בלאט 176 פון 213

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 9:15 am
דורך [NAMELESS]
ווער קען בעסער ענגליש, אבאמא אדער טראמפ?

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 9:32 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:ווער קען בעסער ענגליש, אבאמא אדער טראמפ?


טראמפ זאגט אז ער קען אלעס בעסער! אפילו זאכן וואס ער אליינס איז מודה אז ער קען נישט דאך איז ער אייביג בעסער ווי יענעם, אויב פארשטייט ער נישט עפעס פרעגט ער איוואנקא, פרעג אים אליינס, ער וועט דיר אלעס זאגן אדער טוויטן אינמיטן די נאכט.

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 2:17 pm
דורך גליקלעך
איז ביי ענגליש שייך אזא זאך, אז מען זאל אויפוואקסען דערמיט פערציג פופציג יאר, און איינער זאל עס נישט אזוי גוט קענען ווי דעם צווייטען?

כ'מיין ביי אידיש קען מען זיכער נישט פרעגן ווער עס קען עס בעסער, צו שמואל שלמה טעללער אדער סקווירא רבי, איז דאס ביי ענגליש אנדערש צוליב די היי ווערטער?

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 4:45 pm
דורך berlbalaguleh
גליקלעך: איך האלט אז הרב שמואל שלמה טעללער קען בעסער רעדן אידיש ווי די סקווירא רעבע שליט"טא. פשוט. די רעבע זאגט אייביג אז ער וועיסט נישט...! און א רעבע וואס וועיסט נישט וויל איך נישט האבן. איך וויל גיין צו א רעבי'ן וואס ער וועיסט יא. ווייל אויב די רעבע וועיסט קעינמאל, גארנישט איז ער דאך אייניג מיט'ן באלאגאלעה. וועלכער וועיסט אויכעט כמעט גארנישט. אויסער צו איינשפאנען די פערד (טיעמסטער) און זיי שמייסן אז זיי זאללן פארן שנעללער...!... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
מיין שאלה האט זיך אנגעהויבן ווייל לעצטענס האב איך אביסל מיטגעהאלטן די טוויטער מעסעדזשעס פון די נייעם קעניג אונזערן, און כ'האב באמערקט אז א געוויסע ווארט איז נישט געווען געספעלט אזוי ווי די אנגענומענע מסורה ביז היינטצוטאגס (עוד בתקופת הפרעזידענטען), נאר נאכ'ן מאכן אביסל רעסערטש האב איך טאקע געזען אז ס'איז נישט נאר איין ווארט נאר עטליכע ווערטער און ס'איז שוין א שטיקל מדובר דערוועגן.

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס פליען מיט א סטאפ איז ביליגער ווי א נאן-סטאפ פלייט?

צב.ש. איך וויל פארן א נסיעה קיין ארץ ישראל. א דירעקטע פלייט מיט למשל דעלטא וועט מיר קאסטן בערך $1,200 (ווענדט זיך אין די צייט פון יאר), אבער פארן מיט א סטאפ אין יוראפ וועט מיר שפארן א 3-400 דאלער.

לכאורה מיטן שכל מאכט עס נישט קיין סענס. לדוגמא איך פאר מיט בריטיש און איך סטאפ אין לאנדאן פאר עטליכע שעה - קאסט עס עקסטער אראפצונעמען מיינע געפעק און עס טראנספערירן צום קומענדיגן פלייט; דער נעקסטער פלייט דארף ווערן צוגערישט; מען באצאלט באזונדער פאר אנדערע פילאטן און סטוארדעס; עס קאסט מער געז זיך נאכאמאל צו הייבן; ע"פ רוב גיבט מען נאך א מיעל; און סוף כל סוף פלי איך מער שעות ווי אויף א דירעקטן פלייט. לויט מיין קאפ דארף א עירליין דערלייגן געלט פון אזא נסיעה מיט א סטאפ.

עם איי מיססינג סאמטינג?

כאטש אפאר ניקס האבן מיר שוין געענטפערט, האב איך דא געפינען א תשובה קלאר און דייטליך.

http://crankyflier.com/2012/01/03/why-d ... sk-cranky/

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:22 pm
דורך סקרן
ווי אזוי קען מען Download א קליפ פון יוטוב?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:36 pm
דורך ביליג

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:24 pm
דורך גר ותושב
וואס איז די מצב אין פלארידע מען איז נאך חושש אויפן זיקא וויירעס? דער עולם פארט אדער נישט?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 1:10 am
דורך גליקלעך
די מצב פון זיקא ווייס איך נישט, אבער צו דער עולם פארט, קען איך אייך ענטפערן, יא דער ציבור פארט אין גרויסן
איך בין פאריגע וואך געווען אין עירפארט אויפפיקן מיינס א קרוב וואס איז צירוקגעקומען פון פלארידע, און יענע פלייט אליין איז פול געווען מיט היימישע אידן.

