אויף דעם ארויף ברענגט רש'י בשם רבותיו אז מ'קען זאגען אז די גאנצע קידושין איז נאר דרבנן, ווייל אדעתא דרבנן בעצם קען מיינען ביידע, דהיינו סיי קיום הקידושין אדעתא דרבנן, און סיי ביטול אדעתא דרבנן, און מ'זאגט קיום דרבנן, דעמאלט פון דארט און ווייטער איז אויך נאר א נישואי רבנן, און פון דארט אויך נאר גט דרבנן און אלעס פיין און וואויל. לשיטת רבותיו איז דאס טייטש אין גמ' אפקינהו, אז די רבנן זאלען האבן ארויס גענומען די קידושי דאורייתא ווייל ס'איז אדעתא דרבנן, אבער בעצם בלייבט עס נאך א נישואי רבנן וקיום דרבנן, ביז די גט דרבנן, קומט אויס אז ס'נישט עוקר כאילו ס'איז געהעריג גט דאורייתא, ווייל די גאנצע נישואין ווערט נאר דרבנן. אבער ס'איז קלאר אז זיי האלטן נישט בעצם אז כסף איז קידושי רבנן.
טענה'ט רש"י אי אפשר לומר כן און ס'קען נישט ארבעטען אזוי ווייל די הפקעה מאכט נישט א קיין נישואי רבנן אלס קיום דרבנן, הפקעה מאכט דוקא א ביטול גמור מתנאי דעתא דרבנן. און צו דעם ברענגט ער די פשוטע אפענע ראיות אז במציאות קען כסף קיינמאל נישט ווערען דורך קיום דרבנן, ס'איז אייביג נישואי דאורייתא חוץ פון א פאל פון אפקענהו וואס דאס איז דוקא ביטול בכח רבנן, וואס דעמאלט איז עס באמת למפרע און פון דעמאלט ביז יעצט איז נישט געווען קיין נישואין בכלל, און נישט אז בינתיים איז געווען א נישואי רבנן וואס אויף דעם ניצט מען גט דרבנן מהיום והלאה.)
---------
די כל רבותי זאגען א פיין געדאנק, א שיינע חידוש, און רש"י איז נישט געקומען זאגען אז זיי עפענען א סידור פארקערט. נאר, רש"י האט א ראי' אז די סברא איז פארקערט, סך הכל א שמועס ווי די חריף אין ישיבה האט זיך געדינגען אין סברה מיט ראשי ישיבות...
אינטערסאנט באמערקונג, ייש"כ פאר צוברענגען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:59 pm
דורך צקון לחש
@וואלווי דו ביסט פעסט אין די כלים אז ס'איז א נחת...
ולעצם הענין, וואס האט געכאפט מיין אטענטשן איז רש"י'ס אנטשלאסנקייט אז אלע זיינע רבי'ס האבן זיך טועה געווען, ס'איז אינספייערינג.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:45 am
דורך אלע צוזאמען
אין די נעכטיגע דף אין בבא קמא לערנט מען די תקנות וואס עזרא הסופר האט מתקן געווען ביים ארויפקומען לבית שני.
וואס האט מיך געכאפט איז די געדאנק אז ער האט מתקן געווען אז מ’זאל ליינען אין די ספר תורה שבת ביי מנחה, פארוואס ווייל ס’דא אידן וואס קומען נישט אין בית המדרש א גאנצע וואך, זאלן זיי אויך קענען הערן דאס ליינען.
היינטיגע צייטן וואלט מען נישט נאר נישט געמאכט די פיקס, נאר מ’וואלט ארויס מיט מחאה אדירות קעגן די דאזיגע ליידאקעס וואס קומען נישט אין שול, א חוצפה פון די חברה ניטאמאל זענען זיי אידן....
נאך א זאך וואס איז דאן אהערגעשטעלט געווארן, איז שיהו אוכלים שום בערב שבת.
ווער האט געמאכט די תקנה, א פראסטאק דער, ווי דערוואגט ער זיך צו רעדן פון די נושא אין פובליק, און נאך געבן עצות ווי צו עס מאכן אינטערסאנט און גרינג, סארא חוצפה...
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:19 pm
דורך תשפג
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:45 am

תשפג: דאס איז א גוט ווערטל. דו קענסט עס אריינלייגן אין מילתא דבדיחותא.
ועוד י"ל (יש לומר. פאר אסטראלאג). אז ווען ער שטייט אויף (שבת נאכמיטאג) האלט מען שוין ביי והוא רחום...!
