בלאט 19 פון 23

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:59 pm
דורך זאקן
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:46 pm מ'רעדט שוין לאנג דערפון. דער גאנצער משפט האט מען בעצם געארבעט בעיקר אויפן אפיעל.
וואס מיינט דער גאנצער משפט האט מען בעצם געארבעט בעיקר אויפן אפיעל???
ווען עס גייט קומען צו די אפיעל גייט מען זאגן אז אונז האבן שוין לאנג געזאגט אז ס׳איז א בלבול אדער אז אונז האבן געמאכט פורים פון די געריכט אין וועגן דעם דארף מען אונז באפרייען???!?!?

זיי האבן נישט געזאגט קיין איין שטארקע זאך וואס זאל עפעס אריין לייגן א ספק אין די פסק אקעגן זיי, זיי גייען אין חד גדיא פאר א גאנץ לעבן, ווען זיי פירן זיך אויף נארמאל וואלטן זיי אפשר געקענט ארויסקומען אפאר יאר ארום, זיי זענען גרויסע בהמות וואס שטינקן צוויי מייל ווייט

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:01 pm
דורך עמרם
איז שוין דאס די ענדע פון אט די קולט ?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:05 pm
דורך [NAMELESS]
עמרם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:01 pm איז שוין דאס די ענדע פון אט די קולט ?
וואס עפעס? די 3 ברודער צוזאמען מיט די רבי און ראזנער זיצן שוין דא פאר עטליכע יאר פאר וואס זאל זיך עפעס יעצט טוישען?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:13 pm
דורך חכמת שלמה
זאקן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:59 pmזיי גייען אין חד גדיא פאר א גאנץ לעבן, ווען זיי פירן זיך אויף נארמאל וואלטן זיי אפשר געקענט ארויסקומען אפאר יאר ארום.
זיי גייען נישט פאר א גאנץ לעבן. אין אפאר יאר ארום זענען זיי אינדרויסן.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:21 pm
דורך משה רבקש
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:13 pm
זאקן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:59 pmזיי גייען אין חד גדיא פאר א גאנץ לעבן, ווען זיי פירן זיך אויף נארמאל וואלטן זיי אפשר געקענט ארויסקומען אפאר יאר ארום.
זיי גייען נישט פאר א גאנץ לעבן. אין אפאר יאר ארום זענען זיי אינדרויסן.
סאורס?
טראסט מיך ברודער!

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:34 pm
דורך חכמת שלמה
צום ענדע פונעם אשכול, וויל איך קודם-כל באגריסן מיין טייערע שוואגער זז"ג, וואס איך בין לעצטנס געוואויער געווארן אז ער ליינט דא און טרינקט מיט דארשט מיינע ווערטער. לאך נישט אויס דיין שוואגער מיט זיינע אבסעסיעס, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, בדרך-הטבע וועל איך פארבלייבן דיין שוואגער אויף שטענדיג...

איך וויל אויך נעמען עטליכע שורות, און זייער שטארק באדאנקען די הנהלה פון קאווע שטיבל, פארן זיך איבערגעבן בלב-ובנפש פאר די גאנצע שטיבל בכלל, און לעצטנס פאר די דאזיגע אשכול בפרט. עס פארשטייט יעדער איינער אז מען רעדט דא איבער האקעלע זאכן, און תגובות קענען זייער שנעל ארויסגיין פון קאנטראל. די הנהלה פון קאווע שטיבל האט געהאט אן עינא פקיחא אויף דעם אשכול און געזארגט דערצו אז דאס זאל גיין אויף גוטע רעלסן, אזוי אז מען זאל דא כסדר קענען שרייבן און ברענגען ערשט-האנטיגע באריכטן פון קארט. דאס איז נישט קיין ארבעט וואס קומט אן לייכט און עס פארשטייט יעדער איינער, אז דא ליגט אריינגעלייגט מחשבה, קאפ, מוח, הארץ און שווערע ארבעט, צו קענען זען דערצו, אז די חברים דא זאלן האבן צו ליינען אמת'ע ערשט-האנטיגע באריכטן, און זיך קענען דערקוויקן מיט אינפארמאציע איבער דעם טרייעל.