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 1:23 am
דורך שמעון וואלף
נישט גאנץ פלארידא איז אנגעשטעקט מיט זיקא, בלויז מיאמי קאנטי. פארט לאדערדעיל, באקע רעטאן, פאלם ביעטש ועוד איז נישטא קיין זיקא. פאר מענטשן וואס זענען נישט פרוכטבאר (אלץ עידזש אדער בורט קאנטראל) איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אפילו טאמער ווערט מען אנגעשטעקט מיט די וויירוס איז עס נישט ספעציעל שעדליך, העכסטנס שפירט מען זיך נישט גוט פאר א וואך צוויי, אבער נישט מער.
מ'דארף אבער נעמען אין אכט אז די וויירוס קען זיך געפינען אין די ספערם פון א מאן ביז א יאר. טאמער פלאנט מען אראפ צו גיין פון בורט קאנטראל אין א יאר, קען עס זיין שעדליך

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
טאמער פארט מען יא קיין מיאמי קען מען זיך טעסטן צו זעהן אויב מ'איז געווארן אנגעשטעקט מיט זיקא. אזא טעסט קאסט בערך $750 און אסאך אישורענס קאמפאניס דעקן עס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:48 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:איז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.


ס'העלפט גאנץ גוט פאר די מאחרים לצא"ת...

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 10:16 pm
דורך ונבנתה העיר
א רוצח במזיד שחייב מיתה מיינט איינער וועלכער האט געוואלט הרג'ענען, אדער איז גענוג אז ער האט געוואלט געבן דעם קלאפ פון וואס יענער איז געשטארבן? [ס'דארף אודאי זיין מכה שיש בה כדי להמית וכו'].

במושכל ראשון, און דאכציך אז כ"ה אין די סעקולערע געזעץ, איז דער דגוש צי ער האט געוואלט הרג'ענען. לערנענדיג חו"ר [משפטים] האביך אבער געהאט כמה דיוקים כצד ב'.

לדוגמא: רש"י ברענגט א מיעוט אויף א רופא, א רב, און א טאטע שהרגו.

עני אינפאו?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:12 pm
דורך דעת תורה
אז ער האט נישט געוואלט הארגענען איז דאך עס נישט ערגער פון א נתכוון להרוג את זה והרג את חבירו. און אפי' למאן דמחייב, איז עכ"פ געווען א כוונת הריגה. (הגם לויט דעם מ"ד קען מען שוין עכ"פ זאגן אז נתכוין להרוג איז לאו דוקא און די כוונה איז נתכוין להכות).

אבער דו ביסט לכאורה גערעכט אז די משמעות הפסוקים אין משפטים איז לכאורה אנדערש. ווי מ'זעהט פון דעם אדון המכה את עבדו וואס איז נארמאלערהייט נישט מיט א כוונה צו הרג'ענען.

לעומת זה די פסוקים אין פ' מסעי מיין איך צייגן קלאר אז עס מוז זיין 'אינטענט' צו הרג'ענען.

דאס איז פארשטייט זיך אלעס א געססינג געים, די תשובה איז איין גוגל סערטש אוועק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:49 am
דורך איש חזון
ווען ווערט ווינטער לויט פעסט האנטער אויף קול מבשר?

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:54 pm
דורך [NAMELESS]
צו GB האלט טאקע אז זייערע סעילס וועט זיך הייבן מיט די בעיבישע עקלהאפטיגע רשעות'דיגע אקט קעגן זייערע אומגעבוירע קאמפעטישן גלויבער'ס.
אדער פשוט גייען זיי זעלבסטמארד תמות נפשי עם פלישתים...

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 2:45 pm
דורך קלוגע יודל
וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:30 pm
דורך שבת אחים
קלוגע יודל האט געשריבן:וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?


אפשר ווייל ס׳האט א שאלישאדעס גערוך, ס׳הערשט דארט א געמישטע ריח פון איימיטצוויבל מיט איבערגענעכטיגטע חרוסות וואס מ׳האט געגעסן יוכ״פּ קטן נאך כפרות שלאגן פאר מנחה, ... שרעקליך...

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 6:46 pm
דורך מומחה
פרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 8:19 pm
דורך קורקלענד
מומחה האט געשריבן:פרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure

די אמת'ע תירוץ קען נאך וויסן די בעל השטיבל. אבער איך בין משער אז ס'געווען צי קאמפליצירט אויפצושטעלן די וועבזייַטל מיט ענקריפּשאַן. ס'וואלט טאקע געדארפט זיין מער פארזיכערט מיט ענקריפּשאַן אבער למעשה איז די ריסק דא נישט אזוי גרויס סייווי.