בלאט 19 פון 20

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:57 pm
דורך וואלווי
דיכטער האט געשריבן:רעדענדיג איבער דעם טיעון הכוזרי איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען וויאזוי דוד גאטליב פארמאליזירט עס מיט זיין פרינציפאל וואס ער רופט דער כוזרי פרינציפאל.
דוד גאטליעב איז ווערד אן אשכול פאר זיך

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:15 pm
דורך סקעפטיקער
וואלווי האט געשריבן: דוד גאטליעב איז ווערד אן אשכול פאר זיך
אדער נישט

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:17 pm
דורך סקעפטיקער
דיכטער האט געשריבן:רעדענדיג איבער דעם טיעון הכוזרי איז אינטערעסאנט אראפצוברענגען וויאזוי דוד גאטליב פארמאליזירט עס מיט זיין פרינציפאל וואס ער רופט דער כוזרי פרינציפאל.

ער טענה'ט אז א געשעעניש וואס לאזט איבער באווייזן קען נאר ווערן אפגעפרעגט טאמער ווייסט מען פון ענליכע געשעענישן וואס מענטשן האבן געגלייבט אבער איז שפעטער אויפגעוויזן געווארן צו זיין פיקטיוו. אבער טאמער האט מען א געשעעניש וואס האט איבערגעלאזט גענוג באווייזן עס פעסט-צושטעלן אבער מען קען עס נישט פארגלייכן צו א געשעעניש מיט ענליכע באווייזן וואס איז קלאהר אויפגעוויזן געווארן צו זיין פאלטש, דאן מוז מען עס אננעמען אלס ווירקליך ביז עס וועט קלאהר אויפגעוויזן ווערן אז עס איז פאלטש, וואס דאן וועט עס זיין על הכלל כולו יצא.

דאס הייסט אז ווען עפעס ווערט אנגעגעבן אלס געשען קוקט מען נאך די באווייזן. טאמער זענען זיי גענוג קלאהר קען מען אננעמען דער זאך אלס געשען, אבער טאמער ווייסט זיך אויף שפעטער אז די געשעעניש האט זיכער נישט פאסירט, דאן ווערן אלע הוכחות און ראיות וועלכע זענען גענוצט געווארן אויף צו באשטעטיגן דער געשעעניש, אומווירקזאם און מען וועט שוין נישט קענען מער נוצן די ראיות אויף צו באשטעטיגן אנדערע, ענליכע געשעענישן.

קומט אויס אז ווען עס פאסירט X און די באווייז איז Y און דאן פאסירט A און דער באווייז איז אויך Y, טאמער וועט זיך אויפווייזן פון אן אנדערע פלאץ אז A האט נישט פאסירט, דאן וועט X אויך ווערן מוטל בספק ווייל זיין ראיה האט זיך אויפגעוויזן צו זיין אומפארלעסליך, אבער ווילאנג Y אלס ראיה, האט זיך נאך נישט פארפאטשקעט, קען מען אננעמען מיט א רואיגקייט אז X האט פאסירט, באזירט אויף די ראיה וואס Y שלאגט פאר.

אין דעם פאל איז דער הוכחה פון קאלעקטיווע עדות'שאפט נאך קיינמאל אין היסטאריע נישט אויפגעוויזן געווארן צו זיין אומפארלעסליך.

אפשר איז דאס וואס דער פסוק זאגט אין דברים ד לב.
https://www.reddit.com/r/exjew/wiki/cou ... er_nations

נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:19 pm
דורך וואלווי
סקעפטיקער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן: דוד גאטליעב איז ווערד אן אשכול פאר זיך
אדער נישט
דאס אליינס אז ס'איז יא אדער נישט ווערד, איז זעלבסט ווערד...

די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:38 am
דורך אנאנאמיס
א טענה אויף די כוזרי וואס כ׳האב נאכנישט געזעהן ברענגען.

לאמיתו של דבר איז די כוזרי טענה אפילו נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו כמבואר באר היטיב אין דיע אשכול אבער כיהודה ועוד לקרא.

לאמיר זאגן אז ס׳איז נישט מעגליך איינצורעדן א פאלק אז זי האבן געזעהן עפעס וואס איז נישט געשעהן.

אונז גלויביגע אידן ווייסען אז אמאל איז געוועהן א דבר מצוי די מושג פון כישוף; איז א פשוטע קשיא אפשר טאקע איז געוועהן א מתן תורה פאר 600,00 פון אונזערע עלטערן מיט קולות וברקים, גלוי השכינה און אותות ומופתים. אבער אפשר איז אלעס געוועהן א כישוף גע׳מאכט געווארן דורך איינע פון די טויזענטע כישוף מאכערס פון יענע צייטען!

