בלאט 178 פון 213

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 7:51 pm
דורך קורקלענד
אויב זעקס און ניינציג פראצענט האבן לעלא'ס דאן איז אובער מיט קאר סערוויס'ס מערסטנס פיר פראצענט. פאר פיר פראצענט לוינט זיך נישט צו מאכן א עקסטערע עסק. אבער צוריק צו דיר. וואס פונקטליך ווילסטו וויסן?

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: ווען מ'זאל מאכן א פאלל וועט מען זעהן אז 99.5% פון די באפעלקערונג פון בארא פארק זענען פון די 4% פון שבת אחים. גם אני בתוכם. בתוך עמי אנכי יושב...!

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:15 pm
דורך וואלווי
איך פיל מיך ווי א גר מיט א לייסענס פלעיט וואס האט 3 alphabets אויף די לינקע זייט און 4 נומבערס אויף די לינקע זייט אלס רענדאם אן קיין רמזים און צו אלע בושות איז מיין קאר נאך שווארץ ווי מ'זאגט בלעק אן בלעק. צומאל פארשטעק איך נאך מאך מיין פנים מ'זאל נישט זען ווער דער לוזער איז ...

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:54 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: לא ירדתי לסוף דעתך (אפילו לתחילת דעתך לא עליתי) מיט די רמזים און די 4 אוןן 3 נאמבערס. אבער איין זאך איז זיכער. די קאליר פון א קאר וואס מ'באשטעלט איז נישט אזוי ווי די געבורט פון א קינד וואס דער מענטש ווייסט נישט צו ס'איז א יונגל אדער א מיידל ביז לאחר המעשה.אויב ער דארף מאכן א שלום זכר אדער געבן א קידוש. נאר די קאליר פון א קאר קענמען זיך אליינס אויסוועהלן ביים דילער. איך האב שוין געהאט רויטע , גרינע און בלויע קארס. אבער די יעצטיגע קאליר איז ב"ה זייער שיין צוגעפאסט. ממש אזוי ווי כ'האב געוואלט. לייט גרעי. מער זאג איך נישט מפני חשש גילוי. ווייל דאמאלס קען איך שוין אויסזאגן מיין לייסנס פלעיט נאמבער אויך...!

נשלח: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:58 pm
דורך קורקלענד
גרעי אן גרעי?

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:43 am
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, וואס פארשטייט איר נישט? א געווענליכע נ.י. פלעיטס האט 3 אלפאבעטן און 4 נומערן דערנאך. פשוטו כמשמעו.

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:12 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: ווען מ'זאל מאכן א פאלל וועט מען זעהן אז 99.5% פון די באפעלקערונג פון בארא פארק זענען פון די 4% פון שבת אחים. גם אני בתוכם. בתוך עמי אנכי יושב...!


אה! הייסט עס ענק שטייען מיט ענקער קאלקעילעיטארס אינדורסן גרייט על כל צרה שלא תבוא?, הער איך! ס׳שטימט נישט??? און אז א פראסטע גנב, פא.י גרעבער- שיכור דרייט זיך ארום מיט די אמעריקאנע נוקליועאר קודס דעס שטימט דיר יא????, ער שלעפט עס נאך מיט יעדע פינף מינוט צו די אלע סטופיד גאולפינג באאללן ווי ער טרעפט זיך צוזאמען מיט זיינע רייכע פרוצים, זיינע שותפים, אדורכצורעדן די דיטעילס וויאזוי מגייט באראבעווען די המון עם און אוועקנעמען דאס ביסן פון די ארימלייט בשעת ער פישט דיימאנטען.

און דער נער דא טאנצט נאך יחי המלך! יא יא....!!!

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 2:11 am
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:גרעי אן גרעי?

קורקלענד: גרעי אן בלעק. בלעק אינטיריער...!
גארדזשעס...!

נשלח: דינסטאג אפריל 04, 2017 12:11 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: לא ירדתי לסוף דעתך (אפילו לתחילת דעתך לא עליתי) מיט די רמזים און די 4 אוןן 3 נאמבערס. אבער איין זאך איז זיכער. די קאליר פון א קאר וואס מ'באשטעלט איז נישט אזוי ווי די געבורט פון א קינד וואס דער מענטש ווייסט נישט צו ס'איז א יונגל אדער א מיידל ביז לאחר המעשה.אויב ער דארף מאכן א שלום זכר אדער געבן א קידוש. נאר די קאליר פון א קאר קענמען זיך אליינס אויסוועהלן ביים דילער. איך האב שוין געהאט רויטע , גרינע און בלויע קארס. אבער די יעצטיגע קאליר איז ב"ה זייער שיין צוגעפאסט. ממש אזוי ווי כ'האב געוואלט. לייט גרעי. מער זאג איך נישט מפני חשש גילוי. ווייל דאמאלס קען איך שוין אויסזאגן מיין לייסנס פלעיט נאמבער אויך...!


