקט מיט שנאה קומט א קנאה אז ס'קומט זיך אים למעשה גארנישט צו לעבן אויך. קוק ווי אזוי א גוי קוקט אויף א איד און האלט אייביג אז דער איד גזל'ט אלעס פון אים און אלעס פון די גוים וועסטו פארשטיין אז דאס איז ווייטער נאר קנאה ושנאה.

ציוני האט געשריבן:(ווען מ'שרייבט אויף אינטערנעט בשם קרני צבי וכדו', און קיינער אין שטעטל טאר נישט האבן קיין אינטערנעט)


מ'מאכט א ווערטל און מפארגלייבט זיך אין דעם, אז טאקע יעדער מוז קוקן קרום אזוי ווי דיך, און במילא היוצא מזה אז נאר 'העלבראנץ אליינס' איז יחיד בעולמו וואס שרייבט עפעס אנדערש, און דערנאך מאכסטו פון דעם א טענה אויך. ביי די ציונים זאגט מען: "השתגעת?"

ציוני האט געשריבן:ווען מ'ווארפט ארויס נתן'ען פאר די איינציגע עוולה אז ער איז מערער על קדושת אביו (און וויל יא לערנען גמרא מיט די קינדער, און נישט נאר תניא, לקו"מ און די כתבים פון טאטן)


דו ווייסט אז ס'איז דא דעם אנדערן צד אויך, אבער נאר פאר שנאה נעמסטו איין זייט עד הסוף, און דערנאך ניצטו די זעלבע עובדא אלץ גאר א ראיה און א חיזוק פאר דיין שנאה. אבער די עצם זאך אז דו גלייבסט נתנ'ען אזוי שטארק איז ווייטער שנאה. אז נישט וואלסטו געטראכט שכל'דיג אז "יעדע מטבע האט צוויי זייטן".

ציוני האט געשריבן:ווען מ'נעמט צו קינדער פון זייער טאטע "על לא עוול בכפו" סיי אין מאנסי בשעתו, און סיי יעצט פון נתן'ען


זעהסטו וואו דו האקסט הוידל מיט בוידל, ביי פרשת טעללער האסטו פארשטאנען אז די קינדער מוזן זיין ביי די מאמע, פארוואס ווייל די טאטע איז לב טהור, און היתכן אז קאשוי רב'ס אייניקלעך וועלן זיין לב טהור. (אגב, מר. טעללער האט זיך נישט מתנגד געווען צו דעם, ער האט דאס צוגעלאזט). און יעצט זאגטסטו היתכן די טאטע האט נאר וויזיטיעשן רייטס? מ'דארף דאך צונעמען די קינדער אינגאנצן אז זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט נישט צו זייער מאמע און נישט צו זייערע זיידעס, פארוואס? ווייל יעצט איז די מאמע און די זיידעס לב טהור!, זעסטו ווי דו טוויסט פשוט אלעס לויט דיין נגיעות. כל הכבוד, דאס איז דאך נוהג שבעולם. אבער מאך נישט פון דעם קיין עובדות נוראות אנטקעגן לב טהוור.

ציוני האט געשריבן:ווען מ'פייניגט די אייגענע ווייב ביז זי אנטלויפט (יעצט שריי זי איז שוין דא צוריק)


נאכאמאל די שנאה מאכט דיך אויסטייטשן זאכן נישט ריכטיג און אן מברר זיין. איך שריי שוין נישט, איך בין שוין הייזעריג...

ציוני האט געשריבן:ווען מ'פייניגט די אייגענע טאכטער, ביז די שטאט מישט זיך אריין און שיקט איר אריבער קיין מאנסי צו איינעם זיך אויפצוהאלטן


ווער האט דיר געזאגט ער האט איר געפייניגט? פון וואו נעמסטו דאס? די שטאט במלכותינו של חסד ארה"ב והגלילות מישן זיך אריין ווען אימער, און דאס מיינט נאך גארנישט. נישט יעדער וואס האט סיי וועלעכע משפחה פראבלעם ווערט שוין באטיטלט "רוצח" "פייניגער" "אביוסער" וכדו'. אסאך שיינע אידן האבן געהאט אזוניס און אזעלעכס, ס'מיינט גארנישט.

