בלאט 18 פון 29
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:32 pm
דורך נקודת-אמת
אין קארלין זינגט-מען דעם ניגון אויף 'על-הכל' יאהר-צייט טיש'ן וכדו'
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:20 am
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
ווער האט גענומען פון וועם ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:31 am
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
בוקר-בא:
דא האט איהר ווי די לצים פון הגשש החיור מאכן א צוזאם-זונג (מקהלה) און מכלומר'שטע קאנדאקטאר וכו'
#אזהרה_שירת_נשים
אודה-לקל:
און
דא פון
ליובאוויטשפעדיע, מיט וועטער אויף יידיש אויכעט.
און
דא איז מעהר מיט א בראסלעווע קרעכץ.
קיין ויז'ניצע ניגון איז דאס ניט, ס'איז א וועלט'ס ניגון, קען זיין אז אין ויז'ניץ זינגט מען דאס אויכעט.
אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער 'אודה-לקל' עלטער ווי דעם 'בוקר,בוקר-בא'.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
viewtopic.php?p=291988#p291988[tag]נקודת-אמת[/tag] איר מישט אויס צוויי ניגונים (אדער גאר דריי, די ברסלב'ע איז ווארשיינליך א דריטע ניגון).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:02 pm
דורך ארי נוהם
נקודת-אמת האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
בוקר-בא:
דא האט איהר ווי די לצים פון הגשש החיור מאכן א צוזאם-זונג (מקהלה) און מכלומר'שטע קאנדאקטאר וכו'
#אזהרה_שירת_נשים
אודה-לקל:
און
דא פון
ליובאוויטשפעדיע, מיט וועטער אויף יידיש אויכעט.
און
דא איז מעהר מיט א בראסלעווע קרעכץ.
קיין ויז'ניצע ניגון איז דאס ניט, ס'איז א וועלט'ס ניגון, קען זיין אז אין ויז'ניץ זינגט מען דאס אויכעט.
אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער 'אודה-לקל' עלטער ווי דעם 'בוקר,בוקר-בא'.
יוטיוב איז מיר פארשלאסן, אבער זמרשת קען איך יא עפענען.
די ניגון איז געוויס נישט פון קיין גוי'אישע מקור, נאר פארקערט. די חלוצי הציונים האבן גענומען באקאנטע ניגונים און דאס גענוצט מיט נייע ווערטער (וכפי שעשו בניגון הק' התקוה, ובניגון שמחה הידוע בשם 'שלום עליכם', ועוד).
די אודה לקל מיט די אידישע גראמען איז פארפאסט געווארן דורכן מנגן ומלחין בעפארן קריג, קלאגסבאלד, כ'מיין אז ער האט געהייסן ר' אלחנן קלאגסבאלד, און ס'דא פון אים איינקליך באבעווע חסידים. ער איז גע'הרג'ט געווארן ביים קריג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ארי נוהם האט געשריבן:די חלוצי הציונים האבן גענומען באקאנטע ניגונים און דאס גענוצט מיט נייע ווערטער (וכפי שעשו בניגון הק' התקוה, ובניגון שמחה הידוע בשם 'שלום עליכם', ועוד).
התקוה איז אן אלטע ראמענישע פאלקס ליד, ס'הייסט
carul cu boi.
פון וועלכע שלום עליכם רעדסטו?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 1:53 am
דורך ארי נוהם
הבאנו שלום עליכם.
אין מאדזיץ איז מקובל אז ר' שאול ידידי' האט געמאכט דעם טאן פון התקוה. ווייס'ך נישט ווער ס'איז גערעכט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:57 am
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם: אזוי האביך אויך געהערט. נאכמער. מ'האט געשמועסט אז די ניגון פון התקווה איז געווען א גערער ניגון אויף שיר המעלות בשוב ה' את ציון היינו כחולמים...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויף די חגי חודש אייר זינגט מען עס נאך מעריב אויף שיר המעלות בשוב ה'.
www.youtube.com/watch?v=msO7g-rrDWY
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר
די ניגון, מ'דארף עס אריינברענגען ביי אונזער עולם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איינער דא קען
די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:15 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר
די ניגון, מ'דארף עס אריינברענגען ביי אונזער עולם.
גוט פאר א שנעלע מנוחה ושמחה...
ס'איז יוניק, ווייל אנדערש ווי אלע אנדערע ניגונים וואס א יעדען טויש פון א נייע פאל איז א אינגאנצען אן אנדערע שטיקעל, חוץ פון אביסעל ענליכקייטען דא דארט, דא, איז א יעדע חלק די זעלב, נאר ס'הייבט זיך מיט א משהו, און א יעדע פאל איז אן עירוב מיט די פריערדיגען.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:23 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער דא קען
די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.
וואס איז די קאמפליקאציע? זעט אויס ווי א פשוט'ער ניגון פון צוויי פעלער וואס גייט איבער און איבער, נאר די שיינקייט איז אז א יעדעס מאל גייט עס אביסעל שנעלער און שנעלער, עפעס אזוי ווי האפ קאזאק.
אריגינעלע מקור פון פארשפרייטע גוי'אישע ניגון.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:58 am
דורך רביה''ק זי''ע
די אריגינעלע רוסישע ווערסיע פון Boris Fomin און Konstantin Podrevsky
רעקארדירט אין 1925 און
1926.
די ענלישע ווערסיע פון Gene Raskin געזונגען דורך Mary Hopkins רעקארדירט אין 1968.
און היינט צוטאגס אין רוסלאנד זינגט מען שוין נאך
די ענגלישע ווערסיע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 10:47 am
דורך צפור בודד
דורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:51 am
צלפחד האט געשריבן:
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HAבנוסח אחרת אן קול אשה.
די ניגון אזויווי מ'זינגט עס אין וויזניץ.
די דריטע צו די לעצטע ניגון, 19-ניגון עתיק-ויזניץ
ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
צפור בודד האט געשריבן:ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.
אפשר איז
דאס בעסער? אין וויזניץ פאנגט מען אן מיט די צווייטע פאל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:43 am
דורך berlbalaguleh
ביידע ווערסיעס פון ניגון זענען הערליך שיין. די וואונדער איז ביי די רוסישע פארט. ווי די גאנצע ארקעסטרא שפיעלט מיט אזא הארמאניע...! די רוסן קענען...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:09 pm
דורך ביבער
זעהצעך אויס אז דער פאסטוך האט עס נישט אינגאנצן פארגעסן...
https://youtu.be/84UuXEoZ7Zo
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/נוץ גוגל טרענסלעיט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 5:50 pm
דורך ביבער
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/נוץ גוגל טרענסלעיט
אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.
תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 9:09 pm
דורך איך אויך
נאך א חילוק: ביי אונז שאקלען זיך די חסידים, ביי זיי די חסידיסטעס.