בלאט 174 פון 213
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:29 pm
דורך קלוגע יודל
קלוגע יודל האט געשריבן:ווי קען מען כשר'ן כלים אין בארא פארק דורכ'ן יאר, נישט נאר פאר פסח?
בן אדם האט געשריבן:טעג - 53/New utrecht
גוווט
יעצט צום שאלה, ווי קען מען כשר'ן טעפ א גאנץ יאר?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:16 pm
דורך גליקלעך
איך זיך א שטיקל וואס איך האב דאכט זיך געזען אויף די סייט, ווי איינע פון די שרייבערס לייגט אראפ ווי די אייבערשטער איז נישט געווען צופרידן פונעם לבוש וואס די אידן זענען געגאנגען ביז די לעצטע הונדערט יאר, ביז די באשעפער האט געזען די לבושים וואס מען גייט היינט, האט די באשעפער אפגעאטעמט..
שוין פרובירט צו סירטשן, איך קען עס נישט טרעפן.
איינער קען ארויסהעלפן ביטע?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:24 pm
דורך טאמבל סאס
viewtopic.php?t=10408דאס?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:34 pm
דורך גליקלעך
גראדע אויך נישט שלעכט.. העמיר עס דורכליינען מיט יישב הדעת, ישר כח.
עס מוז אפי' נישט זיין אז איך רעד אפי' פון אן ארטיקל, עס איז מעגליך געווען א קליינע תגובה מיט בערך די ווערטער וואס איך האב אויבן געשריבן, וואס איז מיר זייער געפאלן די געדאנק שבו.
(קען זיין איך מאך א טעות און עס איז נישט געווען דא, איך האב עס נאר געליינט ערגעץ אנדערש?)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:33 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס פיהרט מען נישט איין אין NYC אז די בייקס זאלן פארן די פארקערטע וועג אנטקעגן די קארס?
מאכט זיך דאך אפט אז מען דארף שנעל פארקריווען די קאר אויסצומיידן א דאבל-פארקד קאר וכדומה און מ'קען דאך נישט יעדעס מאל מאכן א שארט-סטאפ און קוקן אינעם בליינד-ספאט. און אפילו סתם אזוי פארן דאך די בייקס היפש ביסל זיג-זעג ביחס צו קארס, אמאל קען מען מיט ממש א מילימעטער אראפקלאפן א בייק. וואלטן ווען די בייקס געקומען אנטקעגן מיר וואלט איך כאטשיג געוואוסט אז זיי געפונען זיך דא און זיי גרינגער געקענט אויסמיידן. וואו איז דעבלאזיא'ס וויזיע נול?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:40 am
דורך נולד מאוחר
יעצט איז פונקט פארקערט אז א ביייק פארט קעגען דו טרעפיק און די קלאפסט אריין און עם אז דאס זיין שולד , אויב פארט מיט די טרעפיק איז ער סעיף.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:49 am
דורך [NAMELESS]
ער איז סעיף פארן געזעץ, אבער נישט פאר זיין געזונט. עולם הפוך ראיתי.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:08 am
דורך החוקר
ריכטיג האט געשריבן:פארוואס פיהרט מען נישט איין אין NYC אז די בייקס זאלן פארן די פארקערטע וועג אנטקעגן די קארס?
מאכט זיך דאך אפט אז מען דארף שנעל פארקריווען די קאר אויסצומיידן א דאבל-פארקד קאר וכדומה און מ'קען דאך נישט יעדעס מאל מאכן א שארט-סטאפ און קוקן אינעם בליינד-ספאט. און אפילו סתם אזוי פארן דאך די בייקס היפש ביסל זיג-זעג ביחס צו קארס, אמאל קען מען מיט ממש א מילימעטער אראפקלאפן א בייק. וואלטן ווען די בייקס געקומען אנטקעגן מיר וואלט איך כאטשיג געוואוסט אז זיי געפונען זיך דא און זיי גרינגער געקענט אויסמיידן. וואו איז דעבלאזיא'ס וויזיע נול?
ריכטיג: עס איז נישט ריכטיג וואס די זאגסט/קלערסט, צוליב עטליכע סיבות.
מען זעהט דיך נישט קומעןווען מענטשן און בעיקר קארס דארפן אריבערגיין אדער זיך איינדרייען אויף אן איינזייטיגע וועג (one way) איז די טבע צו קוקן נאר אויף די זייט ווי מען איז געוואוינט אז עס קען קומען א קאר.
די קענסט נישט זען קיין טראפיק שילדןהיות אלע אנווייזונגען זענען אויף איין זייט קען מען עס נישט ליינען.
העדלייטס וועלן שיינעןדאס איז אויך פשוט.
