וואס איז דיין הערה? די הוה אמינא אז רבותי האלטן ביי כסף קידושי רבנן נינהו?צקון לחש האט געשריבן:רש"י כתובות ג.שמעתי כל רבותי מפרשים דקדיש בכספא דקידושי דרבנן נינהו ואי אפשר לומר כן...
אדער רשי'ס טשעלענדזש?
---------
(לעצם הענין, איז דען פשט אז רשי'ס רבי'ס האבן זיך איינגערעדט אז כסף איז דרבנן, א זאך כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז סאיז דאורייתא, און טאמער רש"י האט געהאט א זעלעכע רבי'ס איז נישט קיין גוטע סימן.
נאר דא איז א שקלא וטריא פון הפקעה וואס איז אויך למפרע. די גמ' קומט אלס גט דרבנן ווי אזוי ס'קען ארבעטען, אויב ס'איז מתיר א"א במקום ווי ס'איז נישטא גט דאורייתא. דאס מיינט תינח בכסף אז ס'גייט למפרע, ווייל ס'דא א תנאי דרבנן, אבער ווי אזוי ארבעט למפרע ביי ביאה, דהיינו וועלעכע לומדות נוצט מען ביי ביאה למפרע. די שקלא וטריא איז נישט צו ס'דא אזא זאך ווי קידושי דרבנן, נאר ווי אזוי ארבעט למפרע, און ביי ביאה איז דאך נישט עקירת ממון למפרע.
אויף דעם ארויף ברענגט רש'י בשם רבותיו אז מ'קען זאגען אז די גאנצע קידושין איז נאר דרבנן, ווייל אדעתא דרבנן בעצם קען מיינען ביידע, דהיינו סיי קיום הקידושין אדעתא דרבנן, און סיי ביטול אדעתא דרבנן, און מ'זאגט קיום דרבנן, דעמאלט פון דארט און ווייטער איז אויך נאר א נישואי רבנן, און פון דארט אויך נאר גט דרבנן און אלעס פיין און וואויל. לשיטת רבותיו איז דאס טייטש אין גמ' אפקינהו, אז די רבנן זאלען האבן ארויס גענומען די קידושי דאורייתא ווייל ס'איז אדעתא דרבנן, אבער בעצם בלייבט עס נאך א נישואי רבנן וקיום דרבנן, ביז די גט דרבנן, קומט אויס אז ס'נישט עוקר כאילו ס'איז געהעריג גט דאורייתא, ווייל די גאנצע נישואין ווערט נאר דרבנן. אבער ס'איז קלאר אז זיי האלטן נישט בעצם אז כסף איז קידושי רבנן.
טענה'ט רש"י אי אפשר לומר כן און ס'קען נישט ארבעטען אזוי ווייל די הפקעה מאכט נישט א קיין נישואי רבנן אלס קיום דרבנן, הפקעה מאכט דוקא א ביטול גמור מתנאי דעתא דרבנן. און צו דעם ברענגט ער די פשוטע אפענע ראיות אז במציאות קען כסף קיינמאל נישט ווערען דורך קיום דרבנן, ס'איז אייביג נישואי דאורייתא חוץ פון א פאל פון אפקענהו וואס דאס איז דוקא ביטול בכח רבנן, וואס דעמאלט איז עס באמת למפרע און פון דעמאלט ביז יעצט איז נישט געווען קיין נישואין בכלל, און נישט אז בינתיים איז געווען א נישואי רבנן וואס אויף דעם ניצט מען גט דרבנן מהיום והלאה.)
---------
די כל רבותי זאגען א פיין געדאנק, א שיינע חידוש, און רש"י איז נישט געקומען זאגען אז זיי עפענען א סידור פארקערט. נאר, רש"י האט א ראי' אז די סברא איז פארקערט, סך הכל א שמועס ווי די חריף אין ישיבה האט זיך געדינגען אין סברה מיט ראשי ישיבות...
אינטערסאנט באמערקונג, ייש"כ פאר צוברענגען.