בלאט 172 פון 214

נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 6:50 pm
דורך shadchan
איז אזוי אה הם...
א גיטן אלע חשובע איגן וואס דרייען זיך דא.
קודם וויל איך מיר אנטשולדיגן אז איך האב נישט געשריבן אפאר ווערטער ביז יעצט כ'האב פשוט נישט געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא פארום
פאר מער אינפאו העמער רעדן פריוואט יישר כוחכם פארן מיר אויסהערן

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 5:40 pm
דורך שעפטאל
@shadchan שלום עליכם!
מיינסט צו זאגן אז ביסט א שדכן?

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:42 pm
דורך שמעלקעלע
בין איך נאך ניי דא און נישט עקסעקלי קאמפערטיבל צו מיט טיילן פערזענדליכע אינפארמאציע וועל איך ברויכן צו צי ווארטן אביסל זיך ארום צו קענען אביסל און דער נאך אפמאכן וואס איך וויל מיט טיילן

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:42 pm
דורך Ich hear
Curious guy i like to read and interact with other people who have to offer information that i care for. Also i like to comment my two cense on topics that i have perspective on to help other people broughther their own perspective.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:43 pm
דורך כגיימעך
א חסידישער יונגערמאן מיט אלע מפרשים (יא טראגט אן אפגעריבענעם הוט) וואס א שטיקל צועפנטן קאפ און זוכט גוטע ליטארטור אין א היימישן אטמאספערע אבער וויל נישט דווקא ארויסשטעלן אלע זיינע ווייטאגן צווישן זיינע באקאנטע.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:43 pm
דורך alefalef
אלס א ייד, וואס דארף אמאל א גוט ווארט, און אמאל זאגן פאר יענעם עפעס א גוט ווארט.
שאיפות אדער פלענער האב איך נאכנישט, ממילא איז שווער צו שרייבן.
אבער זיין מחובר, הערן, אדער גאהר זיך לאזן הערן, קען קיינמאל נישט שאטען אויב מ'טוט עס ווי מ'דארף.

איז עס שוין 40 ווערטער?
אדער דארף איך נאך מוסיף זיין, און רעדן פון מיר און מיינע גרויסע געלונגענע מעלות?
כ'האב נאך אסאך.
דער שאלה איז צו דער עולם איז גרייט צו הערן.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:12 pm
דורך וואלווי
די אשכול געט מיך אסאך מער ענטערטעינמענט ווי לייענען די אלע מינע LLC נעמען אין די legal notice'ס סעקשאן פונעם צייטונג יעדע וואך...

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:42 pm
דורך צקון לחש
להזהיר גדול על הקטן האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג געוואלט זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל, איך ליין שוין יארן יארן און איך ווער נתפעל פון די קליגע תוכנ'דיגע חברה וואס דרייען זיך דא אין שטיבל. אמאל וויל איך אויך עפעס מגיב זיין, דעריבער נעם איך די מוה זיך איינצושרייבן. און דער עיקר וואס איך וויל אויפטון איז קענען ריכטיג מקיים זיין דער להזהיר גדולים על הקטנים, עס מאכט זיך אמאל אז איינער שרייבט א אומריכטיגע זאך אין שטיבל, ער ברענגט פאלטשע אינפערמאציע, ער קען נישט גוט די פאקטן... דארף מען יענעם שטעלן אין פלאץ מיט די פאקטן. אין קאווע שטיבל קען מען נישט לאזן קיין פאלטשע אינפערמאציע זיך ארומדרייען פריי.
:lol:

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 5:38 pm
דורך shadchan
שעפטאל האט געשריבן:@shadchan שלום עליכם!
מיינסט צו זאגן אז ביסט א שדכן?
wow זעסטו? כהאב אפילו נישט געוויסט אז מיינע מאמרים ווערן גאר נאכגעברענגט דא אין שטיבל..
יא גראדע טוה איך אין שידוכים ב'ה
בחורים פאקטס פעק...

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 8:57 pm
דורך פארוואסנישט
איך בין ב"ה א יונגערמאן וואס שמועסט אסאך מיט אנדערע מענטשן וואס לויבען אויס דאס וועבזייטעל "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן פארוואס זאל איך נישט אויך הנאה האבען
(איך האף מען זאל הנאה האבן פין מיר אויך בעז"ה)

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 8:58 pm
דורך אידישע וועלט
איך בין שוין לאנג א קאווע טרינקען נישט רעגיסטערט
טאלאנטן ? עניו
חסידות ? ליטוואק פין בודאפעסט
פלענער וועלן נאכפאלגן
מיטיילן ? איינמאל איך בין אנגענעמן
נו שוין גענוג ווערטער ?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 8:58 pm
דורך אחיעזר
איך האב ליב היסטאריע סיי סתם וועלעטליכע און סיי אידישע היסטאריע, איך האב ליב ידיעות און וויסנשאפטליכע ענינים, טעכנאלאגיע און אלעס ארום איז מיין פעווערט.
כהאף אז מיין השתתפות וועט צו געבן צום שטיבל און מען וועט הנאה האבן דערפון.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 8:59 pm
דורך זיינוועל
א יוד פון אוקריינא זייער א איידעלער און ערליך און געוואנדערט א וועג א לאנגער ביז אנגעקומא יוד פון אוקריינא זייער א איידעלער און ערליך און געוואנדערט א וועג א לאנגער ביז אנגעקומען אהער.ען אהער.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 8:59 pm
דורך טייטרינקער
איך פראביר צו ליינען אינפורמאציע וואס איז נישט זיכטבאר פאר נישט מאמבערס
האפענטליך וועט מען טרעפן מערער אינטראסטאנטע נושאים
איך האב חתונה שעמאכט רוב קונדער
בין פון די פולישע חסידות