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:53 pm
דורך קליינע צדיק
לערענדיג שיר השירים
באדערט מיר גאר שטארק א שווערע שאלה
ווען איינער זאל ווען רעדן זאגן אדער שרייבן אפי' א הונדערטסטעל פון די לשונות און געפילן וואס עס שטייט דארט
אפי' וועגן זיין אייגענע ווייב, ועל אחת כמה וכמה אויף א פרעמדע מיידעל וואלט דער עולם געהאלטן ער איז נישט מיט אלעמען
אפגערעדט ברוחניות, ער איז ממש אפגעפרעגט פון קאפ ביז פיס,
מה הפשט בזה???
איך האב עס געשריבן אין קורץ אבער איך מיין די עולם קען רילעיטען צו די טיפע שווערע שאלה
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:55 pm
דורך צקון לחש
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:53 pm
לערענדיג שיר השירים
באדערט מיר גאר שטארק א שווערע שאלה
ווען איינער זאל ווען רעדן זאגן אדער שרייבן אפי' א הונדערטסטעל פון די לשונות און געפילן וואס עס שטייט דארט
אפי' וועגן זיין אייגענע ווייב, ועל אחת כמה וכמה אויף א פרעמדע מיידעל וואלט דער עולם געהאלטן ער איז נישט מיט אלעמען
אפגערעדט ברוחניות, ער איז ממש אפגעפרעגט פון קאפ ביז פיס,
מה הפשט בזה???
איך האב עס געשריבן אין קורץ אבער איך מיין די עולם קען רילעיטען צו די טיפע שווערע שאלה
אויב שרייבט זי/ער עס אויסשליסליך צו איר/זיין דוד/רעיה?
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:58 pm
דורך קליינע צדיק
שיר השירים איז געשריבן וועגן איינעם נישט צו איינעם
אוודאי איז דא העכערע זאכן
איך רעד קודם פשוט
שטעל דיך פאר דו גייסט אין גאס און זיכסט דיין ווייב און דו הייבסט אן פרעגן ווי זי איז מיט די לשונות וואס שטייט דארט אפי' נאר אביסל,
מער פון דעם, שטעל דיך פאר דו זיכסט א שידוך, וואס איז פשטות מער דומה צו די משל, און פרעגסט און זיכסט מיט די לשונות
(דערמאן דיך קודם אדער קוק אריין אין די פסוקים וועסטו גוט פארשטיין)
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:16 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:53 pm
לערענדיג שיר השירים
באדערט מיר גאר שטארק א שווערע שאלה
ווען איינער זאל ווען רעדן זאגן אדער שרייבן אפי' א הונדערטסטעל פון די לשונות און געפילן וואס עס שטייט דארט
אפי' וועגן זיין אייגענע ווייב, ועל אחת כמה וכמה אויף א פרעמדע מיידעל וואלט דער עולם געהאלטן ער איז נישט מיט אלעמען
אפגערעדט ברוחניות, ער איז ממש אפגעפרעגט פון קאפ ביז פיס,
מה הפשט בזה???
איך האב עס געשריבן אין קורץ אבער איך מיין די עולם קען רילעיטען צו די טיפע שווערע שאלה
עס איז נישט געמאכט צו לערנען אויף איינמאל.
לערן א פרשה יעדע וואך
שיר השירים האט שלמה געשריבן צו זיין ליבלינג (שולמית?) און איז שפעטער אריין אין די קענאן פון ספרי קודש וויבאלד אהבה בין איש לאשתו איז די שטארקסטע אהבה וואס אינז קענען, ממילא קען עס דינען אלס א משל צו אהבת ה' לאומתו.
ועיין בודיאו מהיהודים באים (תרתי משמע...)
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 8:51 pm
דורך קליינע צדיק
ביטע זייט מסביר אז די קליינע זאלן פארשטיין
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:08 pm
דורך whatever
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:45 am
אין די נעכטיגע דף אין בבא קמא לערנט מען די תקנות וואס עזרא הסופר האט מתקן געווען ביים ארויפקומען לבית שני.
וואס האט מיך געכאפט איז די געדאנק אז ער האט מתקן געווען אז מ’זאל ליינען אין די ספר תורה שבת ביי מנחה, פארוואס ווייל ס’דא אידן וואס קומען נישט אין בית המדרש א גאנצע וואך, זאלן זיי אויך קענען הערן דאס ליינען.