א מעמד מתן תורה איז געוועהן, אבער א ראיה אויף אידישקייט/גאט איז דאס נישט!

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 3:40 am
דורך שמן למאור
אנאנאמיס האט געשריבן:א טענה אויף די כוזרי וואס כ׳האב נאכנישט געזעהן ברענגען.

לאמיתו של דבר איז די כוזרי טענה אפילו נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו כמבואר באר היטיב אין דיע אשכול אבער כיהודה ועוד לקרא.

לאמיר זאגן אז ס׳איז נישט מעגליך איינצורעדן א פאלק אז זי האבן געזעהן עפעס וואס איז נישט געשעהן.

אונז גלויביגע אידן ווייסען אז אמאל איז געוועהן א דבר מצוי די מושג פון כישוף; איז א פשוטע קשיא אפשר טאקע איז געוועהן א מתן תורה פאר 600,00 פון אונזערע עלטערן מיט קולות וברקים, גלוי השכינה און אותות ומופתים. אבער אפשר איז אלעס געוועהן א כישוף גע׳מאכט געווארן דורך איינע פון די טויזענטע כישוף מאכערס פון יענע צייטען!

א מעמד מתן תורה איז געוועהן, אבער א ראיה אויף אידישקייט/גאט איז דאס נישט!
אין אנדערע ווערטער, אפשר איז משה רבינו געווען א גרויסע כישוף מאכער...?

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 3:50 am
דורך שערי יושר
וואו. אפשר איז די אלע ניסים און מתן תורה געווען כישוף פון משה בן עמרם צי קאנטראלירן די בני ישראל... און אפשר איז ער אינגאנצן נישט געווען א זון פון עמרם... חס ושלום

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 8:13 am
דורך דיכטער
לאמיר עס אראפלייגן אזוי:
דער כוזרי ארגומענט איז זיכער נישט אומשטאנד און עס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט צו פארפליכטן (מחייב צו זיין) א מענטש, צו נעמען אויף זיך דער עול התורה והמצוה. אויף דעם איז דא נאר איינער וואס קען עס טון און דאס איז דער מענטש אליין.
דער ארגומענט איז ריין א געצייג, נוצליך אויסשלוסליך פאר היסטארישע צוועקן. צו דען דאס אז א מענטשן נעמט אן אז עפעס איז געשען, טוט אנדייטן א היסטארישע פאקט אדער נישט.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 9:37 am
דורך חדשים
דיכטער האט געשריבן:לאמיר עס אראפלייגן אזוי:
דער כוזרי ארגומענט איז זיכער נישט אומשטאנד און עס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט צו פארפליכטן (מחייב צו זיין) א מענטש, צו נעמען אויף זיך דער עול התורה והמצוה. אויף דעם איז דא נאר איינער וואס קען עס טון און דאס איז דער מענטש אליין.
דער ארגומענט איז ריין א געצייג, נוצליך אויסשלוסליך פאר היסטארישע צוועקן. צו דען דאס אז א מענטשן נעמט אן אז עפעס איז געשען, טוט אנדייטן א היסטארישע פאקט אדער נישט.
זיי דיר מסביר, די כוזרי אליינס נוצט דאס נישט פאר א ארגומענט צו מחייב זיין די מענטש לעול התורה והמצוות?
און וואס האט דיין צווייטע נקודה א שייכות מיט די כוזרי?
און וואס איז די סברא צו זאגן, אז ווען מענטשן נעמען אן אז עפעס איז געשען, איז עס א היסטארישע פאקט?

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 2:20 pm
דורך דיכטער
1) דער כוזרי נוצט עס אין קאנטעקסט אויפצואווייזן דער אויבערהאנט וואס די אידישע אמונה האט קעגן די אנדערע אמונות ווי נצרות און איסלם. (דאס אז עס איז דא א באשעפער פרובירט ער אויפצואווייזן, פאר דעם און מחייב זיין קען ער פרובירן ביז איבער מארגן, צו א איד זאל נעמען זיין טלית בייטל אונטערן ארעם ווען ער שטייט אויף צופרי און אריין גיין אין בית מדרש דאווענען, דאס פארבלייבט זיין אייגענע באשלוס)

2) איך וויל בלויז ארויסברענגען וואו דער טענה קען יא פרובירן צו זיין בייהילפיג.