ציוני האט געשריבן:וכו' וכו'


די אלע וכוליס, אז דו וועסט קוקן אביעקטיו וועסטו זיין אז ס'דא פשוט שנאה ואידך זיל גמור.

ציוני האט געשריבן:דאן אין כאן נאציס, אין כאן ציונים, אין כאן קנאה ואין כאן שנאה


ציונים איז דא אוודאי, קוק די וועדות אין כנסת און די איזראלישע צייטונגען, קוק דיין ניק. יש כאן קנאה ויש כאן שנאה. איך האב נישט געזאגט אז ס'דא דא נאציס, איך האב געזאגט אז צו רודפן מענטשן אלס רעזולטאט פון אן א שיעור באשולדיגונגען האט צוגעבערענט ביי מענטשן צו בארעכטיגן געפערכליכע מעשי אכזריות און ס'ווערט איבער געחזרט אויף א קליינע פארמאט בנוגע לב טהור.

ציוני האט געשריבן:נאר יש כאן לב יהודי רחום וואס בליטיגט צו זעהן ווי דער קולט פירער רייט אויף א הייפעלע אידן וואס מיינען נעבעך אז אידישקייט איז אזוי ביטער
אויף דעם וויינען מיר
און פארעם ווארטן מיר בקרוב אויף זיין ענדגילטיגער סוף בקרוב ממש


דאס איז פונקטליך מיין אויספיר, אז די שנאה וקנאה מאכן זעהן זאכן אזוי קרום, און זענען מהפך די נארמאלע קוק וואס א מענטש דארף צו נוצן אויף רחמנות און מענטשליכקייט, און אנשטאט דעם מענטשן בארעכטיגן מעשה אכזריות וקנאה ורציחה און טייטשן אויס אלץ גאר רחמנות. דאזיגע קרומקייט האט געמאכט אז מענטשן האבן געהארגעט אידן אן א געפיל.

קוק וואס איז געווען לעצטנס מיט דעם מעשה פון ר' מנחם שטארק ע"ה, אז ער איז געהארגעט געווארן ל"ע באכזריות, די נעבעכדיגע גאנצע משפחה האבן אדורך אזוינע מיטמאכעניש וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן, די רחמנות אויף די יתומים ל"ע, און דער גוי פון דער פאסט האט נישט וואס צו טוהן נאר עם יעצט צו באשולדיגן אויף זאכן וואס ער האט יא געטוהן אדער נישט געטוהן. אבער וואס האט דאס צו טוהן מיט'ן רציחה? מ'דארף דאך קודם שרייען אויף די בארבארישקייט פון די רציחה? ניין? ניין! דער גוי פארשטייט אז מ'דארף אים יעצט גאר באשמירן און טאנצן אויף זיין בלוט. ווייל... וייל...

טראכט אריין טאמער מ'טוהט נישט די זעלבע זאך פאר לב טהור.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:13 am
דורך דער שכן
קרני צבי, דו ארבעסט צי שווער. דיינע דוחק תירוצים מיט פשט׳לעך געבן נאר מער און מער קלארקייט וואס דא גייט פאר. די פאר וואס מען האט פארדרייט דארט אינעם קאלט זענען ווארשיינליך פארדרייט געווארן אויף דעם אופן וויאזוי דו פראבירסט מיט אונז דא. דו האסט עפעס צי א שטארקע אינטערעסע מיט ציין און נעגל צו פארדעקן דעם אמת. איך האב נייעס פאר דיר: עס וועט דיר גארנישט העלפן. אמת מארץ תצמח!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:55 am
דורך גנדי
מיר האט געכאפט די חלק אז א אינגע פרוי זאגט זי שעמט זיך אז איר אייגענע מאן זאל זעהן די פערשט פון איר פוס. און זי האלט דאס פאר א פשטות אז די גאנצע וועלט פארשטייט דאס.

