וואס זאל איך ענק זאגן, עס איז ממש איין לאנגע פארצווייגטע שפאנענדע מעשה. איך ראט עס צו קוקן פאר איינער וואס האט אזא ליידיגע פאר וואכן צו די האנט. אפשר פאר די אידן וואס די בני בית איז אין קאנטרי און זיי זיכן וואס צו טון ביינאכט.
זיכטס פאר breaking bad
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 8:39 am
דורך צקון לחש
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 1:33 amאפשר פאר די אידן וואס די בני בית איז אין קאנטרי און זיי זיכן וואס צו טון ביינאכט.
תרתי משמע!!
(כלומר, וואלטער איז א השראה פאר אזעלכע אידן.)
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:26 am
דורך תרמב
איך האב עס געקוקט ווייל איינער דא האט עס מיר רעקאמאנדירט
איך האב געזעהן די גאנצע, איך פארשטיי אז ס'איז גוט אבער איך האב נישט פארשטאנען פארוואס יענער איז אזוי משוגע געווארן דערפאר
איך בין תולה די חסרון אין מיר, אז עטס זאגטס אלע אז ס'איז אזוי גוט, מסתם יש דברים בגוי
א מין אנגעצויגענע בריאה דער וואולטער, איך ווייס נישט וויאזוי זיין שוואגער האט בכלל גערעדט מיט אים, דער שוואגער יענק איז דאך יא א געשמאקער אינגערמאן...
נישט אלעס פארשטיי איך...
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:22 am
דורך שמן למאור
ווייסמער דאך אז ביסט א גרויסע קוקער, אפשר קעגן אנדערע סעריעס וואס דו האסט געזען איז עס נישט די שטערקסטע. אדרבה, קום אריין, וואס זענען דיינע בעסטע סעריעס?
די סעריע האט אסאך מעלות, די מעשה איז שפאנענד, די קערעקטערס זענען אייזן געגאסן און די שרייבערס זענען גאונים, פלעכטן אריין קאמעדי מיט אנגעצויגנקייט אינאיינעם.
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:46 am
דורך תרמב
א גרויסע קוקער... בושות...
א חוזה...
די סעריע האט מעלות, איך זע נישט עכט די קאמעדיע שבו, ס'איז זייער סיריעס, ס'דרייט זיך ארום די זעלבע קליינע קליקע פון כאראקטערס, גראדע זענען זיי גוטע כאראקטערס און ס'איז מלא חידושים, אבער מ'זעט צו סאך די זעלבע מענטשן, און די סצענעס זענען נישט מוראדיג, ס'קוקט אויס ווי זיי האבן געהאט א קליינע באזשעט.
וואס איז ביי מיר די בעסטע סעריעס? ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויף איין פוס, איך דארף טראכטן, אבער וואס מיין קאפ שיסט ארויס איז די ישראלישע זאכן וואס איך גלייך זייער שטארק, פאודא און שטיסל האב איך זייער ליב געהאט, ווי אויך האב איך ליב היסטאריע, האב איך געגעליכן די קראון און וויקטאריע ביידע פון ענגלאנד, און די ספאנישע סעריע לא קאסא דע פאפעל האב איך מוראדיג ליב געהאט.
דאס איז חוץ קאמעדיע וואס איך קוק אפט, איך האב געשריבן א שטיקל ליסטע אויף קרעמל איך דארף עס אריבערברענגען דא.
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:26 pm
דורך כספי
עטס גייטס מסתם נישט גלייבן, אבער פונקט בהשגחה פרטית האב איך היינט אנגעפאנגען צו קוקן ברעיקינג בעד, פון אנפאנג אנפאנג, כ'האב שוין אפאר מאל געזען די ערשטע עפיזאד, ווייסעך נישט פארוואס. און היינט (פארן זען דעם אשכול) האב איך מחליט געווען צו אנפאנגען קוקן ווייטער.