כ'שטעל מיך פאר אז די גרינע איז געווען אין די sixties די רויטע אין די seventies די בלוי אין די eighties וכו'. אונז מיינען אמאל אז בערעלע איז א פארצייטישער, קיינמאל נישט. ער האט אייביג געהאט די רייסערישע קאלירען און געדרייווט אין סטייעל!

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 1:45 pm
דורך ווייל אזוי
וועלכע נארמאלע מענטש מאכט אויף 8 ניק'ס אין ווייניגער פון 10 מינוט?

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 2:46 pm
דורך קורקלענד
וואס פאלט אייך ביי מען רעדט פון א נארמאלע מענטש?

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 4:45 pm
דורך געוואלדיג
עס איז לכאורה אנדערע מענטשן וואס זענען באשטעטיגט געווארן אין די זעלבע מינוט.

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2017 7:09 pm
דורך ווייל אזוי
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז לכאורה אנדערע מענטשן וואס זענען באשטעטיגט געווארן אין די זעלבע מינוט.


יעצט שטימט עס שוין.
נישט געוויסט א מנהל דארף באשטעטיגן יעדע נייע ניק....

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 3:07 am
דורך וואלווי
די hot air dryers אין פאבליק בית כסא'ס טריקענט טאקע? אדער ס'איז full of hot air.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 11:50 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי:דו האסט א ברירה דו קענסט אויסטרייען. למשל אין שומר שבת אויף 13 און 53 אין בארא פארק. אז דו ביסט שוין דארט קענסטו אריינכאפן א קדושה וברכו. נישט קיין חילוק ווי שפעט אין טאג דו קומסט. ס'זענען אלעמאל דא עשרה בטלנים (אדער עפעס אנדערש) וועלכע האלטן אינמיטן דאווענען. אויך א געשמאקע קאווע און א סענדוויטש. און אז ס'איז נדבה ליבך קענסטו עפעס מנדב זיין פאר בדק הבית. אדער טועם זיין פון טשולנט. דאס איז ר' ישעיה'לע קערעסטירער'ס גאסט הויז דא אין אמעריקע. נאכמער. ס'איז די אידישע יונייטעד נעישאנס. דו קענסט דארט טרעפן שלעפערס פון אלע עטנישע גרופס. אשכנזי'שע, ספרדי'שע, חסידי'שע און מאדערנע. ביזנעסלייט. אדער די וועלכע פאנטאזירן אז זיי זענען ביזנעסלייט. איין גרופ האלט נאך ביי שחרית אדער מוסף. און די צווייטע גרופ מאכט שוין הכנות צו דאווענען מנחה. נאר איין ווארט פון ווארנונג. ווער ס'דאוונט מנחה בזמן מנחה גדולה און ער זאגט נישט קיין תחנון. און ר' משה מעצגער, דער גבאי, משמש, מכניס אורח, און סתם בעל גמילות חסדים כאפט איהם ביי די מעשה, איז אחת דתו...! ס'איז ערגער ווי פארן א קאר אום שבת קודש. אדער ח"ו עסן חמץ אום פסח...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2017 9:17 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
שבת איז אויך דא מנינים יעדע פאר מינוט דארט?

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 1:26 am
דורך שמעון וואלף
נישט ממש יעדע פאר מינוט אבער ס'זענען דא כסדר מנינים

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 7:47 am
דורך מאטל שניידער
וואלווי האט געשריבן:די hot air dryers אין פאבליק בית כסא'ס טריקענט טאקע? אדער ס'איז full of hot air.

שוין לאנג געטענהט מברויך מאכן אזעלכע טרוקענען שטיבלעך מיט די פענס פון אלע זייטן אין מקוה פאר די וואס יאגן זיך אריין אין ארויס דו ביזט טריקן

Sent from my LG-D486 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 11:18 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב אזוי ווי וועט מען הערן נייעס

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 3:58 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס רופט דעם רמב"ם "הרב המורה".
1) מלשון מורה הוראה?
2) בעל מחבר מורה נבוכים?
ווער וואט מטבע געווען דעם כינוי, איז עס כדי צו מאכן א לעזונג פאר די רמב"ן רמב"ם פראגע?

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 5:46 pm
דורך וואלווי
מן הסתם זענען בימים ההם געווען אזעלעכע "מעוררים" וואס האבן געהאלטן ס'איז נישט פאסיג די נאמען נבוכים וועגען חקירות וכדו', האבן זיי א נאמען געגעבן הרב המורה. עפעס אזוי ווי דער איד שפילט אויס גאנץ בראד ווען זיי שרייבן אגו"י אנשטאטס אגודת ישראל.

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 5:51 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ווייל דאמאלס וואלטן זיי געדארפט צו שרייבן "אגודת ישראל" אין קוואוטעישן מארקס, אדער שרייבן די פארדרייטע, פאררוקטע ציונים אשר בדו מליבם הטמא את השם הקדוש אגודת ישראל...! און הרב שמואל שלמה טעללער שליט"ע אויך די זעלבע...!

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 6:24 pm
דורך קאווע טרינקער
א נארמאלע תירוץ, איינער?