[center]איין און פערציגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי יעקב דוד'ל [השני] מ'אמשינאוו זצוק"ל,
עלסטער זון פון רבי יוסף'ל אמשינאווער.[/center][center]אלה תולדות צדיק.[/center]דער פערטער אמשינאווער רבי [אוועק בשנות הזעם הי"ד], איז געווען רבי יעקב דוד השני מאמשינאוו. ער געבוירן ביי זיין טאטן רבי יוסף'ל בשנת תרס"ח, ווען זיין טאטע איז נאך געווען רב אין אסטראווע [מער איבער דעם, אין פריערדיגע קאפיטלען], וואס האט אים א נאמען געגעבן נאכן ערשטער אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל. די זקני חסידים וואס האבן נאך געדענקט דעם ערשטן רבי'ן רבי יעקב דוד'ל, האבן מעיד געווען אז דער צווייטער רבי יעקב דוד'ל האט געענדלט אין אויסזען אינעם ערשטן אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל.
נאך אלס קינד איז ער געווען א מורא'דיגער מתמיד, און איז געזעצן אין געלערנט ביים טאטן און ביי די אנדערע לומדים פון שטאט אסטראווע, און נאך אלס יונג בחור'ל איז ער שוין געווען בקי אין שו"ע או"ח בעל פה. שפעטער האט זיך משלים געווען אין הלכה, ביז ער האט געקענט ד' חלקי שו"ע כזקן ורגיל, און זיין נאמען איז געגאנגען ווייט אלס אויפגייענדער שטערן ות"ח מופלג. אזויווי זיין טאטע, האט ער משלב געווען זיין גאונות מיט די טיפישע אמשינאווע ענוה און פשטות, מיט אן אצילות און איידלקייט, און שטענדיגע שמייכל אויף זיין ליכטיגע געזיכט.
וירא כי טו"ב, ווען ער איז געווען א יונג בחור פון זיבעצן יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יוכבד בת הרבני הנגיד רבי שלמה יאסקאוויץ פון ווארשע וואס איז געווען אן איידעם ביים אמרי אמת פון גור זצוק"ל, און די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין גור מיטן השתתפות פון אסאך אדמורי"ם ורבנים און צענדליגע טויזענטע חסידים פון ביידע צדדים. צוויי מאל יעדן טאג איז אפגעראכטן געווארן א שבע ברכות, פאר די ספעציעלע רבי'ס וואס זענען געקומען צו פארן לכבודם פון די צוויי רבי'ס וואס האבן געהאט א געוואלדיגע קשר אהבה וידידות צווישן זיי, יארן לאנג. און די חתונה האט גע'שמ'ט יענע יארן אלס מעין קליינע 'אוסטילא חתונה'. אינטרעסאנט אנצומערקן, אז לכבודו פונעם מחותן דער אמרי אמת - וואס האט באוויזן צו פארוואנדלן גור אין א מקום וואו מ'איז שטארק מקפיד אויפן זייגער - האט רבי יאסעלע אמשינאווער זיך צוגעשטעלט צו אים, שבת שבע ברכות, און 7:30 אינדערפרי פונקטליך איז שוין דער אמשינאווער רבי געשטאנען ביי זיין פלאץ ווארטנדיג פארן בעל תפילה...
רבי יעקב דוד'ל איז פארבליבן וואוינען אין גור אויף 'קעסט' פאר אפאר יאר, און מיט זיין התנהגות דקדושה, מיטן טיפישער אמשינאווער הצנעות און ענווה, האט ער באוויזן צו ווערן באליבט ביי די 'שארפע' גערע חסידים... זיין איידעלע צורה און ב'חנ'טער מהות האבן משפיע געווען אויף אלע וואס האבן אים געזען, און דער אמרי אמת האט טאקע אפאר מאל זיך אויסגעדריקט בשבחו פון דעם יונגערמאן, פאר זיינע מקורבים און שטוב מענטשן. ער האט אפילו געלערנט יעדן טאג פארטאגס א שיעור בעיון ביי זיין זיידן דעם אמרי אמת. שפעטער האט ער געוואוינט א תקופה אין ווארשע, לערנענדיג אין איינע פון די אמשינאווע שטיבלעך אין שטאט, און זיין נאמען איז מפורסם געווארן אלס גאון ומתמיד בתורה ועבודה.
[center]רועה נאמן לעדתו.[/center]אין יאר תרצ"ד - אין יונגן עלטער פון זעקס און צוואנציג יאר [!] - איז רבי יעקב דוד'ל אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט זשירדאוו, לעבן ווארשע. אנדערש ווי עס קען זיך דאכטן, איז זשירדאוו געווען א שטאט וואו עס האבן געוואוינט בעפארן צווייטן וועלטס קריג ארום 2,700 אידן [א צענטל פון די שטאטס איינוואוינער]. טראץ זיין יונגן עלטער, האט ער געפירט זיין רבנות ביד רמה, און אפילו די מנגדים אין שטעטל האבן שנעל איינגעזען אז ער איז א בקי בהוראה כזקן ורגיל, און האבן זיך מתכופף געווען צום יונגערמאנטשיק.