דאס ווייזט אויף זייער נישט א געזונטע חינוך וואס די מיידלעך אין די פרויען באקומען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:09 am
דורך דער שכן
אזויווי כ׳האב ערווענט מ׳קען מאכן א גאנצע ליסטע מיט אומפארשטענדליכע באשטאנדטיילן פון זייער רי-עקשאן. די געפירעכטץ און די געשמירעכטץ איז זייער נישט געזונטע. פאנג אן צו צילייגן אויפמערקזאמקייט צו יעדע תנועה ותנועה ביי יעדן ריר. שטעל אפ די ווידיאו, מיש צוריק. באטראכט יעדן עקסטער.. וויזוי מ׳זאל נאר דרייען אדער נישט דרייען וועט מען אלטץ צוקומען צו א החלטה אז דא איז א ברעין-וואשינג מיט א שרעקליכן צמצום. מ׳מאכט נישט קיין אייגן געלט. די ציממער ווי די 3 מיידעלעך ׳לערנען׳ ענגליש.. נאך די אלע כאילו געלערענעכץ קענען זיי נישט קיין אות אחת... מ׳פרעגט די בחורים ווי אלט זיי זענען... זיי ווייסן נישט וויאזוי צו ענטפערן, דער מגיד שיעור שמייכעלט גרויס צו זיי אז זיי זאלן צוריק שמייכלען צום אינטערוויאער.. קליינע אינגעלעך זענען כסדר אנגעקליידעט מיט אסאך און לאנגע גרויסע אנגעפעלטצטע בגדים און מיט א קעשקעטעל אפילו ביים שפיעלען.. אלע בלאסע פנים׳ער.. די היטן אויף די ערוואקסענע שטייט נישט גראד אויף׳ן קאפ.. זיי האבן ווילדע תנועות (א חוץ אפשר ראוזנער)...

קיינער שפעט נישט דא. מיר ווייטאגן פאר זיי! זיי זענען געפאניגט און פארשפארט. די עקסטרים פארקערט פון מרחיבין דעת של אדם. נאך ארגער ווי אין א תפיסה.

לויט ווי איך הער לאזט מען נישט לערנען גמרא. נאר לערנען בעיקר דעם ארז׳ס שרייבערייען.

דאס מערסטע וואס איך האב די ערשטע אויפגעכאפט איז די פרוי (ראוזנער?) מיט די גלעיזער/בריללען וויאזוי זי טוט זיך נישט אנווארטן אויף פארשטענדליכן אופן ווען זי הערט די נישט גוטע נייעס. נישט געלאכט, נישט געוויינט, נאר אן אינטערעסאנטער קוויטשקעלע וואס מ׳קען נישט אפטייטשן.

מ׳זעט זייער ליפן און ציין אז ס׳פעלט געזונטע קאלירן... די קינדער האבן זייער קלאצישע געקוקעכטצער ווי איינער וואס מ׳האט פארטייפט. ווי נישט לעבעדיגע דאללס וואס מ׳בעט אז זיי זאלן געבען א שמייכעל און בלייבן אזוי ביז ווען די בילדער מאשין טראגט אפ.

ווי זענען דע אלע אנדערע פרויען חוץ די דריי חוכמת׳ן?? זעט נעבעך אויס ווי א פאפעט שוי.. ס׳טוט וויי!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:26 pm
דורך ציוני
קרני צבי האט געשריבן:[
ציוני האט געשריבן:באמת גערעכט, ווען אלע טענות קעגן דעם ארז איז נאר הנ"ל ביסטו גערעכט
אבער ווען מ'רעדט פון "זיי זענען רוצחים" יא גע'הרג'עט ברוחניות צענדליגע שטובער,


דאס איז זיכער אן הגדרה וואס דו האסט נישט קיין דעקונג, וואס מיינט "גע'הרג'עט ברוחניות" ביי מיר צו זיין א ליובאוויטשער איז צו זיין "גע'הרג'ט ברוחניות" ביי דעם אנדערען צו זיין א ליטוואך איז "גע'הרג'עט ברוחניות", ביים דריטן איז גאר צו זיין א חסיד "גע'הרג'עט ברוחניות", זעסטו מ'טייטש אויס אלעס נאר לויט'ן געפיל.

דו ווייסט וואס איך מיי, און שעלט נישט סתם, ארז האט גע'הרג'עט צענדליגע אידישע שטובער, וואס וואלטן אויפגעוואקסן נארמעל, וכעת הרג את בית בנו נתן

ציוני האט געשריבן:ווען מען רעדט פון נעמען קטינים און זיי חתונה מאכן


צו חתונה מאכן כאפט זיך אהן ביי מענטשן סתם אזוי אלץ א טובה, נאר דו האסט אזא שנאה אז יעדע זאך דארט קוקסטו נאר שלעכט.