באזונדער וויל איך ארויפברענגען א הכרת-הטוב, פאר ידידנו הרב שמעקעדיג, וועלכער איז אונז שטענדיג געשטאנען צו די רעכטע האנט מיט אן אוזן קשבת. ווען אימער עס האט זיך געמאכט א פראבלעם אדער א ספק, איז ער דא געווען צו העלפן און צו זען וואס מען קען טון. עס איז נישט געווען אן ענין וואו ער איז נישט געווען עוועלעבל און שטענדיג האט ער פראבירט צו טון און צו העלפן, אדער צו זאגן מיינונגען מיט אנווייזנונגען ווי אזוי צו שרייבן און וואס צו שרייבן. א גרויסן דאנק פאר הרב שמעקעדיג. א דאנק אים איז דער אשכול אנגעקומען צו קרוב צו צוואנציג בלעטער, אנגעפילט מיט תוכנ'דיגע אינפארמאציע און באריכטן פון קארט, א זאך וואס האט געצויגן דעם עולם אהער און געשטארקט דעם טראפיק צו קאווע שטיבל.

פארשטייט זיך, אז דער ריכטיגער דאנק קומט זיך, פאר אלע שרייבער דאהי. הן פאר די וואס שרייבן אויף די זייט, אדער די וואס שרייבן אויף יענע זייט. מיר האבן זיך דא אויסגעלערנט אז מען קען האבן מיינונגס פארשידנהייטן און זיך אפילו דינגען און צומאל שארף דינגען, אבער עם-כל-זה קענען מיר פירן א דיאלאג מיט רעספעקט מיט א תוכנ'דיגער שמועס. יעדער איינער דא האט צוגעגעבן צום געשמאק, מען האט געשריבן אזוי שיין און גוט. א דאנק די שרייבער דא, קען מען האבן א ריכטיגער בליק וואס עס האט זיך אפגעטון אין קארט, לטב ולמוטב.

פערזענליך שפיר איך א חוב צו באדאנקען מיין ידיד, הרב געוואגטער שליט"א, וועלכער האט מיר ארויסגעהאלפן מיטן שרייבן, צוגעברענגט אינפארמאציע און ביישטייערט מיט וויכטיגע דאקיומענטן. תשואת חן חן לו.

זאל דער בורא-עולם געבן, אז מיר זאלן שטענדיג קענען זיך מבשר זיין בשורות טובות ישועות ונחמות, דער אויבערשטער זאל זיך דערבארעמען אויף גאנץ כלל-ישראל, אז עס זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, תחילה וראש לפדיון נפשנו.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:34 pm
דורך משה רבקש
עמרם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:01 pm איז שוין דאס די ענדע פון אט די קולט ?
אבאוואס?!
א קולט ענדיגט זיך אדער מיט דער טויט פון דער פירער(רבי), וואס איז נישט געשעהן און ל''ט.
אדער מיט מאסן זעלבסמארד ה''י.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:44 pm
דורך שמן למאור
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:37 pm
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
אוי, אוי, אוי, אוי.


מילה בסלע שתיקה בתרי.
והמשכיל בעת ההוא ידום, ולא ידום המזכירים את ה'
הצור תמים פעלו כל כל דרכיו משפט, אל אמונה צדיק וישר הוא.



FAFO

Play stupid games - win stupid prizes

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:07 pm
דורך חכם מכל האדם
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 2:23 pm דער גאנצער עולם איז פארזאמלט אין בית-המדרש, מען זאגט תהלים און מען רייסט איין וועלטן. אויך די קינדער און די בחורים זענען דא, עס איז הארציג צו זען די בכיות פון די תינוקות של בית רבן. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועלן מיר פועל'ן א ישועה.

קַדְּשׁוּ־צוֹם֙ קִרְא֣וּ עֲצָרָ֔ה אִסְפ֣וּ זְקֵנִ֗ים כֹּ֚ל יֹשְׁבֵ֣י הָאָ֔רֶץ בֵּ֖ית ה' אֱלֹקֵיכֶ֑ם וְזַעֲק֖וּ אֶל־ה'׃
הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים. תפילת ישראל עושה רושם.