היינטיגע צייטן וואלט מען נישט נאר נישט געמאכט די פיקס, נאר מ’וואלט ארויס מיט מחאה אדירות קעגן די דאזיגע ליידאקעס וואס קומען נישט אין שול, א חוצפה פון די חברה ניטאמאל זענען זיי אידן....
נאך א זאך וואס איז דאן אהערגעשטעלט געווארן, איז שיהו אוכלים שום בערב שבת.
ווער האט געמאכט די תקנה, א פראסטאק דער, ווי דערוואגט ער זיך צו רעדן פון די נושא אין פובליק, און נאך געבן עצות ווי צו עס מאכן אינטערסאנט און גרינג, סארא חוצפה...
קענסט צולייגן די בשמים וואס ער האט מתקן געווען אז די פרויען זאלן זיך מקשט זיין דערמיט ר"ל שומו שמים...
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:15 am
דורך שמן למאור
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:53 pm
לערענדיג שיר השירים
באדערט מיר גאר שטארק א שווערע שאלה
ווען איינער זאל ווען רעדן זאגן אדער שרייבן אפי' א הונדערטסטעל פון די לשונות און געפילן וואס עס שטייט דארט
אפי' וועגן זיין אייגענע ווייב, ועל אחת כמה וכמה אויף א פרעמדע מיידעל וואלט דער עולם געהאלטן ער איז נישט מיט אלעמען
אפגערעדט ברוחניות, ער איז ממש אפגעפרעגט פון קאפ ביז פיס,
מה הפשט בזה???
איך האב עס געשריבן אין קורץ אבער איך מיין די עולם קען רילעיטען צו די טיפע שווערע שאלה
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:01 pm
דורך איןברירה
די שענסטע פשט אין שיר השירים איז פון די מלבי"ם. ער ענדיגט צו זיין פשט מיט די ווערטער. ומעתה כי ישאלך איש לאמר על מה הוסד השיר הזה כפי פשוטו, ומה הוא הספור המשלי שלו..... השמר לך ושמור נפשך מאד פן תאמר לו כי פשוטו הוא דברי רעיה... דברי דודים וחשקץ חלילה וחלילה . רק כה תאמר אליו. הסיפור המשלי כפי פשוטו הוא קורות נשמת שלמה המלך. דער נאך איז ער משלב זיין פשט מיט קבלה און רש"י.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שטייט אין רש"י אויפ'ן פסוק ויהי האדם לנפש חיה אזוי: "אף בהמה וחיה נקראו נפש חיה אך זו של אדם חיה שבכולן שנתוסף בו דעה ודבור".
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט? צו זענען טאקע מענטשן די איינציגסטע ברואים וואס קענען רעדן? איך הער אגאנצן טאג ווי הינט רעדן, און ווי ווייט איך ווייס קענען אפילו ביימער רעדן, אזוי שטייט אין מסכת סוכה דף כח, מסכת סופרים פט"ז ה"ט, פרק שירה, שבחי בעל שם, ועוד ועוד.
איז אויף די אלע מעשיות קען מען ענטפערן אז רש"י האט טאקע נישט געגלייבט, אזויווי ער זאגט טאקע דארט אין מסכת סוכה אויפ'ן פלאץ "לא ידענא מאי היא", אין אנדערע ווערטער "איך ווייס ניט וואס די גמרא מיינט צוזאגן אבער ביימער קענען ניט רעדן". אבער פון די מציאות איז זייער א שטארקע קשיא, איז דען מעגליך אז רש"י האט קיינמאל נישט געהערט דאס בילן פון א הונט, אדער דאס הירזען פון א פערד?! ומצוה ליישב.
אין לשון הקודש איז פארהאן א חילוק צווישן "דבור" און "שיחה"
אויף שלמה המלך עליו השלום שטייט אז ער האט געקענט "שיחת חיות ועופות"
קיין ערגערטס וועט איהר טרעפן אז מ'רופט אן בלשון "דיבור"
און אזוי ארום אין די 'בראשית' סדרות, קען דאס אויך זיין פשט אינעם מאמר חז"ל:
"יפה שיחתן של עבדי אבות מתורתן של בנים"
אז אפי' זייערע 'שיחה' - נידעריגערע דרגה ווי 'דיבור' איז שענער און לענגער ווי תורות הרמוזות בקוצו של יו"ד.
אפשר @ונבנתה העיר וועט אונז קענען ערקלערן פון ליובאוויטש די חילוקים פון א 'מאמר' צו א 'שיחה'
(וואס די לצים האבן געזאגט אויף עפעס א שיכור וואס האט זיך אנגעטרונקען פון גאר קליינע דאוסעס אלקאהאל אז 'שיחה כשתיה' און פון דעם האט ער אסאך געשאשקעט...)
