בלאט 18 פון 63

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:37 pm
דורך חביבי
קול העולם האט יעצט געמאלדען אז מען האט עם ארעסטירט אין פארבינדאג מיט די מערדעריי
זעט אויס אז עס איז שוין קאנפירמט

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:38 pm
דורך [NAMELESS]
"@KolHaolam: BREAKING NEWS: An arrest has reportedly been made at JFK airport which according to sources is related to the #murder of #Menachem #Stark."

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:39 pm
דורך יואליש
[quote="פיטומי מילי"]דא[/quoteZ]

דאס בילד פונעם ארעסט איז פארפירעריש און קומט פון דא.

http://www.nydailynews.com/new-york/mob ... -1.1288115

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:40 pm
דורך מאן דאמר
אין JFK איז שוין טונקל אפאר שטונדן

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:45 pm
דורך חביבי
מאן דאמר האט געשריבן:אין JFK איז שוין טונקל אפאר שטונדן

סא וואט
זיי מעלדן קיינמאל נישט גלייך ווען זיי ארעסטירען איינעם זיי ווארטען צי ביז זיי פארשען אויס אא׳׳ו

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:59 pm
דורך בעל הבית
1/2: @vosiznies: New York - False Rumors Going Around that an Arrest was Made in Murder of Menachem Stark, NYPD Confirms its Not True. http://t.co/WykObrgKQa (1

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 8:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
YWN has been flooded with emails in the past hour claiming that a suspect has been arrested in the murder of Menachem Stark HY”D. Social media has been forwarding the rumor, with one large twitter account going as far as saying that a suspect had been arrested in JFK Airport.

YWN has spoken with highly-credible, high-ranking brass of the NYPD, and can report with certainty, that there has been no arrest as of this time. There is not even a person of interest being sought. There are hundreds of leads that detectives are working on, and many people are being interviewed and spoken to, but there is absolutely no suspect in police custody.

(YWN World Headquarters – NYC)

- See more at: http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... QScMN.dpuf

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:04 pm
דורך בן תמליון
פאסט האט יעצט ארויסגעלייגט אן ארטיקל באשרייבן אליין די מערכה קעגן זיי. זעט אויס מיר גייען אין א גוטן ריכטונג, לאמיר האפן זיי וועלן מארגן אינגאנצן אפאלאזשייזן.

http://nypost.com/2014/01/05/post-repor ... criticism/

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:07 pm
דורך דעת תורה
הילל האט געשריבן:געפילטע פיש, אפילו איך האלט אויך אז מען דארף נישט איבערדרייען, קומט אבער נישט אריין דיין טענה אז "וואו זענען מיר ווען מען טוט עוולות פאר אנדערע?". מען טאר דען נישט שרייען און ווייטיגן ווען מען האט בא'עול'ט אונזערס א ברודער? און שווארצע פראטעסטירן דען ווען מען שיסט א ווייסן? און ווייסע שימפן ווען מען באהאנדלט שלעכט א מוסולמענער? אפשר האסטו אויך טענות אויף איינעם ואוס נעמט זיך קאמפיינען קעגן ביקסן נאכדעם וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן, ווייל היתכן ווען אנדערע זענען געשאסן געווארן איז דיך גארנישט אנגעגאנגען?
כך הוא דרך העולם .


כך הוא דרך העולם, השטחי והרדוד.

אבער אודאי איז געפילטע גערעכט אזוי אויך די וואטס עפפ נאוט, מיטן שטעלן זאכן אין קאנטעקסט. איה"נ, רוב עולם ווערט געפירט פון געפילן און קענען נישט פארנעמען אביסל גראדע נקודות צו קענען אנקוקן פון א ריכטיגן פערספעקטיוו, בפרט אויב די נקודות זענען אביסעלע צו טיף, רוב מענטשן זענען נישט אינטערעסירט און נישט געאייגנט דאס צו הערן.

לאידך גיסא, נאכן האבן דעם ריכטיגן בליק, קען מען ווייטער צוריק קומען צו וואס דו שרייבסט, דאס איז א טעות וואס אסאך חכמים מאכן ביז זיי זענען נאך מער מוסיף חכמה על חכמתם און כאפן אז גם זה הבל. ווייל סוכ"ס, גערעכט אז ווען די שווארצע האבן ווען זייער "געפילטע פיש" וואס זאל זיי האלטן אין די ראמען, און אזוי אויך די אנדערע באקריוודעטע עטנישע / פאליטישע / נאציאנאלע גרופעס וואלטן געהאנדלט רואיג אין א ענליכן פאל, מתוך הבנה עמוקה אז נאר יעצט - ווען דער פראבלעם אפעקטירט זיי גופא - גייט זיי עס אן און אז דער פאוסט מיינט נישט דירעקט זיי וכו' וכו', דאן וואלטן מיר אויך געדארפט אזוי האנדלען. אבער די מינוט וואס דאס איז די געים, ברויכן מיר שפילן לויט די רולס פונעם געים.

