בלאט 19 פון 19

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 7:12 am
דורך אלבערט איינשטיין
שמן למאור האט געשריבן:א נייע מערכה פון פרומע עלטערן אין קרית יואל. (אהרונים)
ראבינאוויטש איז געווען גערעכט ווען ער האט פאראויס געשאצט אז עס וועט קומען א טיילונג ביי די חרדים.

שוין געווען אן אשכול דא אין קאווע שטיבל און דיסקוטירט צו די טיילונג אין אונגארן קען זיך איבער'חזר'ן. די מערהייט האבן געטענה'ט אז עס איז נאר געווען א געזעצליכע און לעגאלע טיילונג וואס האט אויסגעפעלט וועגן די נעאלאגן האבן געהאט אן השפעה אויף די מוסדות און שוהלן, וואס פעלט נישט אויס היינט אין די דעמאקראטישע אמעריקא.
קען מען לכאורה זאגן אז די יודישקייט איז געווארן מער ראדיקאליזירט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 10:38 am
דורך מרדכי מרדכי
איך גלייב נישט אז עס גייט זיין א טיילונג.
דעמאלט האט מען גערעדט צווישן ארטאדאקסן און נעאלאגן.
היינט וועט קיינער נישט זאגן אז אידן פון 5 טאונס אדער אנדערע מאדערנע פלעצער זענען נישט ארטאדאקסיש, טאקע מער מאדערן אבער נאכאלץ ארטאדאקסיש, און אפילו די מאדאקס.
אפשר וועט יא זיין א טיילונג צווישן אולטרא פרום און נארמאלע? חסידים.
עס קען אויך זיין אז עס וועט זיך עפענען מער מוסדות וואס ווילן אריינלאזן מענטשן מיט סמארטפאונס אקעגן די קהילות מוסדות וואס וועט זיין סמארטפאון פריי.

עס וועט נאך אמאל זיין א קאמפיין סלאגאן "סמארטפאון מאכט פריי".

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 8:39 pm
דורך שמן למאור
האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!

https://www.bhol.co.il/news/1499222

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:24 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א מין אמעראצישע דמיון!! גאונות פון אמיראצעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
שמן למאור האט געשריבן:האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!

https://www.bhol.co.il/news/1499222
כ'גלייב נישט אז מ'רעדט דא פון יום כיפור, כלל ישראל שרייט דאך אויס אנפאנג יום הקדוש...

עַל דַּעַת הַמָּקוֹם וְעַל דַּעַת הַקָּהָל בִּישִׁיבָה שֶׁל מַעְלָה וּבִישִׁיבָה שֶׁל מַטָּה, אָנוּ מַתִּירִין לְהִתְפַּלֵּל עִם הָעֲבַרְיָנִים

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 11:07 pm
דורך וואלווי
שמן למאור האט געשריבן:האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!

https://www.bhol.co.il/news/1499222
נישט געזארגט, ער עט זיך איבערבעטען. פין דעם אנגעצויגענע יום כיפור טעג ביז די שיינע "לעכטיגע תולדות אברהם יצחק'דיגע ווינטער שבתים", איז דא גענוג צייט אז די הייליגע רבי וועט זיך איבערבעטן און זיך לאזן ערהוילן אין די אינטערנעטיגע פאלאצן און פרייוועט דזשעטס, פון אמעריקאנע מגושם'דיגע אפגעגאלטע מאדערן ארטאדאקסישע יאנג איזריעל סמארטפאון יודענטום.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 1:24 am
דורך שמעון וואלף
אדער וועט ער געוואר ווערן וויפיל פון זיינע אייניקלעך זענען מחובר מיט די כלים, וועט ער שנעל טוישן די ניגון.

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 9:53 am
דורך ליב צו וויסן
שמן למאור האט געשריבן:האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק: מען דארף ארויסווארפן אידן וואס פארמאגן סמארטפאונס פון ביהמ"ד אפילו יום כיפור..!

https://www.bhol.co.il/news/1499222
גוטע סעמפל פון רבנים.

ער האט נישט קיין השגה וואס דאס איז א סמארטפאון, אבער איז שוין גרייט צו ווארפן אידן אין יום כיפור.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 8:27 pm
דורך מרדכי מרדכי
אינטערעסאנט, איך האב געדרוקט אויפן לינק צום ארטיקל און עס קומט ארויף דעם קעפל אז ער מיט וויז'ניצע רבי האבן געליטן גיהנום, אבער פאר א איד מיט א סמארטפאון מעג מען טוהן די זעלבע.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 3:19 pm
דורך קהל'ס נער
שמעקעדיג האט געשריבן:חוץ מזה וואס איך גלייב נישט אז מען גייט עס גענצליך אסר'ן, מסיבות שונות (און בכלל איז שווער צו אסר'ן א זאך וואס האט שוין יארן לאנג א "היתר"), וועט עס נישט העלפן אויך נישט. ווייל לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין א תיקון השלם, מען האט דאך געלייגט א טעראר אויף אלע היימישע אידן דורך די רבנים, עסקנים און מוסדות, טא וואלט דאך געדארפט זיין ממש א הערליכע וועלט, בל יראה ובל ימצא ביי אונז סיי וועלכע דעווייס וואס איז נישט 100% אפראווד ביי די וועד משמרת לוויזויהייסטעס, און בכלל האט מען דאך גע'אסר'ט וואטסעפפ און טעלעגראם, און פרויען איז דאך מאן דכר שמי', וועלכע פרוי עס האט נאר 4 אינטשעס אונטער די קני טאר דאך נישט פארמאגן א סמארטפאון ח"ו רח"ל, און דערווייל? די היימישע טשענעלס האבן טויזענטער סובסקרייבער און ליינער, און ווי דער שרייבער אליין איז מעיד אז אין די ישיבות איז דער מצב געפערליך, בבחי' עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, ד.ה. אז די גאנצע מערכה האט גאנץ קנאפ געהאלפן - גענוי ווי עקספעקטעט ווען מ'גייט מיט טעראר - די אראבישע פרילינג איז אין פולן שוואונג, פאר יעדן כשר'ער טעלעפאן וואס איינער האנדלט זיך איין קומט אויף 10 נייע סמארטפאונ'ס, ממש כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, און אנשטאט די רבנים ועסקנים זאלן איינזעהן אז די מערכה איז פארלוירן, גייט מען ווייטער אין קאפ אריין, און מען גייט פרובירן "אינגאנצן" אסר'ן.....