3) די סברא איז, דאס וואס דער ארגומענט טענה'ט. וואס דען זענען די באשטאנדנטיילן פאר א היסטארישע פאקט? ווי אזוי ווייסטו אז דער טרויא קריג האט ווירקליך אמאל פאסירט אדער אז דער שעיא דינאסטיע האט אמאל געוועלטיגט אין כינע?

איך וויל נישט מצדד זיין לכאן אדער לכאן, איך זאג בלויז מיין ארעמע מיינונג. וכל הרוצה לחלוק, יבא ויחלוק.

Re: די כוזרי ארגומענט

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 4:50 pm
דורך דיכטער
איך שפיר אז עס הערשט דא עטוואס א געדעכטע לופט, וועל איך עס פרובירן אביסל צו באזעצן.

דאס כוזרי ארגומענט זאגט די פאלגענדע:
"ווען אסאך מענטשן זאגן צוזאמען אז עפעס האט פאסירט איז עס א ראיה אז דער אנגעגעבענע פאסירונג איז זיך ווירקליך פארלאפן און עס איז ווייניגער מסתבר אז עס זאל זיין די איינפאכע פרוכט פון סיי וועמנס פאנטאזיעס. ווי מער מענטשן עס זאגן עדות צו א געשיכטע אלס שטערקער איז דער באווייז עס האט פאסירט אין דער ווירקליכקייט." עכ"ל.

דאס ארגומענט אליין קען פילייכט געשטעלט ווערן אונטער א פראגע צייכן אבער דאן וועט, לענ"ד, אוועקגענומען ווערן א מיטל מיט וועלכע היסטאריקע באנוצן זיך שוין יארן אנצוצייכענען א שטיקל געשיכטע אלס געשען.

- כ'פרעג אזא פראגע, וויאזוי וועט מען וויסן נאך טויזענט יאר ארום אז דער האלאקאוסט האט זיך פאקטיש אפגעשפילט? די גאז צווישן די ווענט אין די קאמערן וועלן פון לאנג האבן אויסגעוועפט און פון די הויפענעס שיך וועלן פארבלייבן נישט מער ווי ברעקלעך שטויב אינעם ברייטן אטמאספער. איז וויאזוי וועט מענטשהייט וויסן אז עס האט פאסירט?

ותו, און נאך מער, שטעל זיך פאר, עפעס גראנדיעז פאסירט אינעם צענטער פון א פארווארפענע, געדעכטע וואלד אן דעם וואס עס זאל איבערלאזן סיי וועלכע עדות נאך זיך, וואלטן מיר דאך נישט געוואוסט אז דער זאך האט אינגאנצן פאסירט. טא מיט וואס האט עס בכלל פאסירט? דאס הייסט, אז צו עפעס האט פאסירט אדער נישט, איז נישט אפהענגיג אין דעם צו עס האט 'טאקע' פאסירט, עס ווענדט זיך בלויז אין וויפיל 'האלטן' אז עס האט פאסירט. (דאס גרעניצט זיך שוין מיט דער פילאסאפיע פון פארגאנגענהייט) -

אם תמצא לומר אז ביז אהער איז דאס ארגומענט ריכטיג, דארף מען יעצט קוקן און זען צו מען קען דאס נוצן אויף פעסטצושטעלן דער אנגעגעבענע אידישע היסטאריע.

טאמער זענען נישט דא קיינע לעכער אין דער אידישע מסורה און מיר ווייסן אז פון היינט ביז ארויף אויפן שפוץ פון בארג סיני זענען די געשיכטעס פארציילט געווארן דורך די מאסן און אנגענומען געווארן ביים פאלק, דאן דארף עס קענען דינען אלס א גוטע ראיה צו דער ווארהייט פון דער טראדיציע.

און דא קומט א שטיל דריי, האלט קאפ.
לאמיר דערווייל גיין מיטן מהלך אז דאס ארגומענט איז ריכטיג. קומט אויס אז וואס א מאסן זאגט איז אנגענומען צו זיין וואר. יעצט, די אידישע טראדיציע זאגט אז עס זענען נישט דא קיינע לעכער אינעם מסורה און עס ציעט זיך א קייט ביז צו דעם דור המדבר. קומט אויס אז דאס ארגומענט נוצט זיך אליינס אויפן וועג אויפצואווייזן מיט דאס אליין, די היסטארישקייט פון דער אידישע טראדיציע.

