בלאט 19 פון 110
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:11 pm
דורך שעפטל
בד"ה
הרבנית מלכה מייזליש ע"ה (85) אשת יבלחט"א הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א.
לוי' 1:30 ביים ווייטצענע שוהל 549 בעדפארד עוו. וועט קומען למנוחתה אין סאטמארע חלקה אינעם ניו דזשערסי ביה"ח.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:04 am
דורך קאווע טרינקער
דער אשכול שלאפט.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:11 am
דורך אביגדור
ברוך השם. כה יהיה וכה יוסיף.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 9:33 am
דורך outspoken
אמר המשורר (פיוט גלגל המזלות) איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר תכריכין לא יגועון אישים בכל ימי.(רבי אברהם אֶבּן עזרא)
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 10:08 am
דורך אביגדור
outspoken האט געשריבן:אמר המשורר (פיוט גלגל המזלות) איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר תכריכין לא יגועון אישים בכל ימי.(רבי אברהם אֶבּן עזרא)
ער שרייבט אז ווען ער האנדעלט ווען מיט לעכט וואלט דער זון נישט אונטערגעגאנגן...
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 2:49 am
דורך ימי קדם
אויף איינע פון די תלמידי בעש''ט (אויב איינער ווייסט ווער, און א קראנטע מקור, ביטע זייט מיר מזכה דערמיט) וואס פון הימל האט מען געוואלט ער זאל ווערן א רבי, האט מען צוגעפירט אז מיט וואס ער האט געהאנדעלט האט ער נישט מצליח, איז ער געגאנגען האנדלען מיט תכריכים, איז אין זיין שטאט פאר א שטיק צייט קיינער געשטארבען....
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 9:36 am
דורך קאווע טרינקער
בעל שמירת שבת כהלכתה, זצ"ל
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:15 pm
דורך outspoken
BORO PARK: BDE - The Oldest Jewish Woman Chava Rivka Kozak (113) has passed away this morning in Hospital, Levaya 12:30 at Shomrei Hachomos.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 5:06 pm
דורך היימישער ליטוואק
קאווע טרינקער האט געשריבן:בעל שמירת שבת כהלכתה, זצ"ל
זכיתי ללמוד תורה ממנו. מי יתן לנו תמורתו
א שטיקל אפהאנדלונג לגבי דער געוואלדיגער
ספר שמירת שבת כהלכתה.
מו"ר רב נויבירט ז"ל הכ"מ האט אויך מחבר גווען ספרים אויף אנדרע נושאים, טהרת המשפחה, שמיטה ועוד.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 5:07 pm
דורך יידל
אויך א ספר אויף חינוך, כמדומה.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 6:26 pm
דורך זר זהב
פריידא הייקינד, די מוטער פון ר' בערל הייקינד. 95 יאר.
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 8:02 pm
דורך ניו יארק
בד"א,
ווי גייט מען איר לייגען? אין גוש קטיף?
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 8:03 pm
דורך זר זהב
אפשר אונטער'ן כותל
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:39 am
דורך sefish
אוי אוי ברוך דיין האמת האברך מיכאל פריעד (מעכי) ב'ר עוזר . א מיגעמאכטע נשמה פון געבורט מיט הארץ פעלער. היינט צוריקגעגעבן ריינע נשמה לאדון כל

- fried.jpg (34.71 KiB) געזען געווארן 1713 מאל
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:12 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי וויי. שאק!! איך בין געוועהן זייער גוט מיט מעכי. א גאלדענע שמייכעלדיגע נשמה. מ'האט קיינמאל נישט געזעהן אויף זיין פנים אז ער איז נישט געזינט, אייביג געוועהן אזוי צופרידען און געשמייכעלט צו יעדעם. אוי וויי, איך וועל מיך בענקען נאך אים.
זיין ווייב איז אוועק א צוויי יאר צוריק, זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. תנצב"ה
וואס איז פליצלינג יעצט געשעהן??
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:19 am
דורך קינות גירושין
אוי מעכי, כהער נישט אויף צו וויינען, בוזט דאך אזא פיין קינד געווען, לעצטענץ איז דיין ווייב אוועק, אוי ווי, אייביג מיט א שמייכעל א גאלדענע הארץ, אוי וועל איך מיך בענקען , מפלעג מיר אזוי געשמאק פארברענגן
ער האט זיך צוקלאפט די הענט אפאר חדשים צוריק און זייט דעמאלטץ האט ער געהאט פארבלעמען
מארגען צופרי וועל איך מיר געזעגענען
די לוי וועט גיין פון ראדני סט
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:09 am
דורך boxcover
sefish האט געשריבן:אוי אוי ברוך דיין האמת האברך מיכאל פריעד (מעכי) ב'ר עוזר . א מיגעמאכטע נשמה פון געבורט מיט הארץ פעלער. היינט צוריקגעגעבן ריינע נשמה לאדון כל
בד״ה. שוין געווען די לוויה?
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 8:38 am
דורך שמעקעדיג
בד"ה. שאקינג!
איך האב אים נישט געקענט. מעג איך האבן מער פרטים?
ווי אלט? פון וואס איז זיין ווייב אוועק?