די הייסע תפילות און געוויין היינט פון די אומשילדיגע קינדער און בחורים אין יריעות שלמה בבל. האט געפועלט א ישועה שלא כדרך הטבע. אפענע נסים גלוים. ווען בשעת יעדער האט קלאר געזעהן דורכאויס די טרייעל ווי די גאווערמענט. שעלט. זאגט ליגענט. און שרייט. און אז זיי האבן נישט קיין שום באווייז אקעגן די וויינגארטןס. האט דער אויבערשטער איבערגעדרייט די טבע און געמאכט אז די דזשורי זאל אין קארגע 2 שעה זיי געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס. און אזוי געראטעוועט צענדליגער קינדער. בחורים. מיידלעך. אינגעלייט. פרויען. פון די ביטערע נעגל און רציחות פאר לאנגע קומענדיגע יארן פון דעי אחים וויינגארטן.

די אומשילדיגע קינדער און לב טהור האבן געוואונען. און געזיגט. א רוהיגקייט זעהט זיך אן יעצט אויף אלעמעןס פנימער.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:16 pm
דורך חכם מכל האדם
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:46 pm מ'רעדט שוין לאנג דערפון. דער גאנצער משפט האט מען בעצם געארבעט בעיקר אויפן אפיעל.
...און בשעת דער גאנצער אפיעל ארבעט מען בעצם אויפן כח הדמיון......

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:35 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זיי זיצן אין דעם זעלבן טורמע?

וואו זיצן זיי? קען מען זיי גיין באזוכן?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:44 pm
דורך חכם מכל האדם
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 8:13 pm
זאקן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:59 pmזיי גייען אין חד גדיא פאר א גאנץ לעבן, ווען זיי פירן זיך אויף נארמאל וואלטן זיי אפשר געקענט ארויסקומען אפאר יאר ארום.
זיי גייען נישט פאר א גאנץ לעבן. אין אפאר יאר ארום זענען זיי אינדרויסן.
מיין טייערע חבר חכמת שלמה. איך האב רחמנות אויף ענק. טול קורה מבין עיניך. ונקוט האי כללא בידך: מיט אזא אויפגעפירעכטס פון דיינע וויינגארטן פריינט קומען זיי נישט ארויס אין אפאר יאר ארום! פארשטאנתא?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:59 am
דורך יצחק אייזיק
חכמת שלמה, איך וויל דיר באדאנקען פארן כסדר ברענגן די באריכטן דא. צו דו ביסט יא דארט אדער נישט, צו דו ביסט באמת א סימפאטיקער אדער נישט איז נישט נוגע. דו האסט אריינגעלייגט כוחות און עס קומט דיר א דאנק פאר דעם

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:36 am
דורך מילך טראק
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:46 pm מ'רעדט שוין לאנג דערפון. דער גאנצער משפט האט מען בעצם געארבעט בעיקר אויפן אפיעל.
פארוואס זאל מען האבן מער טשאנסען ביי די אפיל ? וואס איז די טענה פון לב טהור ?
לויט ווי איך פארשטיי איז ענקער טענה אז די מיידל האט געוואלט צוריק גיין צו בבל,
אבער ווען מרעדט פון א מיינער און די מאמע האט קאסטעדי קען מען נישט טוהן אקעגן די מאמע,
טענהענן ענק אז די דשזאדזש האט געגעבן קאסטעדי פאר די מאמע אומריכטיג, פארוואס??

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:08 am
דורך יענקעל ג
חכם מכל האדם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 10:07 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 2:23 pm דער גאנצער עולם איז פארזאמלט אין בית-המדרש, מען זאגט תהלים און מען רייסט איין וועלטן. אויך די קינדער און די בחורים זענען דא, עס איז הארציג צו זען די בכיות פון די תינוקות של בית רבן. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועלן מיר פועל'ן א ישועה.

קַדְּשׁוּ־צוֹם֙ קִרְא֣וּ עֲצָרָ֔ה אִסְפ֣וּ זְקֵנִ֗ים כֹּ֚ל יֹשְׁבֵ֣י הָאָ֔רֶץ בֵּ֖ית ה' אֱלֹקֵיכֶ֑ם וְזַעֲק֖וּ אֶל־ה'׃
הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים. תפילת ישראל עושה רושם.