און דערפאר פעלט אויך אויס דער געווענליכער המון עם זאל זיך קאכן אין די בתי מדרשים און אין די קאווע שטיבלעך, ווייל אויב כולנו חכמים און כולנו נבונים און עס וואלט נישט געווען קיין פוש צו טון קעגן דעם פאוסט ווייל דער עולם וואלט פארשטאנען וכו', וואלט דאך למעשה נישט גענומען געווארן קיין שריט, און אויף דעם שרייט אדמון בשביל שאני חכם (זכר) הפסדתי? בכלל וואלט דאך נישט געווען קיין עקאנאמישער ציקל לולי המשתגעים, כידוע.

בקיצור, די בעסטע זאך איז צו לאזן עולם כמנהגו נוהג און שטיין פון די זייט און זיך צוקוקן.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:09 pm
דורך shem-tov
פארט פון די חבלי לידה ביזן ארעסט. לאמיר נאר האפן מען זאל נישט ווייל די קאמיוניטי ברויזט. סתם כאפן א שעיר לעזאזעל
בד"וו. דער געווירטץ, פאר די לוק אויף זיין פנים קומט זיך אים כאטשיק זעקס יאר... ר

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
For the record
ר' מנחם האט 7 קינדער נישט 8.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:27 pm
דורך פידלער
בן תמליון האט געשריבן:פאסט האט יעצט ארויסגעלייגט אן ארטיקל באשרייבן אליין די מערכה קעגן זיי. זעט אויס מיר גייען אין א גוטן ריכטונג, לאמיר האפן זיי וועלן מארגן אינגאנצן אפאלאזשייזן.

http://nypost.com/2014/01/05/post-repor ... criticism/


ווילאנג מ'רופט אים slumlord, זע איך נאך נישט זייער חרטה אדער proof פון אונזער "גוטן ריכטונג".

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 9:48 pm
דורך ממרום שלח אש
שוין לאנג נישט דא געווען, הלואי נאר אויף גוטע פאסירונגען. כוויל נאר אריינווארפן מיינע צוויי סענט.

אז מען וויל באמת אויפטון, ברויך מען צוזאמשטעלן א באריכט פון זיינע טענעטס אז ער איז נישט געווען א שלעכטער מענטש. אבער למען השם נישט רעדן בכלל פון די חסד "אין" די קאמיוניטי, עס רייצט נאר מער אויף.

איך האב נישט איבערגעליינט אלע דפים דא, אבער אין מיינע אויגן איז די העדליין נישט אזוי געפערליך, סאיז פשוט א ווערטער שפיל אויף די ווערטער פון א דעטעקטיוו אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן ווייל די ליסטע איז אזוי גרויס.

צוויי אנדערע חלקים אין די ארטיקל זענען פיל ערגער,

1) נאכשרייבן פון א דעטעקטיוו אז "ער איז געווען א חסיד פון וויליאמסבורג און א סקעמער" אפילו אויס דער דעטעקטיוו זאל האבן געזאגט די ווערטער שרייבט מען עס נישט נאך. עס קלינגט זייער אנטי-סעמיטיש.
2) זיי ברענגען קאמענטירער פון פעילד מעסייע אויף א וועג אז עס זאל זיך דאכטען אז דאס זענען ווערטער פון זיינע טענעטעס, עס איז א בייזוויליגע ליגענט וואס די פאוסט האט זיכער געוויסט.

ביי די וועי, אלבערטס פרעס רעליס איז זייער גוט, איך האב מורא ער איז גערעכט, אזא ארטיקל פארקלענערט פיל די פרעשער אויף די נ.י.פ.ד.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:35 pm
דורך אוהב ספרים
איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט

אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער

שומו שמים

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
Family of Menachem Stark Speaks Out: New York Post Cover Story Added Salt to Our Wound

http://www.algemeiner.com/2014/01/05/fa ... -our-wound

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:46 pm
דורך הדד בן בדד
איך קען נישט נאכיאגן צו ליינען אזוי שנעל, איך האלט נאך ביי בלאט 12 און דא האלט מען שוין ביי 17, איך פיל אבער פאר וויכטיג אריינצואווארפן אפאר ווערטער, ספעציעל יעצט ווען איך זעה אז דער עולם איז אביסל אנגעווארעמט זיך אנצונעמען קבלות טובות, און גלייכצייטיג איז מען אויפגעברויזט אויפן ניו יארק פאוסט איבער זייער עקלהאפטיגע קעפל און דעקונג, פיל איך פאר זייער וויכטיג צו מעורר זיין איבער א ענין וועלכע ווייטאגט מיך גאר שטארק שוין פאר א לאנגע צייט.

