בלאט 172 פון 213
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:34 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס ביי סליחות ביי שמע קולינו זאגסט מען די שטיקל פון יהיו לרצון אמרי פינו שטיל און נישט חו״ק
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:49 pm
דורך שמעון וואלף
פארוואס דארף איך געבן געלט פאר קופת העיר וואס טיילט עס אויס פאר ארעמעלייט און צעבראכענע אידן, און די גדולי ישראל וועלן מתפלל זיין פאר מיין הצלחה אז איך זאל ווייטער קענען געבן פאר קופת העיר און זיי וועלן דאס אויסטיילן וכו' וחוזר חלילה, זאלן די גדולי ישראל מתפלל זיין דירעקטלי פאר די הצלחה פון די ארעמעלייט און צעבראכענע אידן?
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:39 pm
דורך מיר'ער בחור
פארוואס קומט די מפתח [די באקס אונטער די שלום עליכם אשכולות] ארויף נאר ווען מ'איז איינגעשריבען
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:56 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?
די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט
I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?
אז מען רעדט שוין, [tag]געפילטע פיש[/tag] [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...
די וואך איז איר קעפל: To Cry or Not to Cry.
כ'בין נישט זיכער, אבער עס דערמאנט מיר פון שעיקספיער'ס to be or not to be.
נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:03 am
דורך [NAMELESS]
די וועלט זאגט דאך אז די קאפ איז א גנב...
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 9:35 am
דורך שמעקעדיג
"הונדערטער טויזענטער מענטשן עוואקואירן". די בילדער ווייזן ריזיגע שורות קארס שלענגלען זיך אויף איין זייט פונעם ראוד. אבער וואוהין? האבן זיי א ציל וואו זיי ווילן אנקומען? וואו גייען די אלע מענטשן דארטן עסן און שלאפן? כ'פארשטיי אז א קליינע חלק האט געלט און פלאץ אין א האטעל, אבער וואו גייען די איבריגע?
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:13 pm
דורך אייז קריעם
ביי אסאך מענטשן וואס האבן אן עטרה אויפן טלית איז די אונטן פינעם טלית שמוציג און האט אזאנע קעסטלעך און עס זעהט אויס ווי מען האט אראפ גענומען די עטרה און צוריקגעלייגט די ראנג זייט פון טלית אונטן אנשטאט אויבן.
איז דאס א מיסטעיק?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:25 pm
דורך ביליג
עס קומט פון צוזאמלייגן די טלית
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:55 am
דורך berlbalaguleh
פארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 7:58 am
דורך גרויסע מענטשעלע
berlbalaguleh האט געשריבן:פארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!
ווי זוי איז די שלום בית ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
אזוי ווי דער טלית...
נעה. די שלום בית איז זייער גוט,ב"ה...! א מזל ס'איז נישט קאנעקטעד צום טלית...! מיין ווייב האט שוין געטרייט צו ביגלען דעם טלית. כ'האב עס שוין אריינגעגעבן צו א פראפענישיאנעל (פי' ער טשארדזשט א סאך געלט) קלינער. ס'העלפט גארנישט. אפשר איז עס א טערקישער (אדער טשייניז) טלית. נאר איך ווייס נישט דערפון...! אויב איינער האט אן עצה וועל איך איהם מכיר טובה זיין.
אה...איך האב אן עצה. קויפן א נייעם טלית...שויןl געטראכט פון די עצה...
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 2:29 pm
דורך רוסישער
ונבנתה העיר האט געשריבן:בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.
בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?
לעצור טללים רעים?
דער תגובה האט אויף מיר גע'פועל'ט א 'הזזה'
נשלח: דינסטאג אקטאבער 18, 2016 9:57 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
ווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 9:11 am
דורך איך אויך
פונעם אהבת שלום אדער תורת חיים?
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:27 am
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווער איז געווען דער רוח שטות וואס איז אויפגעקומען אז גרויסע הושענות זענען פאר אדאלדטס און די קליינע פאר קינדער?
איך שטיץ פאר 1 size fits all.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:45 am
דורך החוקר
יעדעס יאר עקסטער טו איך זעך וואונדערן...
פארוואס מענטשן קויפן "גרויסע" הושענות, רוב שמשים פארקויפן גרויסע און קליינע, וואו שטייט אז די קליינע איז נישט גוט? דעם שמש פארשטיי איך ער וויל דאך מאכן געלט, אבער וואס טראכט דער קאסטומער, אז ווייל דער שמש האט גרויסע איז עס א גרעסערע הידור???
מסתם טראכטן זיי טאקע נישט...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:46 am
דורך החוקר
סארי...
נאכן פאוסטען האבעך באמערקט אז @דער געוואגטער האט מכוון געווען
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:56 pm
דורך מודיעין
קען זיין אז די מקור איז ברש"י סוכה מד: ועכשיו נהגו להביא ענפים ארוכים ויפים כדי שיהא מינכרא מצוה בעין יפה ע"כ.
הגם עס שטייט נישט ווי לאנג עס דארף זיין, אבער קען זיין אז וועגן דעם זיכן מענטשן ענדערש די גרויסע, אבער וויבאלד עס קאסט טייערער שפארט מען זיך אויף די קינדער'ס וואס איך אויך זיכער כשר.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:11 am
דורך berlbalaguleh
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג
ביי נחום. פונקטליך וואו ווייסיך נישט. נאר כ'ווייס פאר זיכער אז איך האב עס געזעהן ביי איהם אויפ'ן בלאג...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:03 pm
דורך ונבנתה העיר
פארוואס האבן קארס נישט א ווייפער אויף די אונטערשטע פענסטער, אזויווי מיניווענס?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
א נייגעריגע גוגל סורטש ווייזט אז ס'צוליב די וועג וויאזוי לופט פירט רעגן ארום די אויטא. ביי נארמאלע קארס פליט די רעגן אראפ מיט'ן ווינט, ביי suv'ס און מיניווענס בלייבט עס שטעקן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 2:41 pm
דורך פרייוויליג
ביי גויים זענען אלס פארהאנען פארשידענע סארט טרענטס, אסאך מאל קען מען דאס פארשטיין, אסאך מאל איז דאס מאדנע, אבער אסאך מאל איז דאס עפעס וואס מיין מוח קען נישט דידעקטען. וויפיל איך האב געשפירט צו פארשטיין די פאלגענדע טרענט דערפון איז מיר נאך שווערער געווארן די תאוה. איך האב פראבירט צו פארשטיין אויב דאס איז cool, און אויסער גרויליג, נאריש, דיסקאסטינג האב נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס בעסערס: און דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער פאריקטער "סקעלעטן בילד". אויף טישערט, אויפן קאפ, אויפן קאר, אויפן האנט, אויפן נאז, אויפן שיך, אויפן טעלעפאן. פאר Christ sake וואס די גיהנם דארף זיין ראסעריש ארומצוגיין מיט אן אימה אנווארפענדע סקעלעטן. מיינען זיי דען דעם הכל הולך למקום אחד?
נו? דאס בילד טוט אייך עפעס מעורר זיין?
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 3:04 pm
דורך [NAMELESS]