בלאט 179 פון 213
נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער: אויב די שאלה איז געווען פארוואס דער איד שרייבט אגו"י מיט ראשי תיבות. קען מעגליך זיין אז מיט יארן צוריק איז דאס געווען א טייפסעטינג פראבלעם. אז די ווארט איז אויסגעקומען כמעט ביי דעם סוף שורה. און דאס האט געלייזט די פראבלעם. נאך פאר די תקופה פון קאמפיוטערייזד טייפסעטטינג...!
נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל ער האט מורה געהאט פונ'ם באשעפער.
נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 9:08 pm
דורך חמלה גדולה
איך מיין אז נאר און באצוג מיט מורא נבוכים ווערט ער גערפון אזוי
נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 10:41 pm
דורך קאווע טרינקער
בן אדם האט געשריבן:ווייל ער האט מורה געהאט פונ'ם באשעפער.
מורא איז נישט מורה.
נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
לשון נופל על לשון
גיפטיגע שלענג
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:21 pm
דורך שמעקעדיג
עס געפינען זיך באמת גרויסע גיפטיגע שלענג ארום קרית יואל?
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:25 pm
דורך וואלווי
ר' ישעי'לע איז מאווינג אפ אין לייף
לויט די ווערטער פונ'ם וואדרידזשער רב "ר' ישעי'לע איז אמאל געווען אן עקסטערמינעיטאר, דערנאך א קעיטערער, כעת א הערפעטאלאדזשיסט"...
רומער העס איט אז ער עפענט מוסדות אין מאנסי. צווישען די פילע מעלות האבן די אדווערטייזערס געטראפן פאר אומנויטיג צו ארויסברענגען אז מ'וועט סערווירען נארהאפטיגע מאלצייטען..
נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 9:00 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:עס געפינען זיך באמת גרויסע גיפטיגע שלענג ארום קרית יואל?
.
דער אינגערמאן איז דאך ממש א גוי.
די גמרא זאגט אז א איד האט נישט חרטה פון געבן צדקה לשם א צוועק וואס פאלט דורך, און א גוי יא.
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 3:18 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:ר' ישעי'לע איז מאווינג אפ אין לייף
לויט די ווערטער פונ'ם וואדרידזשער רב "ר' ישעי'לע איז אמאל געווען אן עקסטערמינעיטאר, דערנאך א קעיטערער, כעת א הערפעטאלאדזשיסט"...
רומער העס איט אז ער עפענט מוסדות אין מאנסי. צווישען די פילע מעלות האבן די אדווערטייזערס געטראפן פאר אומנויטיג צו ארויסברענגען אז מ'וועט סערווירען נארהאפטיגע מאלצייטען..
וואלווי: איך גלייב נישט אז דער וואודרידזשער רב האט עס געזאגט מיט דעם לשון. ווייל אויב יא, איז עס א בושה וחרפה. און בזיון פון א צדיק אמת. אפילו ער האט געוואלט ארויסברענגען א נקודה...ווייל ווען מ'גייט נאך די אמת'ע פאקטן זעהט מען אז די גאנצע זאך מיט די לעגענדעס איז פאלש. מענטשן מאכן חוזק אז ווען מ'האט מייז, לייגט מען די פיקטשער פון ר' ישעי'הלע און דאס העלפט (אדער יא. אדער נישט.). די אמת'ע פאקטן ארום די לעגענדע זענען אז ס'איז געווען א איד א קערעסטירער חסיד וועלכער האט געהאט א מאגאזין פון ווייץ. און די מייז האבן זיך אריינגעכאפט און אנגעמאכט גרויס שאדן. איז ער געקומען צו ר' ישעיה'לע און זיך באקלאגט. האט איהם ר' ישעיה'לע געזאגט אז ער זאלל לייגן זיין בילד. און דאס האט געהאלפן. און ער איז פטור געווארן פון די מייז. אבער ס'איז געווען נאר דעם איינמאל. און די ברכה פון צדיק האט געהאלפן. נישט די פיקטשער. און ווען מענטשן לייגן סתם די פיקטשער איז עס נישט מער ווי א דזשאוק. און ס'איז מסתבר אז ס'העלפט נישט. און אנצורופן דעם צדיק מיט אזא בזיונ'דיגן נאמען איז א חרפה און בושה. נאר איך גלייב נישט אז ער האט עס געזאגט...! דאס זאגן נאר א פאר לצים...!
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 7:27 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
גראדע איז די סגולה בדוק ומנוסה
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 8:34 pm
דורך גראף
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גראדע איז די סגולה בדוק ומנוסה
טאקע?! אין קעמפ פלעגט מען הענגן דער בילד און די מייז זענען געבליבן. אין דער אפיס הענגט דער צדיק'ס בילד און דער מייז מיט ראטן זענען געבליבן ביז דער עקסטירמענעיטער האט גענומען זיין געלט. אבער א איד דארף לעבן מיט אמונה.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:גראדע איז די סגולה בדוק ומנוסה
יא: דאס. צוזאמען מיט אן עקסטערמינעיטער אדער מייס פרופער..!