עס קען וווערן דעבאטירט צו קיינע לעכער זענען נישט פארהאן אינעם טעפיך פון דער אידישע-היסטאריע, פאר זיך אליין.
און אם תמצא לומר אז נישט, צו דען איז דאס ארגומענט גערעכט פונעם ערשטן פלאץ.
און אם תמצא לומר אז דאס ארגומענט איז יא גערעכט און אלס רעזולטאט מוז דער היסטאריע זיין ווירקליך, ווער זאגט אז משה איז געווען א לעגיטימע נביא?
ואם תמצא לומר אז ער איז געווען א לעגיטימע נביא, ווער זאגט אז דער גאנצע מסורה מיינט בכלל עפעס פאר מיר? צוליב דעם וואס מיינע זיידעס האבן אנגענומען א גלויבן זייענדיג אונטער דרוק פונעם הר כגיגית, בין איך פארפליכטעט דערצו? וואספארא רעכטן האבן זיי איבער מיר ארויפצולייגן אויף מיר א רעליגיע?...
מען קען פארלענגערן דער ליסטע פון מעגליכע אם-תמצא-לומר’ס אבער אם כן אין לדבר סוף.

דאס ארגומענט, אזוי ווי דער נאטור פון יעדער ארגומענט, קען ווערן געפארשט און דעבאטירט מיט א רואיגע קאפ און ריינע געוויסן.

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 6:55 pm
דורך חדשים
איך האב נישט יעצט די כוזרי הענדי, באט איך געדענק אז די ראיה גייט אנדערש. וויאזוי קען א מענטש (למשל עזרא) אנקומען און פארציילן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן א פאסירונג און זיי זענען געווען ענקערע זיידעס אינדערצייט וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון. אלא מאי עס איז טאקע אמת.

דאס איז אנדערש ווי דיין ארגומענט און עס האט נישט קיין שייכות צו היסטארישע געצייג. וועגן דעס האב איך מיר געווינדערט וואס דו האסט אויבן געשריבן.

עס קען זיין איך בין ווראנג. איך וואלט עס געוואלט נאכקוקן. איינער האט די פונקטליכע מראי מקום?

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:02 pm
דורך סקעפטיקער
די טענה וואס דיכטער זאגט איז די ווערסיע פון הרב יהושע עינבל, די פראבלעם איז אז לדעתו דארף מען קודם אראפשטעלן אז די תורה איז טאקע געשריבן געווארן דורך משה (אדער עכ"פ אין יענע תקופה) און הערשט נאכדעם איז עס פאררעכנט ווי א היסטארישע זאך וואס האט זיך אפגעשפילט, און לדעתי איז ער שוואך אין אויפוויייזן די נקודה

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 8:10 am
דורך הקטן
סקעפטיקער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן: דוד גאטליעב איז ווערד אן אשכול פאר זיך
אדער נישט
פארוואס נישט?
איז ער די זעלבע וואס איז געוועהן אמאל א באדיסט?

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 10:41 am
דורך סקעפטיקער
הקטן האט געשריבן: פארוואס נישט?
איז ער די זעלבע וואס איז געוועהן אמאל א באדיסט?
It's a free country, אז דו ווילסט עפן

איך ווייס נישט ער זאל האבן געווען א בודהיסט, דא האסטו זיין לעבנס געשיכטע

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 11:05 am
דורך ודברת בם
חדשים האט געשריבן:איך האב נישט יעצט די כוזרי הענדי, באט איך געדענק אז די ראיה גייט אנדערש. וויאזוי קען א מענטש (למשל עזרא) אנקומען און פארציילן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן א פאסירונג און זיי זענען געווען ענקערע זיידעס אינדערצייט וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון. אלא מאי עס איז טאקע אמת.

דאס איז אנדערש ווי דיין ארגומענט און עס האט נישט קיין שייכות צו היסטארישע געצייג. וועגן דעס האב איך מיר געווינדערט וואס דו האסט אויבן געשריבן.

עס קען זיין איך בין ווראנג. איך וואלט עס געוואלט נאכקוקן. איינער האט די פונקטליכע מראי מקום?
לפי הכוזרי וויאזוי קען צענדליגע מיליאנע מענטשען זאגן אז טראמפ האט געווינען די עלעקשען אין 2023 ווען ס'איז די AI אויף די גאס. אזוי גייט עס מיט די עמך מענטשען. מ'זעט עס עין בעין. מ'זאגט נאך די אגענדע מיט א קעלבערנע בלעכענע פנים.