כ'האב שוין נישט קיין כח צו אידישע צרות. איך האף עס קומט א איינגענעמע זומער...
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 8:54 am
דורך קאווע טרינקער
שוין ווייטער, שמעקעדיג....
דאס האט גארנישט מיטן זוממער.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 9:12 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:בד"ה. שאקינג!
איך האב אים נישט געקענט. מעג איך האבן מער פרטים?
ווי אלט? פון וואס איז זיין ווייב אוועק?
מעכי איז געבוירען געווארען מיט א שווערע הארץ פעלער (איך מיין א לאך אין די הארץ) אבער חוץ פון דעם איז ער געוועהן א נארמאלער געשמאקע אינגעל, בחור, יונגערמאן. ער איז באמת געוועהן א מענטש וואס יעדער האט ליב געהאט. ער האט אייביג געהאט א גוט ווארט, און אייביג געוועהן גוט אויפגעלייגט. איך האב אים געקענט פון נאך אלץ קליין יונגעל, איך געדענק נישט אפילו איין מאהל וואס ער זאל זיין אויפגערעגט אדער דערביטערט.
מעכי האט חתונה געהאט מיט א מיידעל וואס האט אויך געהאט א שווערע הארץ פעלער, און זי איז נעבעך אוועק בערך צוויי יאהר צוריק. לויטן חשבון איז מעכי יעצט געוועהן בערך 28 יאהר אלט.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 11:07 am
דורך שמעקעדיג
נעבעך. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן, אינאיינעם מיט זיין צדיקת'ל, און זיין א מליץ יושר פאר אונז צעבראכענע אידן אויפן עולם התחתון.
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 11:22 am
דורך קינות גירושין
אוי מעכי ס'לאזט זיך נישט פארגעסן פון דיר קיין רגע, דיין גאלדען הארץ, אייביג האסטו געטאן פאר יענעם, געלעבט פאר א צווייטע איד, האסט מקבל געווען דיינע ווייטאג מיט ליבשאפט, כאטש ס'איז אייביג געווען והיה חייך תלויים מנגד, האסטו גערעדט מיט א שמייכעל, זיך געהאלטן שטארק, ביזט געווען א לייף סעמפעל פאר דאס מענטשהייט, וויאזוי צו דילען מיט פראבלעמס,
וויפיל דו האסט אלס צוזאם געטון פאר הצלה, וואס 10 אנדערע קענען נישט, קיינמאל נישט געבעטן דערפאר עפעס,
עניוועי, דיינע פרענדס גייען שרייבען פאר דיר א ס"ת, ס'וועט ליגען אין הצלה גאראדזש, אזוי וועט מען דיר אייביג געדענקען!
א הספד פין זיין חבר
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 12:22 pm
דורך פרישער
מיט גרויס צער און עגמת נפש נעמען מיר אויף די ביטערע בשורה, אונזער טייערע חבר מעכי פריעד איז נישט דא מער מיט אינז בין החיים, עס טיט וויי ביים הארצען, מעכי זיסער וויזוי וועלן מיר דאס אויסהאלטען, דו ביסט דאך געווען אזא שטיק חיות צווישען די חבורה, מיר האבען אין דיר געפינען אלעס וואס מיר האבען געזוכט, מיר האבען פון דיר געשעפט חיזוק, מיר האבען פון דיר געזויגען חיות, ווי נאר אונזערע אויגען האבען זיך באגעגנט זענען מיר עלעקטערזירט געווארן פון דיין אזוי באליבטע שמייכעל, מיר האבען דיר אזוי געשעצט אלע יארען, ווייל מיר האבען אין דיר געפינען אזא חן און ליבשאפט, וואס מיר וועלן זיך אזוי בענקען, הוי אבד חסיד מן הארץ, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ווי קענען מיר פארגעסען די זיסע לעכטיגע טעג ווען מיר האבען אזוי שיין פארברענגט, קיין מאל איז נישט געווען ביי דיר אז מיר זענען געווען איינזאם אין דיין אנוועזענהייט, אלע מאל איז געווען פון וואס צו שמועסן, מיר זענען אפילו אין די שווערע טעג ווען מיר האבען פארברענגט אין שפיטאל צונעזאם, האבען מיר געזען שרעקליכע נומערן אויפן מאשין, אבער מיטן פאציענט האט דאס נישט געשטימט, אזוי גוטמוטיג, אזוי אויפגעלייגט, אזא שטארקייט וואס דו ביזט געווען באשאנקען איז נישט געווען צו גלייבען ווען נישט מיר זעהען דאס מיט די אייגענע אויגען.
איכה ישבה בדד, ווי קענען מיר פארגעסען ווען נישט לאנג צוריק האסטו נעבעך באערדיגט דיין אשת נעורים, א שטיין האט געקענט צוגיין ווען מיר האבען מיטגעהאלטען, ווי דו קיקסט צו ווי זי הויעכט אויס די נשמה, מיר די בני חבורה האבען מטכס עצה געווען ווי אזוי מיר זאלען זיכער מאכען דיין אויסערליכע שוואך הארץ זאל דאס איבערטראגן, ווי ערשטוינט זענען מיר געווארן ווען דו האסט איינגעטוישט דיין לב בשר צו א הארץ פון א לייב, זיך געשטארקט איבער אלעמען און געבליבען שמייכלען און פריילעך אזוי ווי בעפאר, יעדען איינעם האסטו אריין געבלאזן א ליבשאפט צו לעבען, א ליבשאפט צו טוען א טובה פאר א יוד.
