בלאט 171 פון 213
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:38 pm
דורך קאמענטירער
אסאך מאל הערט מען אין די נייעס -בעיקר ווען מעגא קאמפעניס שטעלן זיך צוזאם- אז ''רעגעלעטורס'' קוקן דורך צו זיי וועלן ערלויבען די דיעל דורכגיין, מקען אויך הערן פון יוראפעאישע אדער אמעריקאנע ''רעגעלעטורס'', ווער זענען די רעגעלעטערס? ווי קען מען זיי ריטישען...?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 7:03 pm
דורך טרויבן88
קאמענטירער האט געשריבן:אסאך מאל הערט מען אין די נייעס -בעיקר ווען מעגא קאמפעניס שטעלן זיך צוזאם- אז ''רעגעלעטורס'' קוקן דורך צו זיי וועלן ערלויבען די דיעל דורכגיין, מקען אויך הערן פון יוראפעאישע אדער אמעריקאנע ''רעגעלעטורס'', ווער זענען די רעגעלעטערס? ווי קען מען זיי ריטישען...?
אויב איך געדענק גוט איז דאס די FTC די פעדערעל טרעיד קאמיסיע, און די ועג וויאזוי סארבעט איז: אז עס זענען דא געזעצן איבער קאמפעטישען איז ווען גרויסע קאמפעניס שטעלן זיך צאם ווערט ווייניגער קאמפעטישען דעמאלטס גייט די FTC און קלאגט די קאמםעניס איו געריכט... טשעק עס נאך מער פונקטליך אויף וויקיפידיע. איך האב נישט קיין צייט צי טייפן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:03 pm
דורך קאמענטירער
וואס מיינט חרד''ל? אין אר''י
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 5:44 pm
דורך געוואלדיג
חרדי לייט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]געוואלדיג[/tag], כ'וואלט נישט געגלייבט אז דו קענסט מאכן אזא טעות.
אלס בחור לערנענדיג אין ארץ ישראל האב איך אלס געוואוסט אז חרד"ל איז ר"ת חר'די ד'תי ל'אומי, וואס באציט זיך אויף די רעכטע שטרעמונג אינעם מזרח'יסטישן חדר [אנשי מרכז הרב, הר המור, ודומיהם], וואס זענען חרדי'ש געשטימט אין שמירת המצוות אבער 'דתי לאומי' אין זייערע שיטות בנוגע המדינה. אזוי טענה'ט טאקע אויך
דער מילון.
יעצט זע איך צוערשט
אין וויקיפעדיע, אז זיי באצייכענען דאס אלס ר"ת פון חרד'י ל'אומי. וואס מיינט פארט אזויווי דערמאנט פריער.
אזוי צו אזוי, האט דאס נישט קיין שייכות מיט אזא מושג ווי חרדי-לייט, וואס מיינט מער א שטייגער ווי א קילע חסיד/ליטוואק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:23 pm
דורך שלום על ישראל
איך האב פארשטאנען אז [tag]געוואלדיג[/tag] מיינט עס סארקאסטיש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:02 pm
דורך איך אויך
עטץ זענטץ ביידע גערעכט. טראדיצינאלי האט עס געמיינט חר'די ד'תי ל'אומי, אבער היינט קען עס אויך מיינען ח'רדי ל'ייט אזוי ווי חרד''ק מיינט חרדי קל.
אה און עס קען אויך מיינען מאסטערד.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 8:27 pm
דורך געוואלדיג
אוי, טעיתי כשה אובד בקש... פשוט א טעות געהאט עס מיינט טאקע חרדי לאומי, איך האב אויסגעמישט מיט חרד״ק
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: דו ביסט 100% גערעכט. א ראיה האב איך ווייל איך געדענק ווען מ'האט זיי נעבעך פארטריבן פון גוש קטיף, האטציך א סאך געטון איבער די חרד"ל'ניקעס וועלכע האבן ברובם געוואוינט דארט. די עיקר חילוק פון זיי ביז די רעגולאר מזרחי/מפד"ל איז אז זיי האבן געטראגן גרויסע קאפלעך. (בבחינת זעקס סלייסעס, דאהי). דער טערם חרדי-לייט איז טאקע א סלענג טערם וועלכער איז אויפגעקומען א סאך שפעטער. און האט גארנישט צו טון מיט די אידעאלאגיע פון מזרחי/מפד"ל...!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער ווייסט אויב א סים קארד אין אויסלאנד וועט ארבייטן אין פעיזש פלאס פאון?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:19 am
דורך גראף
ס'איז בעצם א ווערייזאן פאון וואס האט געווענליך GSM ראדיאו. שטעל ארויף די מאדעל וועט מען קענען זעהן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:21 am
דורך [NAMELESS]
פעידזש פלאס האט שוין אויך אייגענע פאונס
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:10 pm
דורך גראף
נישט געוואוסט. סיי ווי קען @רויטע וואנצעס ארויף לייגן דער מאדעל פאון אויב ער איז נאך אין טאון.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
Galaxy mini s4
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:57 pm
דורך גראף
איך זעה נישט פארוואס עס זאל נישט ארבייטען אין אייראפע אבער בעסער רופט Page plus זיכער צו מאכען אז ס'איז נישט locked.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:01 pm
דורך טרויבן88
זאג מיר וועלכע שטאט די ווילסט פארן?
http://cloud.tapatalk.com/s/57ec060e559c9/WorldwideFormatted.pdfדא האסטו די בענדס פון די גאנצע וועלט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:48 pm
דורך מיר'ער בחור
פארוואס ווען איינער לייגט ארויף א youtube וידיאו דא אויף ק"ש (נישט קיין לינק ) קען איך עס בכלל נישט זעהן איך זעה נאר א שווארצע ליידיגע באקס ?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל איך ווייס קען נישט אן אויסלענדישע סים קארד ארבייטן אין א מיני s4, ס'קען נאר גיין פון s5 און העכער (איך ווייס נישט אויב מיני s5-s7)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אויב די phone איז unlocked ארבעט עס איבעראל.
נאר אסאך מאל דארף מען ענטערן די בענד פאר אינטערנעט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:44 pm
דורך טרויבן88
מיינסט צו זאגן די APN
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:46 pm
דורך טרויבן88
איך האב געלייגט א פייל פון די בענדס פון די גאנצע וועלט. שטעל צוזאם די בענדס פון די פאון צו די לאנד וואו דו פארסט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:27 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כזעה ווי די אומן עולם טאנצט אין עיר-פארט, פרטעסטירט, שרייט, ואין פוצה פה, יעדער דא אין שטיבעל איז אקעי דערמיט
וויל איך וויסן טאמער מארגן מאכן אלע וויזניצע אינגערלייט א הפגנה אויפן FDR אויפן וועג צו מאנסי צו זייער רבי, אדער די בעלזא אינגערלייט א הפגנה אויפן וועג קיין א״י, וואלט מען נישט דא געשריגען חילול השם, בהמות, משגועים.
אדער אפשר נאר ברסלב מעג ווייל די גאנצע פאהרן איז נישט רעגילער סאיז א אויפגעקלערטע געדאנק. ממילא איז יעדער אקעי דערמיט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:42 pm
דורך לית דין בר נש
***
ברענג אהער א קליפ אדער לינק און נאכדעם ווארט צו זעהן וואס די עולם רעאגירט