בלאט 174 פון 179

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:21 pm
דורך היום
א פרוי האט פסח'דיג געמאכט איר קלאזעט און ארויסגענומען אלע קליידער וואס זי נוצט שוין נישט מער.
זי בעט איר מאן, טראג עס אריבער צום גמ"ח,
זאגט ער "ביסט זיכער? ס'איז גאנץ א גרויסע טירחה, קען מען עס פשוט אוועקווארפן"?
"נע" זאגט זי, "ס'איז א שאד, ס'איז דא ארימע און הינגעריגע וואס קענען הנאה האבן פון דעם".
"איך גלייב נישט" ענטפערט ער, "איינער וואס קען ניצן דיין סייז איז זיכער נישט הונגעריג"...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 6:16 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א איד קומט צום רבי'ן און טוהט זיך אויף אז ער האט זיך געקויפט א חלקה אין ארץ ישראל.

און וואס איז מיטן רבי'ן? פרעגט ער

איך וועל ליגען דא אין חוץ לארץ ענטפערט דער רבי ווייל עס ווערט געברענגט אין זוהר הק' אז צדיקים וועליכע ווערען בגראבען אין חוץ לארץ קומען מלאכים און פירען זיי אויף ארץ ישראל.

פארוואס פרעגט ווייטער דער איד דארף דער רבי מטריח זיין די מלאכים מיטן איהם נעמען אויף ארץ ישראל?

עס איז נישט קיין טירחה ענטפערט דער רבי. ווייל דער זוהר זאגט אויך אז די וועליכע ליגען אין ארץ ישראל און זענען נישט ראוי דערצו קומען מלאכים און פירן זיי אויף חוץ לארץ... איז די זעלבע מלאכים וועליכע גייען דיר צוריק ברענגען אויף חוץ לארץ וועלען אויפ'ן וועג צוריק מיר מיט נעמען

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.

איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!

ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:37 pm
דורך ראדני
צוויי רעבעס זענען געזיצען אויבן אן און מען האט געסערווט אייסקרים, ווייזט איין רבי מיט דער האנט פארן סערווער אז ער דארף נישט, זאגט עים דער אנדערער רבי מען וועט אונז ביידע שמייסען מיך פאר תאווה און דיך פאר גאווה

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:21 am
דורך ראדני
אין כעלם איז געוועהן א איד ביים נאמען משה איינמאל איז ער געפארען קיין לעמבערג, און מען האט עים גערופן עולה צו זיין צי די תורה און מען האט עים געפרעגן זיין נאמען האט ער געזאגט ער הייסט יענקל, און די גבאי רופט אויס יעמוד ר׳ יענקל שלישי, און אונזער ר׳ משה גייט און איז עולה כאילו ער הייסט טאקע יענקל.
שוין ר׳ משה פאר צוריק קיין כעלם און ער טוט זיך אויף פאר אלע זיינע פרענדס אז ער האט איינגערעדט גאנץ לעמבערג אז ער הייסט יענקל

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:53 am
דורך שמן למאור
פארוואס באהאלט די פרוי די צען ברעקלעך פאר בדיקת חמץ?

ווייל מען וויל אז זי זאל קענען שפירן ווי זי האט אויך עפעס געטון פאר פסח...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:56 am
דורך שמן למאור
מען האט אנגעטראגן פאר איינעם א נייע פאסטן, אז ער זאל ארבעטן אין פארקויפן שפיגלעך.

האט ער גאזאגט:

I can see myself doing it...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:59 am
דורך שמן למאור
מען האט אנגעפרעגט ר' מאיר צוויבל שליט"א וואס ער האט צו זאגן איבער די גאנצע דרשו זאך.

האט ער געזאגט, איך ווייס נישט צופיל, אזוי פיל ווייס איך אז ביי מנחה אויף א תענית הייבט זיך אן די הפטורה מיט דרשו, און עס ענדיגט זיך מיט מגן דוד, רח"ל...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:13 am
דורך היום
שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:53 am פארוואס באהאלט די פרוי די צען ברעקלעך פאר בדיקת חמץ?

ווייל מען וויל אז זי זאל קענען שפירן ווי זי האט אויך עפעס געטון פאר פסח...
גוט גוט
מיין באבע פלעגט זאגן פארוואס פארברענט מען די בדיקת חמץ סעט?.
ווייל אויב נאך וואכן ארבעט פון די פרוי קומט א מאן אהיים און הייבט אהן בודק זיין נאך איר ארבעט, אפשר האט זי עפעס פארזעהן, אויסגעלאזט, איבערגעלאזט…
און ווער רעדט שוין פון די שמחה ווען ער טרעפט טאקע עפעס…
אה״נ אז דאס איז דער מצווה, אבער ס׳קומט זיך פאר די סעט צו פארברענט ווערן…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:15 am
דורך שמעקעדיג
מוז נישט זיין אמת, זי האט פשוט גערעדט פון ווייטאג...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:18 am
דורך היום
שמעקעדיג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:15 am מוז נישט זיין אמת, זי האט פשוט גערעדט פון ווייטאג...
כמובן.
אבער זי פלעגט עס זאגן מיט אזא שמייכל…
כאילו דאס ווארט אליינס איז שוין די נקמה…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:51 am
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.

איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!

ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.