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 9:00 pm
דורך קורץ שארף צום פוינט!
שלום עליכם טייערע פריינט!
איך וויל א פלאץ צו הערן און זיך צו לאזן הערן.
איך גיי נישט מאריך זיין.
איך זאג מיר אפ דאס מייניגע, קורץ שארף און צום פוינט!
ווי אלט איך בין?
ביאלאגיש? ~30
פיזיש? זייער אלט, קיינמאל קיין בעיסבאלל געשפילט
פזיכאלאגיש? גאר יונג, נאכנישט געזעהן א וועלט
פסיכאטאריש? וויל איך נישט ענטפערן.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 4:25 pm
דורך shadchan
by the way when i registered myself. i hade to sign etc that i will read something, what was it?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 8:40 pm
דורך סחורה
א גוטן אייך ליינער,
מיר פלעגן דא אפט באזוכען און ליינען אינטערעסאנטע ידיעות און תגובת, אבער קיינמאל געהאלטן אז איך קען אריין רעדן.
עכשיו ווילעך שרייבן אביסל אויך, עפעס וואס איך האב נאכנישט געטון מער ווי בערך אכט יאר.
זאיס צום האפן אז איך וועל מיך טרעפן דאס פלאץ דא, איך שוין לאנג נישט באזוך צוליב וואס איך האב נישט געהאט אן אקאונא אבער וויל יעצט אריינטשעקן מיר,
תודה לאל

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:18 pm
דורך תכלת וארגמן
שלום וברכה.איך בין שוין דא אלץ גאסט באלד 10 יאר איך זייער הנאה פונעם שטיבעל, נאר היות איך בין א שעמעדיקער האב איך זיך נישט אייגעשריבען בין יעצט, אבער צוליב די נייע גזירה איז בלית ברירה....
באמת האלט איך אז די וועבזייטעל איז א מורהדיגע תועלת פארן כלל. א גרויסען יישר כח

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:27 pm
דורך בן שיח
אלץ יונגערמאן וואס האט ליב נאכצוגיין אלטע היסטאריע און בעיקר צו טרעפען דעם אמת וואס ליגט אונטער זאכען וואס פאר אסאך קוקט עס אויס ווי פשוט אבער באמת איז עס אסאך טיפער ווי עס קוקט אויס, האב איך דא געטראפען מיין פלאץ ווי מ'פארשט "באמת" נאך וואס מ'שרייבט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:27 pm
דורך רב ייבי
זייענדיג אלץ דורשטריג פאר אינטערסאנטע און אינפארמאטיווע ארטיקלען, האט זיך אלץ געפונען ביי מיר באזיץ אלע ערליי אידישע מאגאזינען. אבער די גאר שטארק צענזורירטע, און אפטמאל פארטייאישע אויסגאבעס, האבן רוב מאל מיר נישט געזעטיגט. קאווע שטיבל שטעלט פאר אט וואס איך גאר שוין אזוי לאנג פאר. אומפארטיאיש, תוכנ'דיג און אינפארמאטיוו.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 6:49 pm
דורך תורת א'
I'm an active member for years, I'm establishing this nick for a special purpose, I'll post weekly short , clips on the Parsha and that will reveal my identity, which I don't have any issues with, as long as it's not related to my other Nick

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 6:50 pm
דורך שלום בית קיגעל
איך וויל קענען מיט האלטן אין מיט טיילן וואס עס גייט פאר אין די יודישע װעלט אין איך האף הנאה צו האבן פון אייך אין איך האף איר װעט הנאה האבן פון מיר איך האב ליב צי זאגןוואס ליגט מיך אויפן הארץ
הצלחה רבה

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 12:20 pm
דורך קייןנאמען
שלום עליכם לכל בית הקאפע
קיין נאמען איז מיין לעצטע ניק, ס'איז בעיקר געניצט געווארן זיך אליין צו לייק'ן ביז ס'עולם האט אנגעהויבן אנקוקען דעם שעפטאל.
נאך די בושות וחרפות פון נעכטען ביינאכט, דעם שרעקליכען גילוי וואס דער זאב נטרף האט שענדליכערהייט געטוהן, האלב ביהמ"ד איז מיך חושד אז כ'בין שעפטאל, עלעך בלייבן מיט דעם ניק דערווייל עד יעבור זעם...
קיין נאמען דארף נישט קיין לייק'ס. ער גלייבט יא אין זיך. ער איז א תמימות'דיגער, א עהרליכער, א היימישער וואס קען שוין אביסל אידיש..
אבער ער איז א פיינער, א גלייכער, ארבעט אין א מאווינג קאמפעני, ווי אויך פארקויפט ער אינשארענס.
קיין גרויסע חידושים קען מען פון עם נישט ערווארטען, פונקט ווי @מעכל די דריטער וואס קומט באלד אהער.

אגב כ'בין אויסדריקלעך נישט @דיכטער און נישט מעכל דער דריטער. נישט יעדער וואס כ'קען איז מיך.