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 11:49 am
דורך הקטן
ודברת בם האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:איך האב נישט יעצט די כוזרי הענדי, באט איך געדענק אז די ראיה גייט אנדערש. וויאזוי קען א מענטש (למשל עזרא) אנקומען און פארציילן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן א פאסירונג און זיי זענען געווען ענקערע זיידעס אינדערצייט וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון. אלא מאי עס איז טאקע אמת.

דאס איז אנדערש ווי דיין ארגומענט און עס האט נישט קיין שייכות צו היסטארישע געצייג. וועגן דעס האב איך מיר געווינדערט וואס דו האסט אויבן געשריבן.

עס קען זיין איך בין ווראנג. איך וואלט עס געוואלט נאכקוקן. איינער האט די פונקטליכע מראי מקום?
לפי הכוזרי וויאזוי קען צענדליגע מיליאנע מענטשען זאגן אז טראמפ האט געווינען די עלעקשען אין 2023 ווען ס'איז די AI אויף די גאס. אזוי גייט עס מיט די עמך מענטשען. מ'זעט עס עין בעין. מ'זאגט נאך די אגענדע מיט א קעלבערנע בלעכענע פנים.
אין הנדון דומה לראיה בכלל - ענד נאט איווען קלאז
יעצט פיגער אויס פארוואס

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:28 pm
דורך קהל'ס נער
הקטן האט געשריבן:
ודברת בם האט געשריבן:
חדשים האט געשריבן:איך האב נישט יעצט די כוזרי הענדי, באט איך געדענק אז די ראיה גייט אנדערש. וויאזוי קען א מענטש (למשל עזרא) אנקומען און פארציילן אז 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן א פאסירונג און זיי זענען געווען ענקערע זיידעס אינדערצייט וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהערט דערפון. אלא מאי עס איז טאקע אמת.

דאס איז אנדערש ווי דיין ארגומענט און עס האט נישט קיין שייכות צו היסטארישע געצייג. וועגן דעס האב איך מיר געווינדערט וואס דו האסט אויבן געשריבן.

עס קען זיין איך בין ווראנג. איך וואלט עס געוואלט נאכקוקן. איינער האט די פונקטליכע מראי מקום?
לפי הכוזרי וויאזוי קען צענדליגע מיליאנע מענטשען זאגן אז טראמפ האט געווינען די עלעקשען אין 2023 ווען ס'איז די AI אויף די גאס. אזוי גייט עס מיט די עמך מענטשען. מ'זעט עס עין בעין. מ'זאגט נאך די אגענדע מיט א קעלבערנע בלעכענע פנים.
אין הנדון דומה לראיה בכלל - ענד נאט איווען קלאז
יעצט פיגער אויס פארוואס
ביטע ערקלערן פארוואס אין הנידן דומה לראיה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:21 pm
דורך קורקלענד
אנדערש ווי מעמד ה'ר סיני איז איז דא עטוואס עווידענס אז טראמפ האט יא געווינען. איך גלויב אז ער האט דאס נישט געוואלט זאגן קלאר פאר א גוטע סיבה. ווייל דער גאנצער אשכול וואלט געווארן טאקסיק מיט פאליטיק און ס'איז נישט אריינגעקומען. און פעטש קומט פאר ודברת פארן טריגגערן אזא נארישע משל און נעמען די ריסק. ער האט געזאלט טרעפן א בעסערע משל. ווייל זיין ארגומענט איז געווען באגרינדעט, אבער זיין משל האט געשטינקען.

.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:56 pm
דורך שמן למאור
די גייסט אויף דעם מהלך, איך האב פארשטאנען פינקט פארקערט...

טראמפ איז זייער אומקלאר וואס איז פארגעגאנגען... ס'נישט ממש שווארץ און ווייס, עס איז דא כלערליי סברות לכאן ולכאן, און פארשידנארטיגע טאלקינג פוינטס וואס מען קען ניצן צו דרייען א קאפ.

יעצט אפילו טראמפ האט טאקע קלאר נישט געוואונען פאר ווער עס קוקט גוט אויף די פאקטן, איז עס אבער גענוג א קאמפלעצירטע זאך און מען קען גרינג מאכן א ווינט און איינרעדן דעם עולם אז ער האט יא געוואנען. מען פרעדיגט אז אין 'א פארמאכטע שטוב' איז פארגעקומען פראוד... און נאך אזאנע ענליכע טענות, און די צוהערערס וואס זענען נישט דארטן געווען קענען עס נישט קלאר אפפרעגן, דערפאר איז טאקע דא אסאך מענטשן וואס גלייבן דערין.