דאכט זיך מיר אז די אוהב ישראל, נישט רבי מאיר'ל

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:10 pm
דורך משה רבקש
סאו דער אויסגעטראכטע מעשה איז נישט געשעהן ביי ר'מאיר'ל, נאר ביים אוהב ישראל?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:23 pm
דורך היימלינד
נישט אויסגעטראכט
לאמיר זיך האלטן צו מילתא דבדיחותא

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:20 pm
דורך היום
האב איך געלייזט א סייענס סטאדי, ווי עס שטעלט זיך ארויס קלאר, אז די אלע וואס האבן געהאט דאס מויל אפען בשעת׳ן קוקען אויף די זון מיט די ליקוי חמה גלעזער, האבן בעסער געזעהן ווי די אנדערע…

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:37 pm
דורך ראדני
ס׳אמאל געוועהן א ירושלימער ער האט געוואלט דערקלערן פארן עולם אז ער האלט נישט פון די בחירות האט ער געלייגט א גרויסער סיין ביי זיין הויז ״איך מיט מיין ווייב וואוטען נישט״

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
ראדני האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:37 pm ס׳אנאל געוועהן א ירושלימער ער האט געוואלט דערקלערן פארן עולם אז ער האלט נישט פון די בחירות האט ער געלייגט א גרויסער סיין ביי זיין הויז ״איך מיט מיין ווייב וואוטען נישט״
שטימען נישט, כצ"ל, והבן

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:56 pm
דורך berlbalaguleh
היימלינד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:51 am
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:01 pm אויף דעם איז דאך דא די באקאנטע מעשה פון סאטמאר'ע רבי זצ"ל. ער האט נישט געהאלטן פון די אלע מעשיות וואס מ'פארציילט איבער צדיקים וועלכע זענען עפ"י רוב נישט אמת. ער פלעגט פארציילן 2 אזעלכע מעשיות וואס ער האט געהאלטן זענען אויסגעטראכט.

איינס פון די מעשיות איז איבער ר' מאיר'ל אפטער וואס האט אייביג געוואלט ליגן אין ארץ ישראל לאחר פטירתו, אבער למעשה האט איהם די חברא קדישא באגראבן אין די שטאט אפטא. פארציילן די חסידים אז מ'האט איין טאג געטראפן זיין קבר ליידיג און היינט ליגט ער אין טבריה. וויאזוי איז דאס געשעהן? זאגן די חסידים אז מלאכים האבן גענומען זיין הייליגן גוף און געפלויגן קיין טבריה, ווען זיי זענען אנגעקומען צו די בית החיים איז דער טויער געווען פארשפארט. האבן זיי אויפגעוועקט דעם שומר און ער האט געברענגט די שליסל און אויפגעשפארט. עד כאן הסיפור. זאגט דער סאטמאר רב, איך פארשטיי נישט... די מלאכים האבן געקענט פליען פון אפטא ביז טבריה און זיי האבן נישט געקענט איבערפליען דעם טויער פון בית החיים...!

ער האט געוואלט אויפווייזן דעם אבסורד פון די אלע נישט געשטויגענע מעשיות מיט די מופתים.
דאכט זיך מיר אז די אוהב ישראל נישט רבי מאיר'ל
מעגליך אז יא: איך האב עס געליינט פון ר' מאיר'ל.

מאי קא משמע לן? וואס לאזט ער מיך הערן? אז ס'זענען געווען 2 אפטער רעבעס.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 5:43 pm
דורך היום
א מאן קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, זעהט די גאנצע שטוב פארט אויף רעדער, די שאפעס זענען אויסגעפאקט, די גראסערי ארדער איז נאך איינגעפאקט, פסח'דיג מאכן האלט נאך אינערגעץ נישט, בקיצור, א מעסס...

פרעגט ער זיין ווייב, "איך פארשטיי נישט, דו גייסט דאך נישט ארבעטן, דו האסט דא צוגעשטעלט שמאטעס מיט זייף גענוג, שאפעס און גארביטש בעגס, אלעס וואס דו דארפסט, קענסט מיר מסביר זיין וואס טוסטו דא א גאנצן טאג"?

פרעגט זי עהם צוריק: דו ביסט שוין ארויס צום ארבעט 8'טע אינדערפרי, דו קומסט נישט אהיים פאר 7 אזייגער, קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו קענסט נישט מאכן גענוג געלט אז אונז זאלן קענען אוועקפארן אויף פסח? וואס טוסטו דארט אגאנצן טאג?...

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 6:51 pm
דורך משה רבקש

א מוסלומענער אויף טוויטער איז מקנא אונזער לופהאולס.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:32 pm
דורך ראדני
אמשינאווע רבי זאגט יעצט ברוח קדשו אז ס׳גייט זיין א ערדציטערניש לעצטע וואך פרייטאג.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:37 am
דורך פאלאצ'ינטא
ראדני האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:37 pm צוויי רעבעס זענען געזיצען אויבן אן און מען האט געסערווט אייסקרים, ווייזט איין רבי מיט דער האנט פארן סערווער אז ער דארף נישט, זאגט עים דער אנדערער רבי מען וועט אונז ביידע שמייסען מיך פאר תאווה און דיך פאר גאווה

דאס דערמאנט פון די מעשה ווען צוויי רעבנים זענען געזעצען צוזאמען ביי א קבלת פנים. רופט זיך אן איינער פון זיי שטילערהייט...

זיי מוחל געב אהער יענע שטיקעל 7 לעיער קעיק.

זאגט דער אנדערער... דאס איז דער לעצטער שטיקל, איך האב שוין געלייגט אן אויג אויף דעם,

אין די קומענדיגע אויסגאבעס מיט אלע בילדער איז דא דער בילד פון די צוויי מיט'ן טיטול בסוד שיח שרפי קודש

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:11 am
דורך שמן למאור
דער עולם טענה'ט אז די ליקוי חמה גלעזער קען מען אויך ניצן צו קוקן אויף די כוהנים ביים דוכענען...