די הייסע תפילות און געוויין היינט פון די אומשילדיגע קינדער און בחורים אין יריעות שלמה בבל. האט געפועלט א ישועה שלא כדרך הטבע. אפענע נסים גלוים. ווען בשעת יעדער האט קלאר געזעהן דורכאויס די טרייעל ווי די גאווערמענט. שעלט. זאגט ליגענט. און שרייט. און אז זיי האבן נישט קיין שום באווייז אקעגן די וויינגארטןס. האט דער אויבערשטער איבערגעדרייט די טבע און געמאכט אז די דזשורי זאל אין קארגע 2 שעה זיי געפונען שולדיג אויף אלע קלאגעס. און אזוי געראטעוועט צענדליגער קינדער. בחורים. מיידלעך. אינגעלייט. פרויען. פון די ביטערע נעגל און רציחות פאר לאנגע קומענדיגע יארן פון דעי אחים וויינגארטן.

די אומשילדיגע קינדער און לב טהור האבן געוואונען. און געזיגט. א רוהיגקייט זעהט זיך אן יעצט אויף אלעמעןס פנימער.
גיט געזאגט

געפוילעט אלעס גיטס ב״ה

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:10 am
דורך חכמת שלמה
די אורטייל פון די יעצטיגע טרייעל, איז געבויט אויף די מוחות פון צוועלעף צווילע גוים, ווי אזוי זיי קוקן אן דעם פיקטשער.
אין אפילס קוקט מען אויף געזעץ, לעגאלעטעט, אויף די מוחות פון שטודירטע געזעץ מומחים, שופטים אין אפיעלס קארט.
דארט האבן מיר א בעסערע שאנס און זאגאר א הונדערט פראצענטיגער געוואונס. יעדער שופט אין אפילס וואס וועט איבערקוקן אונזער קעיס מיט א לעגאלער אויגן-בליק, וועט אונז ריינוואשן פון אלע קלאגעס.

די גאנצע קאסטעדי פאר די מאמע, איז געווען געבויט אויף א ליגנט, אז דער טאטע געפינט זיך אין א תפיסה אין מעקסיקא. דאס איז געווען א ליגנט, בשעת דער טאטע האט זיך געפינען דארט אין ניו-יארק. אויב וואלטן דאס די אטאריטעטן געוואוסט, וואלטן זיי נישט געגעבן פילע קאסטעדי פאר די מאמע. אויב דאס צעפאלט, דאן קומט אויס אז די גאנצע קידנעפינג איז געווען בארעכטיגט און לעגאל. א שופט אין אפיעלס קען ריעלעטן דערצו און מסכים זיין אז די קאסטעדי איז נישט געווען לעגאל און אויב אזוי איז דער גאנצער קעיס דיסמיסט.

מען דארף נעמען אין באטראכט נאך א פאקט: איז דאס נישט קיין מעשים בכל יום? - דא רעדט מען פון א פאמיליע סכסוך, בשעת ביידע עלטערן פארמעסטן זיך אויף די קינדער. אין פאקט זענען די קינדער נישט געווען ביי די מאמע און נישט געוואלט זיין ביי די מאמע, אפילו זי האט געהאט די קאסטעדי. די זאכן פאסירן גאר אפט אין אמעריקע. עס קומען איינע פון די עלטערן און פארשלעפן די קינדער שלא ברשות. ריכטיג, עס ווערט גענומען ערנסט ביי די גאווערמענט און מען ווארנט שטארק אן איינער וואס טוט אזא זאך, אבער... צי גיבט מען דערפאר צוועלף יאר תפיסה? - ניין! א גוי פארשטייט אויך וואס עס מיינט א פאמיליע סכסוך. אלא מאי? - אין די יעצטיגע פאל האט מען דאס גוט אויפגעבלאזן און געמאכט אן עסק דערפון, פשוט דערפאר וויבאלד מען האט גוט באשמירט די קהילה, געברענגט עדות יוצאי לב-טהור און אנדערע אזעלכע זאכן. אויב זאלסטו אוועקנעמען די גאנצע קהילה פון דעם קעיס, און די מעשה וואלט געווען מיט צוויי חסידי'שע אידן אין ניו-יארק, וואלטן זיי נישט אנגעקומען אין טורמע.

ביי די אפילס, ווערן זאכן אנגעקוקט אין קאנטעסט פון די געשיכטע, אן די גאנצע דראמא ארום און ארום. דארט גייט מען מער גראד און שארף. דעריבער איז פארהאן דארט מער שאנסן. בעסער געזאגט: ביים יעצטיגן קארט האט מען זיי דן געווען אלס "לב טהור", נישט אלס די געשיכטע זעלבסט. אין דער אפיעלס איז מען זיי דן אויף די געשיכטע זעלבסט און נישט אויפן פאקט אז זיי זענען "לב טהור".