מיר פארפירן אויפן פאוסט, מיר ברענען אויף פעילד שמרי' (ימ"ש) אבער אין די זעלבע צייט איז דא עמנו בבית א זייטל וועלכע איז מיט גארנישט בעסער. דער שענדליכער זייטל ווי"ן ניוס, אדער וואס איז נייעס, איז פונקט אזוי מיאוס, און אין א געוויסן זין נאך מיאוס'ער, ווייל די פאוסט ווי נישט ווי ווייסט יעדער איז א ביליגער טעבלויד וועלכער שפילט ערנסטע צייטונג, פעילד שמרי' איז לכתחילה אן אפענער אנטיסעמיט און זיין גאנצער עקזיסטענץ איז נאר דאס, פונקט ווי דער שטירמער, אבער ווי"ן ניוס, וועלכער איז אפיציעל אונזערס א זייטל, און אלע זיינע אדווערטייזערס זענען אידן, און כמעט אלע זענען אדער היימישע, אדער אזעלכע וועלכע האבן גאר אסאך היימישע קאסטומער, און דאך ברענגט ער אראפ יעדעס ברעקל שמוץ אויף יעדן היימישן איד, און גיט נאר אמאל א קוק אריין אין די קאממענטס דארטן און עס כאפט א פחד און א שרעק, איך בין נישט משיג ווי היימישע אידן ערלויבן זיך בכלל אויפצועפענען דעם זייטל.

איך וויל דא בעטן יעדן ערליכן איד, וואס די כבוד פון אידישע קינדער איז טייער ביי אים, אז ער זאל היינט אריינגיין דאס לעצטע מאל אין דעם שמוציגן סייט, זיך מאכן א ליסטע פון די אלע וואס עדווערטייזן דארט (אסאך צדקה ארגאניזאציעס אדווערטייזן דארט ליידער) און אויב איז דא דארט א ביזנעס וועמען ער האט אמאל געגעבן צו לייזן זאל יענער באקומען פון אים א פאון קאל און אים מודיע זיין אז ער וועט אים מער נישט געבן צו לייזן אזוי לאנג ווי ער אדווערטייזט אויף דעם העסליכן וועב זייטל.

און דאס זאל טאקע זיין דאס לעצטע מאל, מער זאל מען נישט ארייגיין אין זיין סייט, ווייל די איינציגסטע וועג ווי ער מאכט געלט איז דורכן ווייזן אז ער האט אסאך קליקס און אזוי באקומט ער אדווערטייזמענטס. זאל דאס טאקע זיין נאך א גוטע זאך וואס מען זאל זיך אונטערנעמען לע"נ ר' מנחם, אז מען וועט נוצן אונזער כח אויסצורייניגן טאקע אט די סארט רשעות, כאטש ביי אונז אינדערהיים. מיר קענען ליידער נישט פארריכטן דעם גוי. אמת עס איז אסאך פאן צו לויפן אין סיטי האל אדער אין בארא האלל און גיבן כבוד פאר די אלע רעדנערס וועלכע רייסן אראפ דעם פאוסט (נישט אז מען דארף עס נישט טאן, אבער דאך האלט איך אז אויסער פובליסיטי פאר די פאוסט וועט עס קיין שום פאזיטיווע רעזולטאטן נישט ברענגען) אבער טון עפעס למעשה איז שוין שווערער, פשוט ווייל עס איז נישט אזויפיל פאן, און עס פאדערט אויך אביסל אומבאקוועמליכקייט, מען דארף האלטן א חשבון ווער עס אדווערטייזט דארט און טאקע געדענקען זייי נישט צו שטיצן און זיי לאזן וויסן אז דאס איז די סיבה פארוואס מען שטיצט זיי נישט.

רבותי, לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט.

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
אנגעהויבן 13:50 אינטערוויאו מיט צוויי פון זיינע טענענטס.

http://www.youtube.com/watch?feature=yo ... pp=desktop

איינער פון זיי זאגט "מסתמא די בעסטע לענדלארד איך האב נאר אמאל געהאט"

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 10:52 pm
דורך outspoken
דא האט איר דאס אימבעדעט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XYP-lUt6O30[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
A Developer Is Mourned and Vilified in Brooklyn

http://www.nytimes.com/2014/01/06/nyreg ... egion&_r=0

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
Murdered Brooklyn landlord Menachem Stark was ‘a good man,’ relatives say

Read more: http://www.nydailynews.com/new-york/nyc ... z2paWe6aIV

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:11 pm
דורך קאווע ברוטער
אוהב ספרים האט געשריבן:איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט

אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער

שומו שמים

און וועלעכע ת״ת פונקטליך ?
פאפא!
נו שוין

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:18 pm
דורך ישמעאל הכהן
New York Post's headline on landlord's slaying angers family, friends

http://www.cnn.com/2014/01/05/us/new-yo ... ntroversy/

נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 11:19 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'ציטער אז מארגן גייט די NYPOST האבן די מערסטע היטס אין היסטאריע...