איך ווייס בידיעה ברורה, אז מ'צווינגט זיי חתונה צו האבן יונג, (גביית עדות בבית רבנים) אין כאן שנאה וכו', נאר ידיעות און קלארע פאקטן, איז פארדריי נישט קיין קאפ, קיינער האלט נישט אז ס'איז א טובה חתונה צו האבן ביי די 14

ציוני האט געשריבן:ווען מען רעדט, פון "צווינגען" אונטהון די טישטוכער אויף די גאנצע קערפער


מאן יימא אז זיי זענען געצווינגען, ס'ווייטער נאר השערות פון שנאה. אפשר טוען זיי דאס גראדע 'בשמחה גדולה'.


ושוב פעם, אפאר אנטלאנפענע האבן מסביר געווען ווי ס'גייט צו דעם "כופין אותו עד שיאמר איך געב אויף"

ציוני האט געשריבן:ווען מען פארקויפט קדושה, אבער מ'רעדט צו א שיקצע זיבן שעה בשמחה גדולה (חוץ ממה שעשה עם בתו, כפי שהיערתי באשכול אחר)


זעהסטו, אפשר דאס איז "געצווינגען" אז די "שיקצע" זאל אים נישט "הרג'נען" ברוחניות ובגשמיות ביי די מידיע, האט ער נישט קיין ברירה. פון וואו נעמסטו וואס איז "געצוואנגען" און וואס איז בשמחה גדולה.

מ'זעהט ווי באקוועם ער זיצט מיט איר שעות ע"ג שעות


עשה עם בתו? אבי געהאקט. דאס איז קלאר שנאה.

דאס וועסטו ענטפערן אין קאור"ט, ווען ס'איז דא צענדליגע הוכחות לכך, וואס די פאליציי האט געפארשט, און איינגעגעבן אין קאור"ט

ציוני האט געשריבן:ווען מען גנב'עט געלט פון אידן, אויף צו לעבן א אויפגעריסענעם לעבן, ווען דער ארום איז ארים


ווייטער א קרומע קוק, לב טהור בכלליות איז ארים, דעם רבי'נס הויז אויך. אז מ'קוקט מיט שנאה קומט א קנאה אז ס'קומט זיך אים למעשה גארנישט צו לעבן אויך. קוק ווי אזוי א גוי קוקט אויף א איד און האלט אייביג אז דער איד גזל'ט אלעס פון אים און אלעס פון די גוים וועסטו פארשטיין אז דאס איז ווייטער נאר קנאה ושנאה.

יא יא, די 6 מיליאן דאלער איז נישט אנגעקומען צו ארז, נאר צו וועמען??? לץ וואס דו ביסט,
מלא בשקרים וכזבים, וכבר מוחזק שקרן אתה



ציוני האט געשריבן:ווען מ'ווארפט ארויס נתן'ען פאר די איינציגע עוולה אז ער איז מערער על קדושת אביו (און וויל יא לערנען גמרא מיט די קינדער, און נישט נאר תניא, לקו"מ און די כתבים פון טאטן)


דו ווייסט אז ס'איז דא דעם אנדערן צד אויך, אבער נאר פאר שנאה נעמסטו איין זייט עד הסוף, און דערנאך ניצטו די זעלבע עובדא אלץ גאר א ראיה און א חיזוק פאר דיין שנאה. אבער די עצם זאך אז דו גלייבסט נתנ'ען אזוי שטארק איז ווייטער שנאה. אז נישט וואלסטו געטראכט שכל'דיג אז "יעדע מטבע האט צוויי זייטן".

מיר זענען דורך געגאנגען ביידע זייטן, און געבליבן אז נתן (וואס איז אמנם נישט קיין טלית שכולה תכלת, אבער דאך פרי באושים פון טאט'ן) איז א געליטענער על לא עוול בכפו, און מאסקאוויטש האט שוין אויפגעוויזן, אז די קינדער זענען בעסער ביים טאטן ווי ביי די מאמע.


