בלאט 18 פון 24

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:43 pm
דורך געשוויסטער
איך אויך האט געשריבן:שמעקי ,מיינסט ער ווייסט נישט וואס טריפל עקס מיינט? ער פראבירט צו שפילן.


יעצט גע'גוגלט.
סארי, אבער מיין קאפ ליגט נישט אין שמוץ

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:20 pm
דורך כוכב
#קאט די צואת השור אלערט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:45 pm
דורך ברעט מענינג
און אנדערע נייעס:
דער מענטש וואס האט ארויף געברענגט די ווארט האט שוין מכשיל געווען אנדערע יודען!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאט די מי רגלים איז בעסער? מי רגלים שטייט אין הייליגע ספרים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:48 pm
דורך איך אויך
ער מיינט די דריי עקס ווארט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:46 pm
דורך שמעקעדיג
שטייט אויך אין הייליגע ספרים...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:47 pm
דורך קעלנער
"שור שנגח" איז נישט קיין פאסיגע ניק. ביטע מאכן אן אנדערע ניק, אדער אונז שיקן א אימעיל מיט א נייע ניק צו וואס מיר זאלן עס טוישן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:38 pm
דורך איך אויך
אז עס איז א פאסיגע נאמען פאר א פרק בש''ס איז כ''ש פאר ק''ש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:49 pm
דורך כוכב
בהמה יוצאת איז אויך פאסיג?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:53 pm
דורך איך אויך
מען נעמט נישט אן דא קיין פרויענישע ניקס...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:37 pm
דורך קעלנער
[tag]אלטע באבע[/tag] און [tag]פאלם טייטס[/tag] זאלן ביטע מאכן אנדערע ניקס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:39 pm
דורך בשבילי!
נו די פרומע ק''ש מתנגדים זענען גערעכט, ערליכע שטרימפ האט נישט קיין מקום אין קאווע שטיבל..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 4:30 am
דורך עוד מישהו
"מלך המשיח" ווערט לכאורה נישט אנגענומען, נאר אויב ער איז מוכיח אז ער לעבט נאך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:52 pm
דורך קעלנער
"ס'נישטאמת" ווערט געבעטן צו שיקן אן אימעיל צו וועלכן ניק עס וויל טוישן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:54 pm
דורך יואב
די הנהלה האט געשריבן פאר דעם ניק:
אין כאטש 40 ווערטער, שרייבט (אין אידיש אדער בדוחק אין א גוטן ענגליש)
   

ווי ס'שיינט האלט זיך די הנהלה נישט צו דער דאזיגער תקנה. איך האלט ס'איז יא וויכטיג צו אינפארסירן, איבערהויפט ביי אזאנע וואס שרייבן אידיש מיט לאטיינישע אלפעבעטן. א בחור וואס שרייבט זיך איין אין א נייער ישיבה, זאל ער כאטש דעם ערשטן טאג פונעם זמן קומען מיט א נישט פארקנייטשטן כאלאטל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:אין "באריסטא"איז יא גוט? וואט די העלל מיינט באריסטא?

באריסטא.

יידל: צו ערשט א דיסקלעימער. געוואנדן צו די אלע מענטשן ביי וועמען די ראקעט לאונטשערס האבן זיך אנגעצינדן. ס'הייסט? איך רעאגיר אויף אן אלטן פאוסט. ישן נושן... איז דער תירוץ ווי פאלגנד: איך האב עס הערשט בהיינט צום ערשטן מאל געליינט. איך בין נישט שולדיג אויף דעם. והעיקר. אז איך האב עפעס א מיינונגספולע באמערקומג צו מאכן איבער דעם ענין.

יעצט אדרעסיר איך מיך צו יידל. דו האסט געברענגט די "וויקיפעדיע" וועלכע איז מסביר וואס "באריסטא" מיינט. אויך זאגט מען דארט אז מ'זאלל עס נישט אויסמישן מיט דעם טערמין "בארריסטער". אט פון דעם טערמין וויל איך יעצט רעדן. דאהי אין די יו.עס. אף עי. איז עס נישט פאראן אין טעגליכן באנוץ. נאר אין ענגלאנד, און אמאל אין קענעדע זענען געווען צוויי קאטעגאריעס פון לאיערס אין דעם לעגאלן סיסטעם: איינער. דער קלענערער, האט געהייסן "סאליסיטאר". ד.מ. אז ער האט נאר געקענט אויספילן אפיציעלע לעגאלע פאפירן, ווי פעטישיאנס צום קאורט. אדער ריעל עסטעיט קאנטראקטס. אבער ער אדער זי אליינס האט נישט געקענט ערשיינען אין קאורט פאר א ריכטער, און טענה'ן איבער א לעגאלן קעיס.

א צווייטער, און העכערער סארט לאיער האט יא געהאט די רעכט צו ערשיינען פאר א ריכטער אין קאורט און טענה'ן איבער א קעיס אדער פארטיידיגן זיין קליענט. דער איז אנגערופן געווארןבארריסטער...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אז עס איז א פאסיגע נאמען פאר א פרק בש''ס איז כ''ש פאר ק''ש.

איך אויך: איך בין מחולק מיט דיר איבער דעם. ווייל אין מס' בבא קמא איז דער נאמען פון פרק געשריבן געווארן אין אן אנדערן קאנטעקסט...! פונקט אזוי ווי איינער וועט נישט שרייבן דא אין קאווע שטיבל דעם נאמען "מי שמתו", אדער "מי שאחזו קרדייקוס"...!

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 1:42 pm
דורך איך אויך
עדיאל און עזריאל זענען צו ענדליך ,איז דא עפעס וואס מען קען טוהן דערצו?

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 1:50 pm
דורך עדיאל
ברילן העלפט.

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 2:30 pm
דורך שמעקעדיג
עס העלפט מער ווי כולל חצות?

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 3:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:עס העלפט מער ווי כולל חצות?

ווען מ'דארף ברילן גייט מען צום אפטאמעטריסט. ווען מ'וויל געווינען א קאורט קעיס גייט מען צו כולל חצות...פאר זיי העלפט עס זיכער...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:23 pm
דורך אסף המזכיר
אלטע בחור55 זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק.

Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:28 pm
דורך נופת צופים
אסף המזכיר האט געשריבן:אלטע בחור55 זאל זיך ביטע איינשרייבן מיט אן אנדערע ניק.

?