בלאט 19 פון 46
נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
שמח בחור בילדותך, איז פשט אז מען ווארענט אן דעם מענטש, נו נו, ווארט נאר ווארט, דו זינדיג נאר, דו וועסט שוין געוואר ווערן ביים משפט וואס דו וועסט כאפן.... (ע"פ פי' רש"י)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:30 pm
דורך קאווע טרינקער
און מ'נעמט אזוי אן?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:01 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:שמח בחור בילדותך, איז פשט אז מען ווארענט אן דעם מענטש, נו נו, ווארט נאר ווארט, דו זינדיג נאר, דו וועסט שוין געוואר ווערן ביים משפט וואס דו וועסט כאפן.... (ע"פ פי' רש"י)
נאך א פשט
נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:22 am
דורך ישראל קאפקע
אז רעדער פאר עראפלאנען קענען נאר זיין געמאכט פון נאטורליכע ראבער, פון די ראבער בוים, און ס'איז נישט דא קיין סינטעטישע אלטערנאטיוו.
נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:56 am
דורך shem-tov
אז נישט אלע ראבער זענען ראבער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:15 pm
דורך קינד_אן_קייט
אז רוב (מאנכע זאגן ״אלע״) ביר פלעשער אין אמעריקא מוזן ערשט דורכגיין די אויפזיכט און שארפ׳ן אויג פון אן איינצעלנער מאן, איינער א קענט מארטין,
גאר א קוריאזער פארשוין וועלכע איז באאויפטראגט צו אינפארסירן די געזעצן וואס מען מעג יא שרייבן אדער נישט.
ער ארבעט אזוי איבערמידליך און מיט גאר אן אייזערנער פויסט, אזש ביז ער ווערט פאררעכנט אלץ ״דיקטאטור״ און ״צאר״, פון וועמען די גרעסטע קאמפאני׳ס ציטערן אוועק.
נישט מיר, נישט דיר נישט, האט ער שוין בחייו קאנפירמט 30 טויזענט פלעשער! דאס רעכנט נישט אריין לכאורה די אלע וואס ער האט אנטזאגט.
הערסט א מעשה?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:21 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:21 pm
דורך בשבילי!
קינד_אן_קייט האט געשריבן:אז רוב (מאנכע זאגן ״אלע״)
Like this line
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:23 pm
דורך ישראל קאפקע
אז קאליפארניע'ס עקאנאמיע איז באלד צוויי מאל גרעסער ווי ניו יארק'ס, (איבער צוויי טריליאן) און ניו יארק איז ניטאמאל נומער צוויי, טעקסאס איז גרעסער,
איך האב אייביג געמיינט אז ניו יארק האט די גרעסטע עקאנאמיע אין אמעריקע
כבין אזוי פארשעמט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:25 pm
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=220334#p220334
אין כל חדש, נישט געזעהן בשעתו (ואתכם הסליחה).
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:23 am
דורך כוכב
אז די האניג קארטאפל בלעטלעך פון ליבערס קומען פון די אלגעמיינע wise פירמע (זיי זענען טאקע געשמאק.) אזוי שטייט אויף די באקסעס.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 11:16 am
דורך שמערל
און אזוי אויך זייער ארגינאלע און אלע אנדערע פלעיווארס
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:10 pm
דורך קאווע טרינקער
אז דער גאווענער פון ניו יארק איז א סינגל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:20 pm
דורך קאסטנער
אז וואלען קען אזוי איבערדרייען די שטאט
אין אז וואלען קען מעביר זיין על הדעת
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:21 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז דער גאווענער פון ניו יארק איז א סינגל.
ער איז א גרוש. בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט א גרויסע מיוחסת. פון די קענעדי משפחה. אבער זי איז געוועין א שיכור'טע. און זי האט געהאט נאך אנדערע מעלות. איז ער געגאנגען צום התאחדות און געגעיבן א גט. יעצט וואוינט ער מיט זיין צוקונפטיגע ווייב בדירה אחת. ווייל ער גייט אמאל חתונה האבן מיט איהר...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:21 pm
דורך דריידל
אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:42 pm
דורך שלמה המלך
דריידל האט געשריבן:אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.
איך ווייס דאס נאך אלץ נישט!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:15 pm
דורך יין שרף
[justify]די מעשה איז אז די קינדער אין חדר זענען געגאנגען אין וואלד, זיי האבן זיך געזעצט שפילן דריידל. און ווען די מלמד איז געקומען האבן זיי שנעל באהאלטן די דריידלעך און ארויסגענומען גמרות...[/justify]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:33 pm
דורך דריידל
שלמה המלך האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.
איך ווייס דאס נאך אלץ נישט!
מוז זיין אז די ביסט א בן שבעים און דיין רבי אין חדר האט דאס נישט פארציילט חנוכה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:52 am
דורך קינד_אן_קייט
אז ״באמבע״ איז רוסיש.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:07 am
דורך ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט האט געשריבן:אז ״באמבע״ איז רוסיש.
ס'איז נישט,
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:18 am
דורך לית דין בר נש
דריידל האט געשריבן:אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.
הכרח לדבריך בבקשה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:36 am
דורך קינד_אן_קייט
ישראל קאפקע האט געשריבן:קינד_אן_קייט האט געשריבן:אז ״באמבע״ איז רוסיש.
ס'איז נישט,
סתם געשאסן.