ציוני האט געשריבן:ווען מ'נעמט צו קינדער פון זייער טאטע "על לא עוול בכפו" סיי אין מאנסי בשעתו, און סיי יעצט פון נתן'ען


זעהסטו וואו דו האקסט הוידל מיט בוידל, ביי פרשת טעללער האסטו פארשטאנען אז די קינדער מוזן זיין ביי די מאמע, פארוואס ווייל די טאטע איז לב טהור, און היתכן אז קאשוי רב'ס אייניקלעך וועלן זיין לב טהור. (אגב, מר. טעללער האט זיך נישט מתנגד געווען צו דעם, ער האט דאס צוגעלאזט). און יעצט זאגטסטו היתכן די טאטע האט נאר וויזיטיעשן רייטס? מ'דארף דאך צונעמען די קינדער אינגאנצן אז זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט נישט צו זייער מאמע און נישט צו זייערע זיידעס, פארוואס? ווייל יעצט איז די מאמע און די זיידעס לב טהור!, זעסטו ווי דו טוויסט פשוט אלעס לויט דיין נגיעות. כל הכבוד, דאס איז דאך נוהג שבעולם. אבער מאך נישט פון דעם קיין עובדות נוראות אנטקעגן לב טהוור.

ביידע מאלן איז ארז נישט גערעכט, ווען ער האט גענומען טעלער (דער טאטע) פון זיין גאנצע משפחה, און בא'גנב'עט זיין מוח, יא יא, דער טעלער איז א גע'גנב'עטער קינד, נישט זיינע קינדער מיין איך, נאר אים אליין.


ציוני האט געשריבן:ווען מ'פייניגט די אייגענע ווייב ביז זי אנטלויפט (יעצט שריי זי איז שוין דא צוריק)


נאכאמאל די שנאה מאכט דיך אויסטייטשן זאכן נישט ריכטיג און אן מברר זיין. איך שריי שוין נישט, איך בין שוין הייזעריג...


גם זה כבר הוכח, אין בית המשפט, און אין די צייטונגען, אז זי האט זיך אליין מודה געווען, און אפגערעדט, אויף די רדיפות וואס זי האט מיטגעמאכט


ציוני האט געשריבן:ווען מ'פייניגט די אייגענע טאכטער, ביז די שטאט מישט זיך אריין און שיקט איר אריבער קיין מאנסי צו איינעם זיך אויפצוהאלטן


ווער האט דיר געזאגט ער האט איר געפייניגט? פון וואו נעמסטו דאס? די שטאט במלכותינו של חסד ארה"ב והגלילות מישן זיך אריין ווען אימער, און דאס מיינט נאך גארנישט. נישט יעדער וואס האט סיי וועלעכע משפחה פראבלעם ווערט שוין באטיטלט "רוצח" "פייניגער" "אביוסער" וכדו'. אסאך שיינע אידן האבן געהאט אזוניס און אזעלעכס, ס'מיינט גארנישט.

שמעתי מדודה היכן שהשתכנה בראשונה, און שוין אויך אויפגעוויזן געווארן ביי די שטאט ראט, און ביי נאך פול עדות כשרים


איז בארוהיגט איייך

אין כאן שנאה וכו'
נאר ידיעה ברורה
אז דארט איז געווען דברים כנגד דת תורתינו הק'
און מ'טוהט דארט אפ רשעות שלא שיערום אבותינו ואבות אבותינו,
מ'רודפט אידישע קינדער על לא עוול בכפם, (כפי שכבר ביארתי רבות למעלה), און דעריבער איז נתמלאה סאתם, ויבואו על ענשם גאר בקרוב

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:51 pm
דורך Ben-Shishim
I would simply like to run a test.

Let Monster Halfbrains get locked up in a way that he has no way of knowing what's going on, let ALL the people from the group go free [ with a guarantee that no one knows or will attempt to stop them]
anywhere in the world they chose, and we will see who choses what

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:41 pm
דורך איחוד פעלד
דעס איז נישט אמת, קיינער צווינגט זיי נישט דארט צו זיין.

ער האט אסאך חסרונות, אבער לדעתי לדעתי איז ער גארנישט אנדרעש ווי אלע פין אונזערע מנהיגים וואלטען געוואלט. אלע חלומען זיי פין האבען א קהילה ווי ער. ער איז דער איינציגסטער וואס האט עס געטוהן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:12 pm
דורך Ben-Shishim
איחוד פעלד האט געשריבן:דעס איז נישט אמת, קיינער צווינגט זיי נישט דארט צו זיין.