משא"כ מעמד הר סיני איז עפעס וואס איז נישט קיין בלארי נושא... א מענטש קען נישט קומען זאגן פאר 600,000 מענטשן "ענק האבן אלע געזען א מעמד הר סיני" אויב איז עס נישט באמת פארגעקומען... קיינער וועט אים נישט גלייבן. פונקט ווי קיינער וועט נישט קענען איינרעדן דער עולם אז טראמפ האט געוואונען, מיטן טענה אז "דו מיט די גאנצע וועלט האבן דאך קלאר געזען מיט די אייגענע אויגן אז ביידן מיט די גאנצע קאנגרעס מיט סענעט האבן אפען מודה געווען אז זיי האבן דורכגעפירט א מאסיווע שווינדלעריי און נאר אזוי געוואונען"...

אויב האב איך עס נישט געזען דאן קענסטו מיר נישט פארקויפן אז כ'האב עס יא געזען... דו קענסט סך הכול איינרעדן אז 'ווייט פארהוילן פונעם אויג' 'אינטער פארמאכטע טירן' האבן זיי אלע מודה געווען... ס'פשוט נישט דא קיין ווידיאו... און די ריקארדינגס זענען פארלוירן געווארן... וכדומה..

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 7:05 pm
דורך טראמפ...ייטער
מיינע צוויי צענט

קודם כל אני מאמין באמונה שלמה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים....קיינער זאל נישט אויפשפרינגען יא ס'נאך דא....און איך גיי אביסל מסביר זיין אויף וואס מיין אמונה איז געבויעט,

כמו @Nanach און @שמן למאור, און נאך איז מיר נישט אריין און קאפ א מהלך פון גלייבן ווי א שוטה ווייל סשטייט אדער ווייל מיין טאטע איז קליגער ווי מיך , דער נוצרי און ישמעלי האבן דאך קליגע טאטעס און זיידעס סאו מאי שנא זיידע שלי משלהם נאר עס דארף האבן א סענטס על כל פנים די שרשים די שרשים און נאכדעם גלייב איך זאכן וואס איך פארשטיי נישט אדער זאכן וואס גייט זיין , ווי משיח און תחית המתים,
סאו אז סאיז דא א איינציגע גאט איז קלאר ווי ד'טאג צו דעם איז שוין רוב וועלט מסכים, און איך ווייס, סהאט גארנישט מיט אמונה סאיז ידיעה, טאמיר איינער איז מסופק און דעם זאל ער מיך זאגן ווער עס האט דיזיינט זיין קאפ,
יעצט צו די גרויסע טענהריי מיט @זוכער...
די Old Testament איז אמת זענען מודה צוויי ביליאן קריסטן און נאך א בעלאנע ישמעלים זענען מסכים צו די גאנצע השתלשלות פון יציאת מצרים (ווייס נישט ביז ווי) נאר זיי האבן א משיח און זיי האבן א מוחמד
מוז מעו אנקומען צו עפעס א שטערקערע וועג צו באפעסטיגן די ידיעה און אונזער וועג
נישט נאר דאס טאמער איינער קוקט אריין אמתדיג און די טמאנע ביכער זעט מען אז די קריסטן זענען אפי' מודה אז די אידן זענען די עם הנבחר און מתן תורה איז טאקע געווען , סאו בעסיקלי אויב איז מתן תורה נישט געווען האב מיר דא אפגעשאסן די 3 גרעסטע ריליגיעס אין ישקע איז נישט קיין משיח אלעס איז הולע שטותים לשטתם, גאר אסאך זאכן פון אמונה אלע גלויבינגען, זענען זאכן וואס מען קען נישט ברענגען א 100 פראצענטיגע זיכערקייט ראיה און לויט אונז איז דאס טאקע די רצון ה' אז מען זאל אליען צוקומען צום הכרה סתם אויב ווייזט ער דיך קלאר אלעס האסטו נישט קיין בחירה וואס ער וויל, פארוואס איז א צווייטע קשיא

נאר כדי צו גרינגער מאכן אונזער שיינע מסורה איז פאר מיך פינקט גענוג אז עס איז געווען מתן תורה וואס די אנדערע צוויי האבן נישט, נישט יושקע און נישט מחומד האבן געהאט א קבלת הקוראן עס איז פשוט נישט געווען יעצט פארוואס און די וועלט זאל איך דאס גלייבן ווען מיין טאטע האט מיך געזאגט אז ער איז נישט גערעכט
און זיי האבן אפי' דאס נישט אריינגעלייגט און זייער תורה , פאר סאם ריזען אויב איז דאס טאקע אזא שטארקע זאך און מען האט עס געקענט איינרעדן דאן פארוואס האט יושקע דאס נישט איינגערעדט פאר זיינע חברה