נאך א נקודה איז די ס*קס טשארדזשעס: די גאווערמענט האט דא געמאכט א גרויסער קנוניא. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די דאזיגע טשארדזשעס זענען נישט געווען ארגינאל אויפן אנקלאגע, דאס האבן זיי זיך הערשט געכאפט שפעטער מיט עטליכע יאר און דאס שפעטער צוגעלייגט כדאי מען זאל זיי קענען קלאגן און צוטיילן נאך יארן. א גאנצע פשעטיל האט דער גאווערמענט געמאכט דארט און דערויף קען מען זיך דינגען צי דאס איז טאקע אזוי. זיי האבן געדרייט מיט די פינגער און געלערנט בדרך פלפול אז פשט איז אזוי: וויבאלד די עלסטע מיידל איז שוין געווען חתונה געהאט און דורך די "קידנעפינג" איז זי צוריקגעגאנגען צו איר מאן, קומט דאך אויס, אז דאס ווערט פאררעכנט אלס ס*קס טרעפיקינג. אין אנדערע ווערטער: אויב דו פארסט אויפן ראוד און דו זעסט א מיינאר וואס איז פארהייראט צו א גדול, און יענע מיידל בעט דיר א היטש אהיים, און דו גייסט און דו גיבסט איר דעם היטש, ווערט דאס פאררעכנט כאילו דו האסט ארויסגעהאלפן אן אומלעגאלער אקט. פארוואס? - ווייל זי איז פארהייראט צו א גדול, און יעדער ווייסט דאך וואס א מאן און ווייב טוען נאך די חתונה, ממילא איז דאס א פארברעכן. א גאנצער פלפול געמאכט.

דאס איז דאך א נקודה אויף וואס מען קען זיך דינגען, וויבאלד עס ווערט אראפגעלייגט כאילו זיי זוכן עוסק צו זיין בענינים שליליים און האבן דעריבער געטון אן אקט פון פארכאפן קינדער לצרכי זנות. דערמיט האבן זיי געמאכט די אנגעקלאגטע אלס די גרועים שבאנשים, אזוי אז מען דארף זיי דן זיין כאחרון הפושעים.

גראד פון אנהייב ווען מען האט אריינגעגעבן די קלאגע, האבן זיי אפילו נישט גע'חלומ'ט אז דאס קען זיין אן אורזאך זיי אנצוקלאגן. עס איז דאן אנגעקוקט געווארן אלס פשוט אז זיי האבן געוואלט צוריקטראגן די מיידל צו די קהילה וכו'. הערשט שפעטער האבן זיי זיך געכאפט אז מען קען מאכן א בראטל דערפון און מאכן פיל שארפער די גאנצע קעיס.

יעצט, טאמער וואלט נישט געווען די סארט קלאגעס אויפן אנקלאגע, וואלט די משפט געווען פיל לייכטער. יתכן אז מען וואלט נישט געקענט דעפאטירן די וויינגארטן ברידער קיין אמעריקע, און אפילו טאמער יא, וואלט די קעיס נישט געווען אזוי שארף.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דאס איז א תורה'לע און מען קען זיך שטארק דינגען דערויף, וואס די כוונה פון די אנגעקלאגטע זענען געווען. איך מיין אז א נארמאלער בר-דעת וועט מסכים זיין צו דעם פאקט, אז בשעת די קידנעפינג האט קיינער נישט געטראכט אז די מטרה וואס זיי ברענט איז, אז איר מאן זאל קענען טון דעם אקט וואס איז אומלעגאל אין אמעריקע און זייער כוונה איז געווען בלויז דאס. עס איז טעכניש אז דאס האט פשוט פאסירט. והראיה, אז עס איז פאר די גאווערמענט נישט איינגעפאלן תיכף, דאס איז נולד געווארן הערשט שפעטער.