דרייווער וועלן צומישט ווערןאויב לדוגמא א דרייווער קומט אן צו א שמאל פלאץ ווי עס איז נישט דא גענוג פלאץ פאר א קאר און א בייק, קען די קאר זיך פארשטייטערן צום זעלבן שנעלקייט ווי די בייק, כדי נישט אריינצוהאקן, אויב אבער קומט די בייק אנטקעגן און עס איז נישט דא קיין צייט זיך אפצושטעלן, פאסירט אן אומגליק.
צום לעצט, זאכן פאסירן שנעלערלכאורה אויפן ערשטן סיבה קען מען זאגן אז די פראבלעם קען זיין ביי פיסגייער אויך. איז די סיבה אז אלעס פאסירט שנעל, אויב לדוגמא א קאר פארט אויף 40 און ער קלאפט אריין אין א בייק וואס פארט אויף 20, איז זעץ אויף 20, ווייל דאס איז די חילוק, משא"כ אז די בייק קומט אנטקעגן וואלט געווען די זעץ 60, די זעלבע זאך וואלט אלעס פאסירט אין א דריטל די צייט וואלט געווען ווייניגער צייט צו רעאגירן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:44 am
דורך [NAMELESS]
דיינע ערשטע צוויי נקודות זענען דאך אפען פאר טויש. די דריטע האב איך נישט פארשטאנען.
די פערטע נקודה (אויב איך פארשטיי עס גוט) איז די תירוץ פשוט: רוב פוסגייער/ביציקל עקסידענטן פאסירן דאך ווייל מ'פארזעהט זיי מאיזה סיבה שהיא, ווען א בייק קומט אנטקעגן פארזעהט מען איהם נישט, זהו. משא"כ די מצב ווי ס'איז יעצט אז די בייקס קריכן אינעם בליינדספאט מה הועילו חכמים מיטן טענה אז דער דרייווער קען פארן שטייטער? ער זעהט דאך איהם נישט?
די פינפטע נקודה איז די תשובה כנ"ל, ועוד איז דען טאקע די סברא מען זאל גיכער צולאזן א סך עקסידענען אבי מען זאל נישט דארפן מורא האבן פון דעם איין סארט שרעקליכע עקסידענט (וואס פאסירט זעלטן, כנ"ל)?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:44 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:42 am
דורך טמיר
פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
טמיר האט געשריבן:פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?
זיי דארפען יא, (אויב מען לייגט אריין)
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:26 pm
דורך טמיר
קוק דא
https://www.google.com/search?q=the+tru ... 8&oe=utf-8בקיצור, קאמערשעל אראנדזש דזשוס גייט דורך א פראסעס "deaeration" -דאס איז חוץ די פעסטערייז פראססעס- וואס נעמט ארויס די אקסעדזשין פון די זאפט און מאכט עס טעם'לאז און עקלדיג. שפעטער לייגט מען אריין ארטיפישעל "טעיסט פעקס" צו נאכמאכן די טעם פון ארגינעלע אראנדזש דזשוס. למעשה בלייבט נישט פון די ארגינעלע אראנדזשעס נישט די פלעיוואר און נישט די נוטרישענס.
דאס אלעס איז נישט קיין טעאריעס אדער קאנספעראציעס, נאר קלארע פאקטן פון אומצאליגע מקורות.
אגב, איך מיין אז מיט גרעיפדזשוס טוט מען די זעלבע זאך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 4:26 pm
דורך איך אויך
פשוט אזוי. ווי אזוי מיינסטו קען קדם טעיסטן חודש נאך חודש יאר נאך יאר פונקט די זעלבע טעיסט און ווען די קויפסט טרויבן טעיסט עס יעדע מאל אנדערש? געהערט מפי א בעל מכשיר וואס טוהט דאס טעגליך.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 5:53 pm
דורך החוקר
סי. בי. סי. האט געהאט א שוי דערוועגן
https://youtu.be/8e4CEm9yybo
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 6:09 pm
דורך החוקר
טמיר האט געשריבן:פארוואס דארפן נישט אראנדזש דזשוס מאנופעקטשערעס שרייבן אויפן לעיבל אז מען לייגט אריין פלעיווארס?