ער האט אסאך חסרונות, אבער לדעתי לדעתי איז ער גארנישט אנדרעש ווי אלע פין אונזערע מנהיגים וואלטען געוואלט. אלע חלומען זיי פין האבען א קהילה ווי ער. ער איז דער איינציגסטער וואס האט עס געטוהן.


You must be kidding

מאך אויף דיינע אויגעלעך אין זעה.

ווי נאך אין דע וועלט איז מען געצווינגען אינטער צי שרייבען מיט שבועות קונמת וחרמות אזוי ווי ביי עם?

Just to back someone for the sake of backing is pure nonsense

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:19 pm
דורך מאיר_וואלף
איחוד פעלד האט געשריבן:דעס איז נישט אמת, קיינער צווינגט זיי נישט דארט צו זיין.

ער האט אסאך חסרונות, אבער לדעתי לדעתי איז ער גארנישט אנדרעש ווי אלע פין אונזערע מנהיגים וואלטען געוואלט. אלע חלומען זיי פין האבען א קהילה ווי ער. ער איז דער איינציגסטער וואס האט עס געטוהן.


קיינער צווינגט זיי נישט דארט צו זיין, דעס איז נישט אמת.

ער איז גארנישט אנדרעש ווי אלע פין אונזערע מנהיגים וואלטען געוואלט. אלע חלומען זיי פין האבען א קהילה ווי ער. ער איז דער איינציגסטער וואס האט עס געטוהן, דעס איז אמת, אבער עס ווערט נישט וועגן דעם ריכטוג.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:36 pm
דורך ראש הישיבה
איךפארשטיי נישט! איז נישט ק"ש א פלאץ פאר מעהר ברייטערע מענטשן? ווי קען זיין אז מען דיסקוסירט אזא נארישע נושא, פון א כת משתגעם פאר אזא לאנגע צייט? ווי קען זיין מען דיסקוסירט די קראנקע נושא פון שוד המתים בבית שמש פאר אזא לאנגע צייט? אתמהה!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:48 pm
דורך דער שכן
ראש הישיבה האט געשריבן:איךפארשטיי נישט! איז נישט ק"ש א פלאץ פאר מעהר ברייטערע מענטשן? ווי קען זיין אז מען דיסקוסירט אזא נארישע נושא, פון א כת משתגעם פאר אזא לאנגע צייט? ווי קען זיין מען דיסקוסירט די קראנקע נושא פון שוד המתים בבית שמש פאר אזא לאנגע צייט? אתמהה!


Obviously, ביזטו סאך ברייטער פון אונז. גיי אוועק פון דא און זיך׳דיר דיין גאטונג אין ברייטקייט. האזט געמאכט א טעות מיט׳ן מיינען אז ק״ש איז נאר פאר ברייטערע מענטשן. שקויעך פאר׳ן אונז לאזן וואס און אז דו פארשטייסט נישט. דיין נישט פארשטיין איז עכט אז דו האזט נישט געוואוסט. דו פארשטייסט גאנץ גוט!... :lol:

מ׳נעמט זיך שוין מער איבער אים אליין טאקע?

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:13 pm
דורך דער שכן

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:04 pm
דורך איחוד פעלד
שוטה דער,

ער האט איבערגעצויגען דער שטריק.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:24 pm
דורך Ben-Shishim
איחוד פעלד האט געשריבן:שוטה דער,

ער האט איבערגעצויגען דער שטריק.


איחודעל זיסער, ביטע ליין דיין אייגענע אינטערשרופט

א מעשיגענער באלאנגט.......... א מאלעסטער באלאנגט...............

א גאר וויכטיגע קליפ

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 1:27 pm
דורך ציוני
געוויזן געווארן אויף די טעלעוויזשן פון קאנאדא
דעם פארגאנגענעם שב"ק פר' פקודי


http://www.cbc.ca/player/Shows/ID/2439826542/


(זיין געווארנט ס'קען האבן אויף זיך בילדער פון נשים אויך)

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:44 pm
דורך טיטאניק
אוי איז דאס גיטע סחורה