והשנית: איז די גאנצע נושא נישט אזוי פשוט. אויב וואלטן די צוויי געהאט א מערעדזש לייסנס אין גוטאמאלא, וואלט אלעס געווען כשורה, כדת וכדין. לאמיר אייך זאגן ווי אזוי דאס גייט. אן עדאלט וואס האט חתונה מיט א מיינאר, איז די אקט פון די נישואין אומלעגאל און מען קען ארעסטירן דער מסדר-קידושין. פארט, נאך די חתונה, ווערט די הייראט אנערקענט, זיי קענען באקומען מערעדזש לייסענס און וואוינען צוזאמען כדרך איש ואשה. די גאנצע פראבלעם דא איז געווען, אז קיין מערעדזש לייסענס האבן זיי נאכנישט געהאט. אויב יא, וואלט מען נישט געקענט ארויפלייגן אויף זיי די טשארדזשעס.

מען דארף דא צולייגן נאך א פאקט, ארויסצואווייזן ווי אזוי זאכן זענען אויפגעבלאזן געווארן דאהי, און א שופט אין אפילס קען דאס אנקוקן אנדערש: ווען מען האט געברענגט די קינדער צו מעקסיקא, זענען זיי ארעסטירט געווארן דורך די אטאריטעטן. נאכן אויספארשן א לאנגע צייט ביי די ארטיגע פאליציי, האט מען זיי ארויסגעלאזט אן קיין שום אנקלאגע און אן קיין שום נאכפאלגן. די מעקסיקאנער אטאריטעטן האבן פשוט נישט איינגעזען אז דאס איז א קעיס פון פארברעכן. זיי האבן דאס אנגעקוקט אלס פאמיליע סכסוך, בשעת די קינדער ווילן גיין צו די טאטע וכו', זיי האבן דאס אנדערש אנגעקוקט.

די אלע פאקטארן, אויב דאס קומט צו א שופט אין אפיעלס, קען ער דאס נעמען ערנסט אין באטראכט און ארויסשטויסן דעם גאנצן קעיס מיטן פסק אלס אומרעלעוואנט.

איין זאך איז זיכער: ווען נישט אז די קעיס ווערט געטריבן פון נגיעות און אז געוויסע מענטשן רייצן אונטער דעם גאווערמענט צו גיין בכל חומר הדין, וואלטן זיי נישט אנגעקומען דארט וואו זיי זענען יעצט אנגעקומען. איך בין זיכער אז צווישן היימישע אידן אין ניו-יארק האבן שוין פאסירט אזעלכע מעשיות, עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט און מסדר געווען די נושא על צד היותר טוב.

אין אנדערע ווערטער: מען האט זיי אנגעקלאגט צוליב דעם וואס זיי זענען "לב טהור", נישט צוליב דעם וואס זיי זענען באגאנגען אן עולה קעגן די רעגירונג.

דאס אלעס קען א שופט אין אפיעלס זען מיט זיינע אויגן. דעריבער האבן זיי דארט מער שאנסן.

און דער אויבערשטער זאל העלפן...

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 am
דורך קאך_לעפל
אהללה שם אלקים בשיר ואגדלנו בתודה...

א גיוואלדיגע ישועה פאר כלל ישראל. א טאג ווען רשעות, אכזריות, זנות, מוח שוואנקעריי, כפירה, וווערט צובראכן און צושמעטערט, און די אנשי רשע ווערן פארשלאסן אונטער שלאס און ריגל - האפנדיג אויף פארשטנדיג, איז א טאג פון גליק פארן כלל ישראל. ווען דאס מגילות תענית וואלט ווען היינט ערשינען, וואלט זיכער דארטן געשטאנען אז היינט זאגט מען נישט קיין תחנון. א גוטע טאג פאר געזעלטשאפט, און א געהויבענע טאג פאר גאנץ כלל ישראל.
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק....

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:56 am
דורך בגתן
נחום הסופר האט געשריבן: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:20 am וואס איז די נייע קהילה? וואו איז עס? ווער איז ר' יואל העניך זייער מנהיג?

חכמת שלמה, האסט שוין דא געשריבן דערוועגן בעבר? אויב יא ביטע אנצייכענען
ר' יואל העניך העלבראנץ האט זיך אפגעטיילט פון די גרעסערע קהילה פונעם ברודער, און געמאכט שבת פאר זיך

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:10 am
דורך מילך טראק
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:10 am .