יעצט דא קומט אריין די חלק פון אז כלל ישראל האט אייביג געהאט פירערס וואס האבן געפירט די אידישע פאלק און עס איז פשוט אייביג געווען איינער וואס האט מקבל געווען פון א צווייטן , יעצט לענ''ד מעמד הר סיני מיינט נישט אז מיין זיידע האט מיך דאס געזאגט עס מיינט אז די מעשה איז זייער אמתדיג געשריבן ,איך זע נישט אז מען זאל אין יענע צייטן קענען מער איינרעדן מער ווי היינט מען קען נישט מאכן א מעשה וואס זאגט איך בין
און אזוי ווי @זוכער האט געזאגט איז אייביג געווען א מסורה ביי כלל ישראל און די ריזין פארוואס מען האט געדארפט אלעס איבערפרישן איז געווען ווייל מען האט טאקע אנגעהויבן צו פארגעסן ווען מען האט פארטריבן די אידן
און אז לא ידעו את ה' מיינט יראת שמים פונקט ווי פרעה האט פארגעסן פון יוסף מיינט נישט אז יוסף איז נישט געשטויגן און געפלויגן עס מיינט נישט געוואלט וויסן אדער א נייע קעניג, אבער די גאנצע וועלט האט געוויסט פון יוסף
וואס מיינט נשתכח דרך הבעל שם , איינער וויל דא זאגן אז סאטמער רב האט געהאלטן אז דער עולם האלט אז דער גאנצע בעש''ט הקדוש איז א שיינע חלום, יעצט ווען איינער זאגט אז דער און יענער האבן אויפגעשטעלט אידישקייט און אמיריקע מיינט דאס אז אידישקייט האט געהאט א געפ ?, אדער עס מיינט אז מענשטן האבן געהאט שרעקליכע נסוינוית און שמירת התורה והמצות, ?
און דאס איז אייביג געווען און דער אייבערשטער האט אייביג געשיקט איינער זאל ראטעווען זיין פאלק
רבותי איך יאג מיך כל הנ''ל איז בילתי מוגה איך וועל מיך בעסער מסביר זיין בקרוב