אין בראצלעוו רופט מען גראדע מיט'ן נאמען 'דיבורים' אויף מימרות פונעם רבי'ן אדער פון א.ג. משפיעים
ואולי גם כאן יש מקום להתגדר, עכ"פ די בהערה זו.
אך זו של אדם חיה שבכולן שניתוסף בו ''דעה ודיבור''.
בהמות קענען אויך רעדן, אבער זייער רעדן קומט נישט פונעם מידת הדעת, דעה.
דעת איז כח הבירור והבדלה לברר א''ע, דהיינו אז א מענטש קען זיך evaluatin פון אינדרויסען און זיך reconsideren פאר ער זאגט עפעס ארויס, און נאכען זיך מברר זיין במידת הדעת, לייגט ער עס אריין און כלי דיבור. א בהמה קען אפשר אויסשמועסן וואס טוט זיך אפ ביי איר, אבער אן 'טראכטען' וואס יעצט צו זאגען/צו נישט.
און דאס איז א גרעסערע כח החיות וואס איז דא ביים מענטש, אז ער קען זיך ארויסברענגען ווי אזוי ער וויל, און ער איז נישט געבונדען צו זיין חלק הבהמי וואס קען נאר ארויסזאגען אירע באדערפינשען.
ומותר האדם מן הבהמה אין. האבען צדיקים געזאגט אז דאס איז די כח צו זאגען ניין, וואס א בהמה פארמאגט נישט. די עומק איז נישט סתם אז ער קען זאגען ניין, נאר ווייל ער האט שליטה און קאנטראל איבער זיך, און ער קען מברר זיין זאכען/דיבורים כרצונו, און איז נישט כאילו מוכרח במעשיו.
'דיבור' איז א לשון פון קשות בניגוד ל'אמירה', ווייל עס קומט פונעם כח הדעת, און ממילא האט עס א שטארקע תוקף.
ולכן אפשר שנשים דדעתן קלות רעדט מען צו זיי בלשון אמירה 'רכות'. ווייל זייער דעת איז נישט אזוי שטארק און ממילא זייערע דיבורים און רעדן צו זיי איז נישט מיט א שטארקייט נאר מער ווייעך מיט ווייניגער תוקף. וכידוע דארט די מעשה בגמ' אז זי האט נישט געהאט די כח זיך צו מברר זיין, און זאגען ניין צו א דבר עבירה.
דיבור איז געקניפט מיט דעה.
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך פיל מיך ווי אזא שוטה אז כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט די מקור פון קניען ביים proposal, ס'איז א בפירושע גמרא גראדע אין יבמות סג, נחית דרגא נסיב איתתא.
Re: לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט...
נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:33 pm
דורך כרם זית
וועגן דעם פלעגן די מלמדים זאגן אז מען טאר נישט קניען...
Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:49 am
דורך והשב ישראל לנויהם
טוביה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 03, 2018 10:15 am
חמדה מלשון לא תחמוד בית, גליסטען.קנאה דבר אחר ותקנא רחל באחותה
זייער א שיינע דיוק.
חמדה מוז נישט זיין אז יענער זאל נישט האבען, נאר מיר גליסט אויך צו האבען וואס יענער האט.
קנאה איז שוין א דרגה מער, איך בין מקנא יענעם פארען דאס האבען, סאיז נישט אז איך גליסט עס אויך צו האבען, עס שטערט מיר אז 'יענער' האט עס.
Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:59 am
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 9:30 pm
איך פיל מיך ווי אזא שוטה אז כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט די מקור פון קניען ביים proposal, ס'איז א בפירושע גמרא גראדע אין יבמות סג, נחית דרגא נסיב איתתא.
ברוך שפינוזה: דו ווייסט גאנץ גוט אז דאס איז נישט דער ריכטיגער פשט. נאר ס'איז א גוטער רמז. א גוטע מליצה. א גוטער "פא"ן". מיט א פ"א דגושה...!
למען ה'פונקטליכקייט. דאס (פונקטליכע) לשון אין די גמ' איז..."נחות" דרגא ונסוב איתתא. מיט א ווא"ו. נישט א יו"ד. א לשון של "פועל". נישט א שם דבר.
טוביה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 03, 2018 10:15 am
חמדה מלשון לא תחמוד בית, גליסטען.קנאה דבר אחר ותקנא רחל באחותה
זייער א שיינע דיוק.