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.
@שמעקעדיג אינז ווארט מיר פאר א אפדעיט....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 9:13 am
דורך מרדכי לא יכרע
מדארף קענען מחלק זיין צווישן נארמאלע פארשטאנדיגע תקנות און צווישן זינלאזע נארישע תקנות.
א תקנה וואס קומט מיט פארשטאנד צו די מציאות וואס גייט פאר אויף די וועלט אז עס איז 2023 און אז עס איז דא אינטערנעט און לכאורה " היר טא סטעי", אבער פראבירט צו מאכן סדר וואס און ווי און וויאזוי איז לכאורה א בארעכטיגע. מה שאין כן ווען די אזוי געריפינע "לידערס" מיט די מערסטע פארגעשריטינע כלים ‏(פארשטייט זיך לצורך...‎ ) קומען מאכן תקנות ווען כי פלעינע מענטשן מעגן אויך האבן/קוקן וכו' איז עס......

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 11:38 pm
דורך שמן למאור
שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 11:46 pm
דורך יין שרף
די גרעסטע רחמנות איז די אשה החשובה פאר וועם די צעטל איז לזכותה..

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 12:13 am
דורך שמעון וואלף
שמן למאור האט געשריבן:שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...
נישט אזוי פינקטליך ווייל ס'שטייט נישט וואס מ'דארף טון מיט דער וואס זאגט mind your own business. דארף מען אים בלויז אנשרייען, אדער זאגאר ארויסשטיפן? ואת"ל אז מ'דארף אים ארויסשטיפן, וואס טיט זיך מיט דער וואס שטייט פון די זייט און העלפט נישט צו?
בקיצור, איך בין יעצט מער צימישט ווי פריער. איינער האט די נאמבער פון וועד החינוך הכללי?

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 12:19 am
דורך ערנסטגערעדט
שמן למאור האט געשריבן:שארף... מיט פונקטליכע אנווייזונגען...
״אדער שמועסט צווישן זיך״
סמיינט לאו דווקא א סעלפאון, אפילו סתם שמועסן?

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:11 am
דורך שמעקעדיג
די טעראר גייט ווייטער און ווייטער, בעיקר אויף כולל יונגעלייט און מאמעס, איי געס דארט איז א גרינג פעלד צו אסר'ן...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p4777415

Re: טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
נאך גרויס דרוק פון די עקסטרעם רעכטע לאגער איז זיי געלונגען צו פאר'חתמ'ן א רייע רבנים קעגן די משגיחי כשרות וועלכע באזיצען כלים האסורי''ם, דאס קומט נאך אן אפציעלע בריוו פון די עדה בערך צוויי יאר צוריק מיט א היתר פאר די משגיחים, וועלכע איז געשריבען נאך א שטארקע העצע פון ר' צ"מ ז"ב.
(מערק די געקונצעלטע לשון, הייבט זיך אן מיט א לשון בקשה און ענדיגט זיך מיט א לשון איסור, ווארשיינדלעך צוויי בריווען צאמגעשמאלצען כדרכם)

Re: טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:17 pm נאך גרויס דרוק פון די עקסטרעם רעכטע לאגער איז זיי געלונגען צו פאר'חתמ'ן א רייע רבנים קעגן די משגיחי כשרות וועלכע באזיצען כלים האסורי''ם, דאס קומט נאך אן אפציעלע בריוו פון די עדה בערך צוויי יאר צוריק מיט א היתר פאר די משגיחים, וועלכע איז געשריבען נאך א שטארקע העצע פון ר' צ"מ ז"ב.
(מערק די געקונצעלטע לשון, הייבט זיך אן מיט א לשון בקשה און ענדיגט זיך מיט א לשון איסור, ווארשיינדלעך צוויי בריווען צאמגעשמאלצען כדרכם)
נאך...

Re: טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:23 am
דורך עמרם
unnamed (39).jpg

Re: טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 3:35 pm
דורך שמעקעדיג
.

Re: טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 12:56 am
דורך whatever
איך בין געווען אויפן גאס אין בארא פארק, קומט צו צו מיר א יונגערמאן, זעהט אויס גאנץ יונג מיט א קליינע שווארצע בארד, גראדע זעהט אויס גאנץ נארמאל צוזאמגענומען, ער זאגט מיר "אנטשולדיגט", איך הייב אויף מיינע אויגן פון מיין פאון און קוק אים אן, זאגט ער מיך (בערך די לשון) "מ'בעהט מ'זאל זיך נישט ארויסנעמען א טריפהנע טעלעפאון", און ער וואקט אוועק מיט שנעלע טריט, נאך איידער איך זאל עפעס ענטפערן...