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 1:42 pm
דורך טראמפ...ייטער
וואס מיך באדערט פון דע אשכול איז אז , דאס איז לאו דוקא א אידישע אשכול די קריסט מיטן ישמעלי האבן פונקט אזוי צו אריינרעדן דא , רבותי מתן תורה איז אנגענומען ביי יעדעם , פינטל, קיינער קריגט נישט אויף דעם , אויב ביזטו נישט זיכער פרעגט ר'Chatt GPT
אויב איז דא א ארגומענט צו עס איז בכלל געווען דאן פאלט אוועק די יסודות פונעם קריסט און ישמעלי און איד פארשטייט זיך ,
איך קוק עס אן פאר א שטיקל אפפרעג אויף @שמן למאור טענה אז זאגן אז עס געווען מתן תורה איז אמת איז ווייל די תורה אליין זאגט עס , אזוי ווי די רבי וואס האט געהאט גילו אליהו ווייל ער האט אליין געזאגט , אונזער תורה איז נישט נאר אנגענומען פאר
א פאקט ביי אונז אידן עס איז אנגענומען ביים פויפסט אויך,
יעצט את''ל אז מתן תורה איז א איינגערעטע גאלדי לאקס מעשה'לה , און איינער וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט איז געשטארבן (וואס קען נישט זיין במציאות אזוי @שמן למאור ביי טראמפ וואלן )
דאן פארלירן מיר די קריסטן, און די אראבער, און אידן, ופאר מיר איז דאס זייער א שווערע זאך צו אקצעפטירן אז די גאנצע זאך פון אנהויב ביזן סוף איז בלאף,
ווייל פארוואס האבן אלע דריי די זעלבע אנהייב אויב איז אלעס ארויסגעזויגן פון קאפ ארויס, און די קאנפילקט צווישן אידן קריסטין און אראבער איז דורך געווייגט מיט בלוט שוין פאר טויזנטער יאר אין מיט דעם אלעם הייבן זיי אלע אן די זעלבע ,
נאר מיר דארפן דא ברעגען א ראיה אז יושקע מיט מוחמד זענען ליגענערס , וואס אין מיינע אויגן איז בכלל נישט שווער אפפרעגן , נאכאמאל , איך קען נישט אויפווייזן אז אלעס איז געווען 100 פראצענעט
אבער אויב הייבן אלע אן די זעלבע דאן זענען די קריסטין מיט די אראבער מודה בקצת'נקיס נא ווייז אויף אז די ביזט גערעכט ,
איך בין מודה אז די פאקט אז צוויי ביליאן מענטשן קענען זיך ביקן צום צלם איז א חידוש , אבער עס איז נישט ווייל פאר אברהמנען האט אויך די גאנצע וועלט געדינט עבודה זרה סאו ריליגיע איז אייביג געווען געבויעט אויף מענטשן וואס האבן איינגערעדט שטותים ואבלים נאר די פאקט אז מיר האבן די היסטוריה אייניג זאגט מיר אז זיי האבן דאס אויך נישט געקענט לייקענען ,
קען זיין איך בין פארפארן , אבער עס קוקט מיר נישט אויס צו איינער האט אפגעפרעגט די מתן תורה ראיה , אויב וויל איינער זאגן אז עזרה האט דאס פאבראצירט דאן ישמעלי וקריסטי יוכיחו אז זיי האלטן אויך אזוי נו אויפן קריסט קענסטו נישט זאגן אז עזרה האט זיי געמיינט ,
קומט אויס אז עס איז יא אמת , נא אויב אזוי איז מתן תורה יא געווען , סאו יעצט דארף יושקע און מוחמד אויפווייזן אז די תורה האט זיך געטוישט,
און אויפן טענה אז כלל ישראל איז געווען אפגעהאקט איז הולע שטותים קיינמאל איז כלל ישראל נישט געווען אפגהאקט איגאנצן די רמבם האט א ליסט, פונקוטליך ווער עס האט איבערגעגבן די תורה פאר וועם
דאס יא אידן האבן אייביג אן געהאט שרעקליכע נסיוינוית וואס האט געמאכט זייער אסאך מאל מען זאל אפלאזן די גוטע וועגן , עס האט זיך אנגעהויבן אין מדבר און ציט זיך נאך ביז היינט, און דער פירער האט אייביג צירוק אויפגעפרישט די אידישע קינדער צו דינען אונזער באשעפער און אויספאלגן וואס ער הייסט אבער אפגעהאקט נעווער, ווער עס קען הוסטוריה
יעצט אין אדם מוריש שקר לבניו איז א אומבויגזאמע פאקט חוץ א אומגעזינטע פארשוין און עס העלפט אויך ארויס, אבער מיין טאטע האט מיך קיינמאל נישט געזאגט , מיין קינד, זיידי האט מיך געזאגט אז זיידי האט אים געזאגט וכו' וכו' וכו' אז ער איז געשטאנען דארט,נאר ער האט מיך געשיקט און חדר ווי לערענט פון א יום טוב שבועות, וואס מען טוט סעלעברעטן די מעמד וואס איז פארגעקטמען מיט 3000 טויזענט יאר צוריק,
מיין זיידע האט מיך אויך אויסגעלערענט אז איך טאר נישט גיין צום כותל, יעצט דאס איז קלאר איז ער איז נישט קיין ליגענער ער איז פשוט א שוואנץ פון זיין רבין,
און א סקווירער איז א שוואנץ פון זיין רבין , אבער פאר מיר גייט ער זאגן וואס דער ''אמת'' איז,
איך בין בכלל נישט מסכים צום @זוכערס ראיה פון DNA ווייל וואס טוט זיך מיט גאנץ כלל ישראל האבן זיי אויך די זעלבע DNA פיין איז דא גרים אבער 97% וואלט געדארפט זיין די זעלבע, און ביי די קריסט ביזטו זיכער איז נישט קיין DNA ביז יושקע האסט נאך געטשעקט , און וואס האט DNA מיט בייוואז אויף א ריליגיע עס באווייז אויף א מענטש , די ווייזט אז הונדיזאם איז שוין 3500 יאר אלט און זיי האבן נישט קיין DNA,?, אמת זיי זענען נישט פארטריבן געווארן און געווארן צושפרייט און די גאנצע וועלט אבער די חלק פון DNA , ברעגט דיך סאך הכל צירוק צום ערשטן מענטש אבער מהיכי תיתי ער איז גערעכט , און אמת ?

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 4:28 pm
דורך סקעפטיקער
@טראמפ...ייטער דיין ראי' פון קריסטן און מוסלעמנער איז אבסורד, עס איז זייער קלאר ווען די קריסטן און מסולעמענער האבן "אנגענומען" מתן תורה. טויזענעטער יארן שפעטער!