בלאט 18 פון 21

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:36 pm
דורך ראשעקאל
אקעי, האמיר אריינגעסיינט אין קאמפיאטער צו לייק'ן [tag]java[/tag]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:47 pm
דורך משולם שטיינפעלד
יכול להיות אז עס איז נאר ביי געלעקסי באנוצער, אבער ביז יעצט איז ביי מיר קאווע שטיבל געווען גאר געשמאק צו ליינען אויפן געלעקסי, אמאל פלעג איך טאקע דרייען די פאון זייטוועגס צו קענען גוט ליינען, אבער בכלליות איז עס געווען געוואלדיג, עס האט געפילט ווי מען ליינט אויפן קאמפיוטער.

אני הק' האט בעסער ליב געהאט די אלטע וועג, מען קען זעהן קלאר די ניק מיטן אוועטער, די לייקס, די לעיאוט צו וואס מען איז געוואוינט, בעיקר דאס כאפן תיכף דער ניק הכותב לויטן אוועטער.

מיר זענען אלע גאר דאנקבאר פאר די הנהלה וואס מיען זיך פאר אונזער באקוועמליכקייט, ווי אויך קען זיין אז אויף אנדערע קלוגע טעלעפאנען איז נישט געווען באקוועם צו ליינען און שרייבן ביז יעצט.

עכ"פ, איז פארהאן א וועג צו אנשטעלן ביי מיר צו זעהן דעם געהעריגן סייט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:49 pm
דורך משולם שטיינפעלד
יעצט געכאפט, מען גייט צו מעניו און מען דרוקט אויף request desktop site, און וויאלע, איך האב צוריק מיין באליבטע סייט מיט איר לעיאוט, נאכאמאל יישר כוח פאר די הנהלה פארן משקיע זיין צייט און געלט לפאר קאווע שטיבלינו

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:59 pm
דורך יידל
פארוואס טרעף איך נישט די אפציע צוריק צו טוישן צו דעסקטאפ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:01 pm
דורך געפילטע פיש
וועלכע בראוזער נוצטו?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:02 pm
דורך ראשעקאל
יידל האט געשריבן:פארוואס טרעף איך נישט די אפציע צוריק צו טוישן צו דעסקטאפ?

דאס איז א פיטשער וואס מ'באקימט נאר נאכ'ן לייק'ן [tag]java[/tag]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:06 pm
דורך יידל
אבער געוואלד, כקען דאך נישט לייקן מיטן פאון!
געפילטע, כנוץ נעקסט בראוזער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:12 pm
דורך סאשי פיש
איך נוץ גוגל קראום איך זע עס אויך נישט.

פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:14 pm
דורך בן תמליון
איך אויך נישט אויף קראום. פאר מיר איז דער נייער מאביל א דיזעסטער. איך וויל צוריק דעסקטאפ אפשאן און יעצט!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:17 pm
דורך קאמענטירער
איין זאך בין איך נייגעריג מיט וואס אלטס איז עס ווייניגער ווי די לעאוט פונעם קאמפיוטער
איך האלט אז אויב עס וועט אויפטון אז ווערטער מיט נקודות וועלן נישט צעדרייט ווערן לוינט זיך עס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:17 pm
דורך אליצפן
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:יעצט געכאפט, מען גייט צו מעניו און מען דרוקט אויף request desktop site, און וויאלע, איך האב צוריק מיין באליבטע סייט מיט איר לעיאוט, נאכאמאל יישר כוח פאר די הנהלה פארן משקיע זיין צייט און געלט לפאר קאווע שטיבלינו

גם אני מצטרף לדבריך. די אלטע פארמאט האב איך אסאך מער ליב געהאט. ס'איז עפעס נישט בטעם'ט דעי וועג.
אפשר זאגט איר קלארער וויאזוי מ'מאכט צוריק דעם דעסקטאפ סייט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:21 pm
דורך געפילטע פיש
אין גוגל קראום גיי צו מעניו, און פון דארט קענסטו סעלעקטירן "Request desktop site", אויפן סטאק בראוזער קען מען אויך סעלעקטן Desktop View.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:22 pm
דורך סאשי פיש
איך האב יעצט אויסגעמעקט מיינע קוקוס און עס ארבעט א מחיה
ביי פארמעק די קוקוס,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:23 pm
דורך אליצפן
לידיעה בעלמא, פאר אלע אנדרויד באנוצער, opera classic איז די סאמע בעסטע עפפ צו נוצען פאר קאווע שטיבל. עס מאכט די ווערטער אריינפיטן אינעם סקרין, און אז די מאכסט גרעסער די פעידזש ווערן די ווערטער גרעסער, און די שורות קלענער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:28 pm
דורך אליצפן
געפילטע פיש האט געשריבן:אין גוגל קראום גיי צו מעניו, און פון דארט קענסטו סעלעקטירן "Request desktop site", אויפן סטאק בראוזער קען מען אויך סעלעקטן Desktop View.

ס'נישט אזוי פשוט, אז מ'מאכט דעסקטאפ סייט, דעמאלטס - עכ''פ אויף אפערא וואס איך נוץ- קומען אלע סייטס ארויף אין דעסקטאפ סייט און דאס טויג שוין גארנישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:30 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך נוץ קראום, און ווען מען קליקט מעניו קומט ארויף די פאלגענגע מעניו, באמערקט די טשעק אין די באקס ביי דעקסטאפ סייט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:33 pm
דורך געפילטע פיש
אליצפן האט געשריבן:ס'נישט אזוי פשוט, אז מ'מאכט דעסקטאפ סייט, דעמאלטס - עכ''פ אויף אפערא וואס איך נוץ- קומען אלע סייטס ארויף אין דעסקטאפ סייט און דאס טויג שוין גארנישט.

אין קראום און סטאק ארבעט עס פער סייט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:35 pm
דורך פרישער
אוי עפעס לעיבעדיג טיצעך דא אויפ מיין געלעקסי, עס קיקט אויסרייליכע נייעס, דעיס פאדערט א אינטערוויו אויף קול מבשר,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:38 pm
דורך בן תמליון
אה געלויבט צו גאט איך בין צוריק צו דעסקטאפ ווי א נארמאלער מענטש. ווער ברויך די אלע נייע זאכן? העמיר זיך האלטן צו די אלטע דרכים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:51 pm
דורך פרישער
בן תמליון געניש אזוי שנעל אויף איך קלער אז כעלעס לייקן סוף כל סאק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:01 pm
דורך געפילטע פיש
געטס נישט אויף אזוי שנעל, ס'זעט אויס אז ס'איז א ווארק אין פראגרעס, טשעקסט צוריק אין א טאג צוויי.

אליצפן, שקויך פאר די טיפ וועגן אפערא קלאסיש, כ'האב גראדע געזוכט א בראוזער מיט אזא פיטשור, אבער כ'מיין כ'וועל בלייבן מיט מיין כראם, וואס האט איין פינגערדיגע זום.

פ.ס. לאו דוקא אפערא קלאסיק האט עס, די נייערע אפערא בראוזער פאר ענדרויד האט עס אויך, מ'דארף נאר ענעיבעלען די Text wrap פיעטשער אין סעטינגס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:15 pm
דורך יידל
אקעי, אויפן סטאק בראוזער קען איך יא צוריקגיין צום דעסקטאפ וויו. געוואלדיג. גיימיר לייקן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:16 pm
דורך יידל
בדרך אגב, זעט מיר אויס אז די מאביל סייט איז פיל שנעלער ווי די דעהעריגע סייט.