די גאנצע קאסטעדי פאר די מאמע, איז געווען געבויט אויף א ליגנט, אז דער טאטע געפינט זיך אין א תפיסה אין מעקסיקא. דאס איז געווען א ליגנט, בשעת דער טאטע האט זיך געפינען דארט אין ניו-יארק. אויב וואלטן דאס די אטאריטעטן געוואוסט, וואלטן זיי נישט געגעבן פילע קאסטעדי פאר די מאמע. אויב דאס צעפאלט, דאן קומט אויס אז די גאנצע קידנעפינג איז געווען בארעכטיגט און לעגאל. א שופט אין אפיעלס קען ריעלעטן דערצו און מסכים זיין אז די קאסטעדי איז נישט געווען לעגאל און אויב אזוי איז דער גאנצער קעיס דיסמיסט.
מהאט אפילט די קעיס ? מהאט עס געוואנען? סתם זאגן אז סאיז נישט געווען ריכטיג וועט נישט העלפן ליגאל.
אפי אויב יא ווייס איך אויך נישט ווייל סכ"ס האט די מאמע געהאט קאסטעדי אין מקען נישט פארכאפן א קינד ביז ווילאנג מאפילט נישט די פריערדיגע פסק.


חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:10 am
מען דארף נעמען אין באטראכט נאך א פאקט: איז דאס נישט קיין מעשים בכל יום? - דא רעדט מען פון א פאמיליע סכסוך, בשעת ביידע עלטערן פארמעסטן זיך אויף די קינדער. אין פאקט זענען די קינדער נישט געווען ביי די מאמע און נישט געוואלט זיין ביי די מאמע, אפילו זי האט געהאט די קאסטעדי. די זאכן פאסירן גאר אפט אין אמעריקע. עס קומען איינע פון די עלטערן און פארשלעפן די קינדער שלא ברשות. ריכטיג, עס ווערט גענומען ערנסט ביי די גאווערמענט און מען ווארנט שטארק אן איינער וואס טוט אזא זאך, אבער... צי גיבט מען דערפאר צוועלף יאר תפיסה? - ניין! א גוי פארשטייט אויך וואס עס מיינט א פאמיליע סכסוך. אלא מאי? - אין די יעצטיגע פאל האט מען דאס גוט אויפגעבלאזן און געמאכט אן עסק דערפון, פשוט דערפאר וויבאלד מען האט גוט באשמירט די קהילה, געברענגט עדות יוצאי לב-טהור און אנדערע אזעלכע זאכן. אויב זאלסטו אוועקנעמען די גאנצע קהילה פון דעם קעיס, און די מעשה וואלט געווען מיט צוויי חסידי'שע אידן אין ניו-יארק, וואלטן זיי נישט אנגעקומען אין טורמע.
סאיז נישט קיין חילוק אויב די קינדער זענען געווען ביי די מאמע, צו זיי האבן געוואלט זיין אדער נישט, סאיז דא ליגאלע מהלכים אויב
די מאמע אביוזד א קינד, און קיין אינווידאל קען נישט נעמן אייגענע שריט.

זענען די פארכאפערס געווען שליחום פון די טאטע אדער מאן? אויב די טאטע האט זיך געפינען אין ניו יארק בשעת מעשה, פארוואס האב מען זיי אריבער געפירט צו מעקסיקא?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:54 am
דורך בת קול
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:10 am
נאך א נקודה איז די ס*קס טשארדזשעס: די גאווערמענט האט דא געמאכט א גרויסער קנוניא. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די דאזיגע טשארדזשעס זענען נישט געווען ארגינאל אויפן אנקלאגע, דאס האבן זיי זיך הערשט געכאפט שפעטער מיט עטליכע יאר און דאס שפעטער צוגעלייגט כדאי מען זאל זיי קענען קלאגן און צוטיילן נאך יארן. א גאנצע פשעטיל האט דער גאווערמענט געמאכט דארט און דערויף קען מען זיך דינגען צי דאס איז טאקע אזוי. זיי האבן געדרייט מיט די פינגער און געלערנט בדרך פלפול אז פשט איז אזוי: וויבאלד די עלסטע מיידל איז שוין געווען חתונה געהאט און דורך די "קידנעפינג" איז זי צוריקגעגאנגען צו איר מאן, קומט דאך אויס, אז דאס ווערט פאררעכנט אלס ס*קס טרעפיקינג. אין אנדערע ווערטער: אויב דו פארסט אויפן ראוד און דו זעסט א מיינאר וואס איז פארהייראט צו א גדול, און יענע מיידל בעט דיר א היטש אהיים, און דו גייסט און דו גיבסט איר דעם היטש, ווערט דאס פאררעכנט כאילו דו האסט ארויסגעהאלפן אן אומלעגאלער אקט. פארוואס? - ווייל זי איז פארהייראט צו א גדול, און יעדער ווייסט דאך וואס א מאן און ווייב טוען נאך די חתונה, ממילא איז דאס א פארברעכן. א גאנצער פלפול געמאכט.

