בלאט 175 פון 213
א מזל טוב און א מזל טוב...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 6:48 pm
דורך מיש-נייעס
וואס איז פשט פון די ניגון ובכן צדיקים וכו' וכו' א מזל טוב און א מזל טוב. וואסערע שפרך איז דאס? גריכיש? א מזל טוב און א מזל טוב, אדער אפשר איז עס אין מיט א י' איין מזל טוב אייינגעפאקט "אין" א צווייטע מזל טוב
און אויב איז דאס נישט גענוג, שוין... איינער האט געמאכט א ניגון עס איז איהם אזוי אויסגעקומען צו זינגן, אבער איך זעה עס זענען שוין דא נייע ניגונים מיט די ווערטער, כאילו עס וואלט געווען א פסוק: א מזל טוב און א מזל טוב...
בדרך הלצה האב איך שוין געהערט, אז דאס איז א חסורי מיחסרא והכי קתני א מזל טוב פאר'ן רבי'ן און (פאר'ן ברודער וואס קען זיך נישט באטייליגן מחמת איבה טוט מען אויך וואונטשן) א מזל טוב...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:24 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 11:45 pm
דורך החוקר
כ'פארשטיי נישט, וואס ווילסטו וויסן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 6:57 am
דורך גרויסע מענטשעלע
פארוואס איז עס נישט עפראווד ? מה בין קאווע שטובע ל..... ?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:25 am
דורך mevakesh
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט עפראווד ? מה בין קאווע שטובע ל..... ?
וואס פארשטייסטו נישט?
קאווע שטיבל איז דער עיקר פראבלעם פונעם אינטערנעט קיינעם גייט נישט אהן אז דו קוקסט שמיץ אדרבא באד דיך אין שמיץ אבער גיי אין שפאן
נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:55 am
דורך אפשר
כ [tag]מבקש[/tag] ועוד לקרא, לכאורה קען זאגן אז אילו לא משומר אלא משום הא דיינו. די גרעסטע פראבלעם פון די אויטאריטעטן איז אזאנע פלעצער ווי קאווע שטיבל, ווי אחים לדעה זיצן צוזאמען און מ'שמועסט אויס מיט א אפענע מיינד כל מיני ענינים. די אלע אנדערע ב"ש איז נישט קיין פראבלעם אפילו.
לולי דמסתפינא וואלט איך אפילו געזאגט אז משומר בלאקירט ניטאמאל שמוץ ווייל עס איז קיינעמס פראבלעם אז מענטשן וואונדערן אויפן געוועב אויף די xxx סייטס.
הבן כי קצרתי מאוד
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 10:45 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קען זיי ס׳שוין דא א אשכול איבער דעם. אויב יא ביטע לינקען. וועלכע זאלץ/כעמיקאל וועט נישט שאדען מאכען פאר קאנקריט ווען מ׳ניצט עס ביי א שניי?
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:01 pm
דורך שלום על ישראל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:קען זיי ס׳שוין דא א אשכול איבער דעם. אויב יא ביטע לינקען. וועלכע זאלץ/כעמיקאל וועט נישט שאדען מאכען פאר קאנקריט ווען מ׳ניצט עס ביי א שניי?
לויט ווי כ'פארשטיי, איז עס
OxyChem calcium chloride.
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:31 pm
דורך רשכבהג
Sodium cloride. זייער שעדליך
Calcium chloride אביסעל שעדליך.
Potassium chloride נישט שעדליך אבער ארבייט נישט אזוי גיט ווען ס׳זייער קאלט.
Magnesium chloride נישט שעדליך אבער ארבעט נישט אזוי גיט ווען ס׳זייער קאלט.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2017 11:56 pm
דורך קלוגע יודל
שמעקעדיג האט געשריבן:גאווערנער קאומא האט לעצטנס באשלאסן צו טוישן א גרויסע חלק פון די ניו יארק טאלל בודקעס צו 'קעשלעסס' - ד.ה. עס וועלן נישט זיין מער קיינע קעש ליניעס, נאר עלעקטראנישע ליניעס. מען וועט באצאלן דורכ'ן אי.זי.פעסס, אדער וועט דער קאמפיוטער כאפן א בילד פונעם קאר און נאכשיקן א בילל אויף דער פאסט. דערווייל איז דער וואשינגטאן בריק נישט צווישן די וועלכע גייען זיך טוישן. אבער וואס איך וויל וויסן, פאר די וואס נוצן קאר-פול, ווי אזוי וועט די עלעקטראנישע מאשינקע וויסן דערפון?
די גאנצע זאך שמעקט אייגענטליך נישט צו גוט. פארשידענע פראבלעמען קען פאסירן פון דעם איבערגאנג, כאטש כו"ע מודי אז דאס איז דער צוקונפט. גיט למשל א קוק דא
http://reason.com/blog/2016/12/28/new-y ... rogram-a-r
יענער קייט וואסער. יא איינער מיט א סוספענדירטע לייסענס באלאנגט נישט צו זיין אויפ'ן ראוד, נישט קיין נפקא מינה ווי 'לאו אינקאם' ער איז.
אפשר גאר איז דאס איינער פון די מעלות פון די קעשלעס טאללס.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:04 am
דורך קלוגע יודל
מיר'ער בחור האט געשריבן:פארוואס ווערט די נייע פרעזידענט יר"ה איינגעשוואוירען ערשט אינעם צוואנציגסטען פארוואס נישט january 1 ?
פארוואס מאכט מען נישט אז די ארויסגייענדיגע פרעזידענט (lame duck president) זאל נישט קענען טוהן דראסטישע שריט נאך די וואלן אן זיך אדורך רעדן מיט די פרעזידענט עלעקט?