ווי קענען מיר פארגעסען די איבערגעגעבנקייט, מיט וויפיל איבערמענטשליכע כוחות דו ביזט געווען באשאנקען צו מאכען זיכער די הייליגע ארגענעזאציא מיט וואס דו ביזט געווען באאויפטראגט זאל זיין מסודר, מיר האבען זיך געשפיגעלט אין דיין פונקטלעכקייט מיט די געוואלדיגע כשרונות פון ארגאנעזירטקייט מיט א מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אפילו אין די שווערסטע צייטען האסטו נישט פארפעלט די קלענסטע דעטאל, מיר געדענקען ווען פון דיין בעטל, ממש על ערש דוי, ביזטו געזעצען מיטן לעפטאפ און פארארבייט מעשים צו מאכען זיכער אלעס איז אין ארדענונג, ווי האט זיך אריין געקוועטשט אזא ריזיגען הייליג הארץ אין אזא גאלדענע געהויבענע נשמה, מיר קענען נישט צוזיך קומען פון אונזער גרויסע פארלוסט, ווי אזוי קענען מיר ארויס רייסן די בריח התיכון וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה בתוך כל אחד ואחד, דו האסט אזוי שיין צוזאמענגעהאלטן די גאנצע חברייא קדישא,
העיר רבתי עם יושב כאלמנה, א טאג איז נישט פארביי אין א משך פון פינף יאר זייט מעכי ע"ה האט מייסד געווען און זיך אינטערגענומען צו מאכען זיכער אז צוויי אינגעלייט זאלען זיין על המשמר על כל צרה שלא תבוא, יעדען טאג האסטו געזוכט און גענישטערט ביז יגיע כפיך כי תאכל, בארואיגט האסטו זיך נאר נאך וואס די טעקסט מעסעדש איז ארויס אז צוויי מעמבערס וועלן קאווערען. וויפיל לעבען'ס זענען לכבוד דיר געראטעוועט געווארן, וויפיל צער און עגמת נפש איינגעשפארט פאר צענדליגע אדער גאר הונדערטע משפחות,
מעכי, אשריך בעולם הזה קענען מיר מער נישט זאגען ווייל דו ביזט מער נישט מיט אונז, אבער וטוב לך לעולם הבא איז ביי אונז גארנישט קיין ספק, די אלע מצוות און מעשים טובים וועלען דיר אקעגן קומען, די אלע דערפרייטע הערצער, די אלע מענטשען וועם דו האסט כסדר מקרב געווען און מחזק געווען, דעי אלע מעשים איז אפגעשריבען אויבען אין שמים, און וועלן דיך באגלייטען ארויף אין די היכלות הקדושות בין הגדולים וצדיקים, און די זכותים וועלען דיר ביישטיין עד קץ הימין,
אז איך רעד שוין פין די הערליכע מעשים פין מעכי ע"ה, ווי קען שטיין גלייכגילטיג און איבערהיפען זיין משפחה החשובה, איך קען נישט און איך פלאן נישט, איך וועל דא דערמאנען זיינע חשובע עלטערן, עס איז נישט צו באגרייפען וואס זיי זענען אדורך אין די כ"ח יארן, זיי מיט אלע ברידער און שוועסטער האבען נישט מסיח דעת געווען קיין רגע נישט, אלע מאל נאר זיך געזארגט ווי אזוי קען מען מאכען עטוואס גרינגער די מצב, אלץ געטראכט וואס נאך קען מען פאר מעכי'ן מאכען גרינגער, זאל דער אייבישטער זיי העלפען, אז די זכותים זאל זיי ביישטיין, זיי זאלען קענען געפינען א טרייסט אין די שווערע מצבים, מיר זאלען קענען זיך שטארקן און זיך צוזאמנעמען און טוען לטובת נשמתו הטהורה, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, מיר אלע זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און מיר וועלן אי"ה טוען לטובת נשמתו מיט עפעס א זאכליכע זאך.
און איך וויל טאקע מגלה זיין אז עס ווירבעלט א פלאן און מען וועט עס מגלה זיין אפיציעל לכאורה ביי די לווייה אדער ביי די נעקסטע עפענטליכע געלעגנהייט, אז מיר חברים נעמען זיך אונטער צו שרייבען א ספר תורה לעילוי נשמתו, און דאס וועט טאקע בלייבען א דבר נצחי לטובת נשמתו, און זיין טאקע ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ובנות, היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, און די ספר תורה לעילוי נשמתו וועט בלייבען אין אונזער שיהל אויף פען סטריט גאראדש, ווי מעכי ע"ה האט געדאווענט מנחה טעגליך. און די זכות זאלען מיר אלע זוכה זיין בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
קרעדיט: הצלה צעפ גרופע