@תרמב דארפסט טאקע ברענגען דיין ליסט, ובפרט קאמעדיע, וואס איך זוך אויך זייער שטארק
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 11:25 am
דורך בשמחה
כספי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:26 pm
עטס גייטס מסתם נישט גלייבן, אבער פונקט בהשגחה פרטית האב איך היינט אנגעפאנגען צו קוקן ברעיקינג בעד, פון אנפאנג אנפאנג, כ'האב שוין אפאר מאל געזען די ערשטע עפיזאד, ווייסעך נישט פארוואס. און היינט (פארן זען דעם אשכול) האב איך מחליט געווען צו אנפאנגען קוקן ווייטער.
@תרמב דארפסט טאקע ברענגען דיין ליסט, ובפרט קאמעדיע, וואס איך זוך אויך זייער שטארק
סתם צו לאכן איז דא די שוי Scrubs, זייער זייער גוט!
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 11:33 am
דורך בשמחה
נארוואס געענדיגט די ערשטע סיזען פון Trial & Error, כ'האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט!
איך האב לעצטנס געמאכט א סיום אויף The sopranos. דאס איז עפעס אבנארמאל גוט פון די סארט סעריעס וואס מען קען איבערקוקן עטליכע מאל.
עס באגלייט די לעבן פון די מאפיע באס טאני סאפראנו מיט זיין משפחה, זיין לייף סטייל, פראבלעמען אין די משפחה און אין די מאפיע וכו' און עס איז גראדע ענליך צו די genre פון Breaking bad און ווער עס האט הנאה געהאט פון דעם וועט הנאה האבן פון דעם. (@שמן למאור) ביידע סעריעס זענען אין טאפ פון די בעסט טיוי סעריעס ליסטעס און עס איז א לאניעריגע דיבעיט צווישן די פענס וועלכע איז בעסער. איך האלט אז The sopranos זעהט נישט Breaking bead מיט א טעלעסקאפ, עס איז אסאך מער קאמפליצירט און טיף און מיט צען מאל דאפעלט קערעקטערס, יעדער איינס איז שטארק אנטוויקלט.
שטארק רעקאמענדעד.
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:58 pm
דורך כספי
הבדלה אויסגאבע האט די חודש געלאזט וויסן, אז אויף גוגל טשעט איז דא גאנצעטע גרופס, וואו מ'שערט גוגל דרייב'ס מיט מאווי'ס.
אויב איינער ווייסט וואו מ'קען זיך אנהוקן אין די גרופ'ס, ווערט ער געבעטן צו מיטיילן דא לזכות הרבים, און צוענדיגן די דזשאב פון די וואוילטעטיגע הבדלה ארג.
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:51 am
דורך למדן וחסיד
כספי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:58 pm
הבדלה אויסגאבע האט די חודש געלאזט וויסן, אז אויף גוגל טשעט איז דא גאנצעטע גרופס, וואו מ'שערט גוגל דרייב'ס מיט מאווי'ס.
אויב איינער ווייסט וואו מ'קען זיך אנהוקן אין די גרופ'ס, ווערט ער געבעטן צו מיטיילן דא לזכות הרבים, און צוענדיגן די דזשאב פון די וואוילטעטיגע הבדלה ארג.
גאר אלטע נייעס
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:44 am
דורך סביב העולם
למדן וחסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:51 am
כספי האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:58 pm
הבדלה אויסגאבע האט די חודש געלאזט וויסן, אז אויף גוגל טשעט איז דא גאנצעטע גרופס, וואו מ'שערט גוגל דרייב'ס מיט מאווי'ס.
אויב איינער ווייסט וואו מ'קען זיך אנהוקן אין די גרופ'ס, ווערט ער געבעטן צו מיטיילן דא לזכות הרבים, און צוענדיגן די דזשאב פון די וואוילטעטיגע הבדלה ארג.
גאר אלטע נייעס
דו ווייסט וואו מ'קען אנקומען דארט?
Re: טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:55 pm
דורך א גוט יאר