איך האב דאך קלאר געליינט אין די מקורות פון סיפורי ר' ישעי'ה לע קערעסטירער, אזוי ווי כ'האב אויבן געברענגט...און די איבריגע איז ליצנות...!
איך וועל דיר זאגן אז איך האב אליינס געזעהן אין א סטאר אין בארא פארק אויף די 13'טע עוועניו. וואו ס'איז געהאנגען א פיקטשער פון ר' ישעי'הלע קערעסטירער. און א מייזעלע האטציך שיין שפאצירט איבער דעם גאנצן שטח...!
נשלח: זונטאג מאי 21, 2017 11:31 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ר' ישעי'לע איז מאווינג אפ אין לייף
לויט די ווערטער פונ'ם וואדרידזשער רב "ר' ישעי'לע איז אמאל געווען אן עקסטערמינעיטאר, דערנאך א קעיטערער, כעת א הערפעטאלאדזשיסט"...
רומער העס איט אז ער עפענט מוסדות אין מאנסי. צווישען די פילע מעלות האבן די אדווערטייזערס געטראפן פאר אומנויטיג צו ארויסברענגען אז מ'וועט סערווירען נארהאפטיגע מאלצייטען..
וואלווי: איך גלייב נישט אז דער וואודרידזשער רב האט עס געזאגט מיט דעם לשון. ווייל אויב יא, איז עס א בושה וחרפה.
ר' בערל, איך גלייב אויך נישט אז וואודרידזשער רב האט עס געזאגט, והא ראי', אז ס'איז געווען היימיש געבאקען גראד ארויס פון מיין קיבארד בשעת'ן טייפ'ן...
כ'האב נאר ציגעלייגט די לעצטע פאזיציע בשעת'ן שרייבן. די איבעריגע האט הרב אביגדור אונגער נאך געשריבען בשמו פונ'ם וואודרידזשער רב אין די לעצטע וועקער אויסגאבע.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 12:00 am
דורך אייז קריעם
איך האב געפרעגט דעם ספרים געשעפט צו די בילדער ארבעטן, זאגט ער, "איך קען דיר נישט זאגן וועגן מייז אבער פאר מיר ארבעט דאס זיכער איך האב שוין געמאכט א שיינע פאר אלפים פארקויפנדיג די בילדער"
דערמאנט מיך פון די מעשה ווי איינער שטעלט זיך אוועק ביים וואסער מיט פייפערס וואס העלפט כאפן פיש. יעדע פאר מינט האט ער פארקויפט נאך איינס. נאכמיטאג גייט אדורך אן אלטער יודל פרעגט ער אים "זאג נאר, וויפיל פיש האסטו שוין געכאפט מיט דעם פייפער? זאגט אים יענער מיט דיר וועט זיין צוואנציג..."
דער בילד האט שוין געכאפט א שיינע פאר טאלער פאר די מפיצים..
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 12:59 am
דורך וואלווי
ווי קען מען יעצט גיין אין ניו יארק סיטי האקען אויף אלע באקען אז ס'זאל פלאצען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אין סיי וועלכן כשר'ן רעסטאראנט אין ברוקלין, קווינס אדער מאנהעטן. און דו זאלסט אינזין האבן בשעת אכילה. און אפילו ארויסזאגן מיט'ן מויל. הריני אוכל לא להנאת גופי אלא למצות בוראי. ולעילוי נשמת הרה"ק ר' ישעיה'לע מ'קערעסטיר זי"ע...! און דו זאלסט אריינהאקן א גוטן סטעיק... מיט א ביר...!
נשלח: פרייטאג מאי 26, 2017 1:53 am
דורך שמעון וואלף
בערל, היינט האמיר שוין א נייע נוסח וואס צו זאגן ביים עסן פיש פון ווערעצקי-פישתי רבי
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 9:47 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 10:08 am
דורך ציבעלע-קיגל
שמעון וואלף האט געשריבן:בערל, היינט האמיר שוין א נייע נוסח וואס צו זאגן ביים עסן פיש פון ווערעצקי-פישתי רבי
דאס איז נאר ביי גרויסע אידן...
(יא, דאס בייכל זיינער קומט פון עסען לכבוד השי"ת)
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 11:35 am
דורך יעלה ויבא
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???
ראש ישיבת מאור יצחק במאנסי.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 2:39 am
דורך שמעקעדיג
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???
זעט אויס ביסט נישט געווען ביים כינוס כלל ישראל.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2017 11:42 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
שמעקעדיג האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:געזען א דרשה פון הרב אפרים וואקסמאן שליט״א אבער כ׳האב קיינמאל נישט געהערט פון איהם ביפאר. ווייסט איינער ווער דאס איז. איז ער א רב אדער א ראש ישיבה???
זעט אויס ביסט נישט געווען ביים כינוס כלל ישראל.
ניין כ'בין נישט געווען דארט
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: מוצ"ש יוני 10, 2017 10:25 pm
דורך ביליג
ווער איז דער יצחק שטערן ???