א שטייגער ווי אבאמא האט אונז אנגעמאכט מיט כמה וכמה ענינים. למשל די UN רעזאלוציע וועגן מדינת ישראל, אדער ווי אסר'ן לעולמי עד צו גראבן פאר אויל און געוויסע געגענטער.
דאס איז אזעלכע זאכן וואס איז זייער קאנטראווערסיאל און ער וויל עס נישט מאכן אויב זיין פארטיי געווינט, אבער אויב די פרעזידענט'ס פארטיי האט שוין ממילא פארלוירן, וועט ער טיילן פליקעס פון רעכטס צו לינקס.
איז דאס נארמאל? עס וואלט געדארפט זיין א סטאטוס קווא אויף אלע זאכן בי די פרעזידענט עלעקט ווערט פרעזידענט, און אויף פרישע ענינים מוז זיך די פרעזידענט איבער שמועסן מיט די פרעזידענט עלעקט.
די עולם וויל דיך שוין נישט האבן פאר פרעזידענט, איז ווי אזוי קענסטו טוהן אזעלעכע דראסטישע שריט???
איך ווייס נישט פארוואס עס ווערט בכלל גערופן lame duck, ער טוט דא זאכן וואס ער וואלט קיינמאל נישט געטון און ער איז נאך א lame duck????
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 12:22 am
דורך החוקר
זייער פשוט, ווייל עס נישטא ווער עס זאל עס איינפירן. ממה נפשך, דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט וויל נישט ווייל ער וויל טאקע יא די מאכט, און דער אריינקומענדיגער וויל דאך נישט דערלייגן טאמער דארף ער אויסניצן די געלעגנהייט, כשיבא יומו.
א בחינה ווי טראמפ וועט נישט טוישן יעצט די עלעקטארל קאלעדזש, הגם ער האט עס אראפגעריסן ווען ראמני האט פארלוירן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:08 pm
דורך ישראל גלויבער
וואס מיינט א פילם פעסטיוואל?
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:16 pm
דורך איך אויך
א פילם מיינט א פילם און א פעסטיוול מיינט א פעסטיוול.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:46 pm
דורך ישראל גלויבער
כ'זע אז מנשה לוסטיג האט געמאכט א פילם פאר א פעסטיוואל, וואס מיינט עס
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:49 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:58 pm
דורך ווייל אזוי
ישראל גלויבער האט געשריבן:כ'זע אז מנשה לוסטיג האט געמאכט א פילם פאר א פעסטיוואל, וואס מיינט עס
א פעסטיוואל איז אזוי ווי א שאו ס'קומט פאר יעדע יאר ווי מ'שפילט אויף אסאך פילם'ס, יעדער שיקט אריין וואס ער האט און זיי קלויבן אויס פון יעדע קאטעגאריע דראמע, הומער, אא"וו די פאר בעסטע, און מ'שפילט עס אויף במשך פון אפאר טעג און מענטשן פון טיאטער'ס קענען קומען זעהן און דינגען, קויפן און מאכן ביזנעס.
מנשה לוסטיג האט געעקט אויף א מאווי וואס שפילט אויס א אידישע לעבן און ס'איז אנגעקומען צו זיין ביי די פעסטיוואל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:47 pm
דורך ישראל גלויבער
ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 9:06 pm
דורך ווייל אזוי
ישראל גלויבער האט געשריבן:ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע
איך מיין אין אמעריקע.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:22 pm
דורך ישראל גלויבער
ווייל אזוי האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע
איך מיין אין אמעריקע.
איין פלאץ שטייט אין יוטה און איין פלאץ זאגט אין בערלין. גיי ווייס
נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 12:03 am
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:כ'זע אז מנשה לוסטיג האט געמאכט א פילם פאר א פעסטיוואל, וואס מיינט עס
די פילם'ס דיסקריפציע:
Deep in the heart of New York's ultra-orthodox Hasidic Jewish community, Menashe, a kind, hapless grocery store clerk, struggles to make ends meet and responsibly parent his young son, Rieven, following his wife Leah's death. Tradition prohibits Menashe from raising his son alone, so Rieven's strict uncle adopts him, leaving Menashe heartbroken. Meanwhile, though Menashe seems to bungle every challenge in his path, his rabbi grants him one special week with Rieven before Leah's memorial. It's his chance to prove himself a suitable man of faith and fatherhood, and restore respect among his doubters.
Performed entirely in Yiddish, the colloquial language of the Hasidic community, Menashe uses intimate, handheld camerawork to drop us inside and humanize a hermetically sealed world of black-hatted, working-class men debating in crowded shuls or seeking counsel in the rabbi's library. And yet Menashe is in many ways an outsider in this tight-knit circle, as he bucks convention and ruffles feathers to stay true to himself.
וואס מיינט דאס?
following his wife Leah's death. Tradition prohibits Menashe from raising his son alone,
וועלכע טראדישן איז דאס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 12:08 am
דורך [NAMELESS]
ישראל גלויבער האט געשריבן:ווייל אזוי האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:ווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע
איך מיין אין אמעריקע.
איין פלאץ שטייט אין יוטה און איין פלאץ זאגט אין בערלין. גיי ווייס
עס קומט פאהר עטלעכע גרויסע פילם פעסטיוואלן יערליך, די Sundance film festival ווי די מנשה פילם גייט שפילן צום ערשטן מאל קומט פאר אין יוטה, און אין בערלין קומט פאהר א אנדערע גרויסע אינטערנאציאנאלע פילם פעסטיוואל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:19 am
דורך ישראל גלויבער
איך זע שוין, ס'גייט שפילן אין ביידע פלעצער, אין יוטא - וואס איז די גרעסטע סינעמא אין אמעריקא, און אין בערלין, וואס איז די גרעסטע סינעמא אין דער וועלט. וואו! דאס איז א דערגרייכונג..