אין יאר תרצ"ו איז זיין טאטע רבי יוסף'ל נסתלק געווארן, און אלע אמשינאווע חסידים האבן אים מכתיר געווען אלס רבי - כאטש ער איז נאך געווען אין יונגן עלטער פון 28 יאר. ער איז שנעל באליבט געווארן איבעראל, אנגייענדיג מיטן אלטן מסורה פון מקרב זיין יעדן איד און זיך נאכפרעגן אויף יעדן מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט. אלס אמשינאווער רבי, האט אמשינאוו - אליינס א קהילה פון 2,200 אידישע איינוואוינער - געפאדערט אז די רבי זאל אריבערקומען וואוינען ביי זיי. אבער די זשירדאווע איינוואוינער האבן נישט מסכים געווען אויפצוגעבן אויף זייער באליבטער רב בשום אופן. נאך א לענגערע משא ומתן איז געבליבן אז ער גייט זיין רב אין ביידע קהילות, וואוינענדיג א שטיק צייט דא און א שטיק צייט דארט...
[center]
דער יונגער רב און רבי, רבי יעקב דוד'ל השני מ'אמשינאוו זצוק"ל:imagegs.jpg
[/center]
אין שיקאגו האט געוואוינט א חשובער רב הגאון רבי בן ציון ראזנטאל, מח"ס תנובת ציון ובינת ציון עהש"ס והלכה. ביי א געלעגנהייט האט ער דערציילט, אז ער איז אמאל געווען שבועות ביי רבי יעקב דוד'ל השני, און ער האט מזכיר געווען זיין טאכטער וואס האט געהאט א געוואוקס ביי איר אויג, און ס'איז געווארן מסוכן. דער רבי האט אנגעוואונטשן, און קורץ דערנאך איז זי גענצליך אויסגעהיילט געווארן.
ענליך צו דעם האט ער אמאל מבטיח געווען פאר א פרוי וואס איז אריין צום רבי'ן מיט בכיות אז איר עלטסטער זון איז אוועק פון טובערקולאסיס רח"ל, און יעצט איז איר צווייטער זון אנגעשטעקט געווארן מיט די זעלבע קרענק, און ער האלט ליידער אין א מצב פון סכנת נפשות. קודם האט דער רבי געזאגט 'וואס וויל זי? ווער בין איך איר צו קענען העלפן?', אבער די פרוי האט ווייטער געוויינט בתחנונים ביז דער רבי האט צוגעזאגט אז דאס קינד וועט ווערן געזונט. ווען זי איז אוועקגעגאנגען, האט דער רבי 'זיך פארענטפערט' פאר זיינע שטוב מענטשן: וואס האב איך געקענט טון? ווען איך וואלט איר נישט צוגעזאגט וואלט זי דאך געבליבן שטיין א גאנצן טאג און וויינען'... למעשה איז דאס קינד גענצליך אויסגעהיילט געווארן, והיה הדבר לאות ולפלא.
[center]פטירת צדיק.[/center]ביים אויסברוך פון צווייטן וועלט מלחמה, איז ער געגאנגען וואוינען אין ווארשע - וואו אהין די זשירדאווע אידן זענען פארטריבן געווארן. קרוב צו צוויי יאר האט ער זיך אויסבאהאלטן אין אנדערע פלעצער אין ווארשע. זיין לעצטע באהעלטעניש איז געווען ביי איינעם אין בוידעם, וואו ער איז געווארן אנגעשטעקט מיט מחלת הטיפוס, און די דאקטוירים האבן גארנישט געקענט ארויסהעלפן וויבאלד קיין מעדיצין איז נישט געווען צו באקומען אין ווארשעווע געטא. אום חודש ניסן תש"ב איז ער נתסלק געווארן אין ווארשע, אין יונגן עלטער פון ד"ל שנים, און האט נאך זוכה געווען צו קומען לקבורה אין אוהל פון זיין זיידן רבי מנחם'ל אמשינאווער, לעבן דעם קבר פון זיין טאטן רבי יאסעלע, וואס געפונט זיך אין ווארשע.
זיין ווייב, און זיינע פיר קינדערלעך, זענען גע'הרג'עט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, הי"ד. ליידער איז נישט געבליבן קיין זכר פון זיין משפחה.
[center]
א מכתב בכתי"ק פון רבי יעקב דוד'ל השני מ'אמשינאוו זצוק"ל:imagdesc.jpg
[/center]
נאכן קריג, האט זיין יונגערער ברודער, רבי איציק'ל, אנגעהויבן פירן רבי'סטעווע אין אמעריקע, ווי שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען.
אין נעקסטן קאפיטל: אן [אומאפיציעלער] אינטערוויו-שמועס מיט א גרויסע ת"ח וואס געדענקט נאך רבי שימעלע אמשינאווער, הוספות ונספחים.