דאס איז דאך א נקודה אויף וואס מען קען זיך דינגען, וויבאלד עס ווערט אראפגעלייגט כאילו זיי זוכן עוסק צו זיין בענינים שליליים און האבן דעריבער געטון אן אקט פון פארכאפן קינדער לצרכי זנות. דערמיט האבן זיי געמאכט די אנגעקלאגטע אלס די גרועים שבאנשים, אזוי אז מען דארף זיי דן זיין כאחרון הפושעים.

גראד פון אנהייב ווען מען האט אריינגעגעבן די קלאגע, האבן זיי אפילו נישט גע'חלומ'ט אז דאס קען זיין אן אורזאך זיי אנצוקלאגן. עס איז דאן אנגעקוקט געווארן אלס פשוט אז זיי האבן געוואלט צוריקטראגן די מיידל צו די קהילה וכו'. הערשט שפעטער האבן זיי זיך געכאפט אז מען קען מאכן א בראטל דערפון און מאכן פיל שארפער די גאנצע קעיס.

יעצט, טאמער וואלט נישט געווען די סארט קלאגעס אויפן אנקלאגע, וואלט די משפט געווען פיל לייכטער. יתכן אז מען וואלט נישט געקענט דעפאטירן די וויינגארטן ברידער קיין אמעריקע, און אפילו טאמער יא, וואלט די קעיס נישט געווען אזוי שארף.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דאס איז א תורה'לע און מען קען זיך שטארק דינגען דערויף, וואס די כוונה פון די אנגעקלאגטע זענען געווען. איך מיין אז א נארמאלער בר-דעת וועט מסכים זיין צו דעם פאקט, אז בשעת די קידנעפינג האט קיינער נישט געטראכט אז די מטרה וואס זיי ברענט איז, אז איר מאן זאל קענען טון דעם אקט וואס איז אומלעגאל אין אמעריקע און זייער כוונה איז געווען בלויז דאס. עס איז טעכניש אז דאס האט פשוט פאסירט. והראיה, אז עס איז פאר די גאווערמענט נישט איינגעפאלן תיכף, דאס איז נולד געווארן הערשט שפעטער.

גארנישט קיין פלפול. די פשט פון זיי חתונה מאכן איז געווען ס-קס. פשוט כמשמעו.
זיי זענען געווען גרייט איבערצולאזן די יונגעל אויב פעלט זיך אויס. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען האט פונקט איר געוואלט צוריקנעמען איז ווייל זי איז געווען חתונה געהאט.

און אויב דו טענות׳ט אז די מעריזדש איז וואליד, וואו קומט דא אריין קאסטעדי פון די טאטע?

Makeup your mind about what your argument really is.

אויב מען האט הסברים וואס איינס קענסלט די צווייטע, ווערן זיי אלע negated.

די אמת דארף נישט א גאנצע פשעטל.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:49 pm
דורך היימלינד
בגתן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:56 am
ר' יואל העניך העלבראנץ האט זיך אפגעטיילט פון די גרעסערע קהילה פונעם ברודער, און געמאכט שבת פאר זיך
פארט עס אויף די זעלבע מהלך? מער אפען ? קום אריין קלאר

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:55 pm
דורך צועקים וזועקים
זיי באקומען הילף פון אמעריקע, איך הער אז זיי ווילן זיך טוישן.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:03 pm
דורך היימלינד
סאו ער איז בוגד אין זיין טאטענס מהלך ? קען ער אהער קומען ווי זיין אנדערע ברודער, פארוואס מייסד זיין עפעס דארט? די גרים ובע"ת קענען זיך צאמשטעלען מיט אור חדש