חמדה מוז נישט זיין אז יענער זאל נישט האבען, נאר מיר גליסט אויך צו האבען וואס יענער האט.
קנאה איז שוין א דרגה מער, איך בין מקנא יענעם פארען דאס האבען, סאיז נישט אז איך גליסט עס אויך צו האבען, עס שטערט מיר אז 'יענער' האט עס.
דער חינוך שרייבט קלאר נישט אזוי: "שלא להעלות במחשבתנו לעשות תחבולה לקחת לנו מה שהוא לזולתנו מאחינו, שנאמר (שמות כ יד) לא תחמד בית רעך וגו'.
וכבר הוכיחו ז''ל (מכילתא יתרו) מפסוק אחר דכתיב (דברים ז כה) לא תחמוד וגו' ולקחת לך, שאיסור לאו דלא תחמוד אינו נגמר עד שיעשה בו מעשה. ואפילו נתן הדמים לחברו על החפץ, עובר גם כן על לאו דלא תחמוד, שאין לאו דלא תחמוד נתקן בנתינת הדמים, כל זמן שדרך הכרח לקחו ממנו, כן הוא הפירוש האמיתי לרבותינו ז''ל."
Re: Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 12, 2024 8:44 pm
דורך והשב ישראל לנויהם
ר' גרשון האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:50 pm
טוביה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 03, 2018 10:15 am
חמדה מלשון לא תחמוד בית, גליסטען.קנאה דבר אחר ותקנא רחל באחותה
זייער א שיינע דיוק.
חמדה מוז נישט זיין אז יענער זאל נישט האבען, נאר מיר גליסט אויך צו האבען וואס יענער האט.
קנאה איז שוין א דרגה מער, איך בין מקנא יענעם פארען דאס האבען, סאיז נישט אז איך גליסט עס אויך צו האבען, עס שטערט מיר אז 'יענער' האט עס.
דער חינוך שרייבט קלאר נישט אזוי: "שלא להעלות במחשבתנו לעשות תחבולה לקחת לנו מה שהוא לזולתנו מאחינו, שנאמר (שמות כ יד) לא תחמד בית רעך וגו'.
וכבר הוכיחו ז''ל (מכילתא יתרו) מפסוק אחר דכתיב (דברים ז כה) לא תחמוד וגו' ולקחת לך, שאיסור לאו דלא תחמוד אינו נגמר עד שיעשה בו מעשה. ואפילו נתן הדמים לחברו על החפץ, עובר גם כן על לאו דלא תחמוד, שאין לאו דלא תחמוד נתקן בנתינת הדמים, כל זמן שדרך הכרח לקחו ממנו, כן הוא הפירוש האמיתי לרבותינו ז''ל."
כ'זעה נישט וואס איז די סתירה.
איך בין געקומען מסביר זיין די שורש הלשון פון 'חמדה' און דאס איז טייטש אז עס גליסט 'מיר' דהיינו כ'האב א שטארקע ווילען עס אויך צו האבען, און אויף דעם קומט די חינוך מוסיף צו זיין אז מ'איז נישט עובר ביז עס קומט צו לידי מעשה, ווייל אויף דברים שבלב אינו עובר.
עס פאנגט זיך אפשר אן נאכען זעהן ביי יענעם, אבער עס איז נאכאלץ ווילען וואס 'איך' האב, עס באדערט מיר נישט אזוי שטארק דאס אז 'יענער' האט עס ווי דאס אז איך וויל עס אויך האבען, און טאמער טוט ער טאקע א מעשה דערצו עס אוועקצונעמען פון יענעם בין איך עובר אויף לא תחמוד.
משא''כ קנאה פאנגט זיך אן, אן קיין גליסטעניש בעצם צו דער זאך, נאר אז איך זעה אז יענער האט עס, קען איך נישט זיין ווייניגער ווי אים, כ'בין נישט מסכים ער זאל האבען עפעס און מיר נישט, און וועגען דעם בין איך אים מקנא.
דאס זענען אלע דוגמאות פון קנאה ווי למשל הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם דאס הייסט אז איך עסס מיך אויף אז יענער האט עפעס, עס פאנגט זיך אן פון דארט.
חמדה פאנגט זיך אן איך וויל אויך, און קנאה פאנגט זיך אן אז סקען נישט זיין אז יענער האט עפעס און איך נישט.
בנוסח אחר, חמדה הוא על החפצא על מה שחומד, וקנאה הוא על הגברא שעליה מתעורר קנאתו, שלא להיות פחות מאיתו.