יעצט צו ענטפערן די פראגע, היות די פלעיוואר ווערט אויך געמאכט פון אראנדזשעס דארפף מען נישט שרייבן אז מען האט "צוגעלייגט" עפעס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 3:08 pm
דורך מפוזרי
מיש-נייעס האט געשריבן:ווייסט עמיצער צו עס איז דא א אידישע ווארט "מעשניק"
און אויב יא וואס די באדייט דערפון איז
יישר כח
מה-יעשהניק =ליידיג-גייער
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 12:40 am
דורך שמעקעדיג
גאווערנער קאומא האט לעצטנס באשלאסן צו טוישן א גרויסע חלק פון די ניו יארק טאלל בודקעס צו 'קעשלעסס' - ד.ה. עס וועלן נישט זיין מער קיינע קעש ליניעס, נאר עלעקטראנישע ליניעס. מען וועט באצאלן דורכ'ן אי.זי.פעסס, אדער וועט דער קאמפיוטער כאפן א בילד פונעם קאר און נאכשיקן א בילל אויף דער פאסט. דערווייל איז דער וואשינגטאן בריק נישט צווישן די וועלכע גייען זיך טוישן. אבער וואס איך וויל וויסן, פאר די וואס נוצן קאר-פול, ווי אזוי וועט די עלעקטראנישע מאשינקע וויסן דערפון?
די גאנצע זאך שמעקט אייגענטליך נישט צו גוט. פארשידענע פראבלעמען קען פאסירן פון דעם איבערגאנג, כאטש כו"ע מודי אז דאס איז דער צוקונפט. גיט למשל א קוק דא
http://reason.com/blog/2016/12/28/new-y ... rogram-a-r
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 6:17 am
דורך מיר'ער בחור
פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:43 am
דורך שלום על ישראל
מיר'ער בחור האט געשריבן:פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?
עס איז פארהאן עטליכע סיבות מ'דארף בכלל ווארטן. אגב, ביז בערך 80 יאהר צוריק פלעגט מען איינשווערן דעם נייעם פרעזידענט ערשט אין מארטש.
פארגעס נישט: די אישו אז נישט [נאָר] אז דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט קען קוים ווארטן צו כאפן דעם שטוהל, נאר די גאנצע פעדעראלע רעגירונג פונקציאָנירט נישט געהעריג מיטן ארויסגייענדיגע פוילע קאטשע (lame duck) פרעזידענט, און ס'איז א שאד די געווארט. די וויילע ווערט אנגערופן "Secession Winter". זעה
דא.
די
צענטער פאר קאנסטיטוציענאלע פאראנטווארטלעכקייט שרייבט אז עס פלעגט אמאל נעמען אסאך לענגער צו צוזאמנעמען און ציילן די שטימעס פון אלע שטאַטען, און דערפאר מען קודם געמאכט א לענגערע וואַרט, און שפעטער פארקורצערט ווען באנען און אויטאמאבילן זענען אריין אין באנוץ.
אסאך טענה'ן אז מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען עס נאך מער פארקורצערן צו בלויז טעג, אבער אנדערע טענה'ן אז עס פעלט יא אויס אביסל פאוואליע. אין די יאהר 2000 - און אויך היי יאהר - האט מען געזעהן די מעלה פון האבן אביסל צייט זיך צו מסדר זיין מיט פראבלעמאטישע שטאַטן און איבערציילונגען. ווי אויך דארף דער ניי-ערוויילטער פרעזידענט אביסל צייט זיך צו לערנען די א"ב פון די פאזיציע (חוץ טראמפ וואס האלט אז צייט-פארברענגעריי).
למעשה ווערט די איינשווערונג צערעמאָניע אדורכגעפירט מיט גרויס פאמפע, און דאס נעמט צייט צו פלאנירן. כ'רעד נישט פון די לאגיסטישע פלאנירונגען (ווי ראדני פארענטשעס און סאנדעל'ס מייקס...), ווייל דאס קען מען אנהייבן פאר מ'ווייס ווער עס איז דער ערווילטער קאנדידאט. כ'רעד פון ווער עס וועט רעדן, די רעדעס, און אפילו ווער עס וועט זיין אויף די אויספלאנירונג וועד. קיין וויץ.
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:45 pm
דורך סקרן
פארוואס ווען מען דריקט אויף אקטיווע אשכולות קומט נישט ארויף די צימעס אשכולות?
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז געווען וואלן דערוועגן, נמנו וגמרו אז עס זאל נישט ערשיינען
viewtopic.php?f=4&t=1045דא רעדט מען שוין אביסל דערוועגן
viewtopic.php?p=25748#p25748
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 6:43 pm
דורך מיש-נייעס
פארוואס זינגט מען ביי יעדע חתונה ממש יעדע... מען הייבט אן עוד ישמע און נאכדעם ישיש עליך, איך פארשטיי אז די ווערטער זענען די מערסטע פאסיג אזוי אנצוהייבן א חתונה אבער עס מאכט נישט קיין סענץ ממש ווי א הלכה למשה מסיני