בלאט 19 פון 19
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 4:45 pm
דורך מענדל
סתם אזוי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 4:05 pm
איך געדענק נישט ווען , באט איינמאל ביי א סקווערע חתונה, איז די תורת מרדכי געקומען מיט שווארצע זאקען צו ווייזען ברוגז.. די שוועסטער הרבנית מסקווירא האט אים געשיקט א פעקל ווייסע זאקן נעקסטע צופרי
הרבנית מסקווירא איז נישט געווען זיין שוועסטער
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 5:04 pm
דורך עמרם
מענדל האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 4:45 pm
סתם אזוי האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 4:05 pm
איך געדענק נישט ווען , באט איינמאל ביי א סקווערע חתונה, איז די תורת מרדכי געקומען מיט שווארצע זאקען צו ווייזען ברוגז.. די שוועסטער הרבנית מסקווירא האט אים געשיקט א פעקל ווייסע זאקן נעקסטע צופרי
הרבנית מסקווירא איז נישט געווען זיין שוועסטער
געווען זיין ניס
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 5:08 pm
דורך צפת
זיין שוועגערין?
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 5:18 pm
דורך סתם אזוי
גערעבט, שוועגערען, ניס, מחותן
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 5:41 pm
דורך מענדל
דאס איז וואס איינער שרייבט בנגוע די קשר פון סקווער מיט ר מאטלע ז"ל און דעם אשכול
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 3&start=46
נישט ווען מען האט זיך אויסגעדרוקט צווייפלדיג אויב דער רבי האט נאך זכות אבות, ווייל מען האט צובראכן די טעלעוויזיע ביי הרה"צ ר' יעקב יוסף'ס חתונה; נישט ווען מען האט מסביר געווען דער טעם פארוואס די געריכט האט זיך פארלייגט אויף אונז – ווען מיר זענען דורך דעם ביטער שווערער תקופה מיט די רעגירונג, און אויך נישט ווען מיר האבן חוטא געווען צו שתדל'ן פאר פדיון שבויים. געווען פעלער וואס נאך יענעם מוצאי שבת איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף משפחה שמחות און געשמאק פארברענגט אינאיינעם.
אזוי אויך געדענקען מיר נישט יעצט אנדערע ווייטאגן פון די פארגאנגענע יארן. מיר געדענקען נישט יעצט ווי מען איז געטאנצן אויף אונזער בלוט ווען מיר זענען דורך די "ברענעדיגע" תקופה, און יעדע פאר מינוט זענען געקומען נייע סטראשונגען וועגן מחאות, און פארלאנגען וואס אלץ מען ערווארט פון אונז, א שטייגער ווי גיין מבקר חולה זיין אין שפיטאל, וכו', וכו', אשר אין כאן המקום להאריך.
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 6:18 am
דורך [NAMELESS]
מיסטעריע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:43 pm
אבער קיינער זאל נישט פארגעסען, אונז עמך אידן פשוטי העם פארלאנגט מען צו זיין איידל און א מעביר על מידותיו וכו' נישט מחזיק זיין מחלוקת און פירוד לבבות, און זיך היטן דעם דיבור פון לשה"ר ורכילות, אבער די מנהיגי העדה, זיי מעגן אלעס
ווי האט דער ריזשינער אייניקעל געזאגט ווען ער האט געכאפט חסידים שפילען "דאם" בליל ניטל אין ביהמ"ד
אז פון דער שפיל קען מען זיך לערנען אסאך
מען קען נאר ארויף גיין איינס ביי איינס, ווען מען כאפט אויס דער שונא קען מען גיין צוויי, און איין מאהל וואס מען איז אויבן קען מען שוין גיין ווי מען וויל.......
Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 7:20 pm
דורך קלוגע יודל
בנוגע מחלוקת סאטמאר - ויזניץ:
איידער די מחלוקתהאט געפלאצט האט ויזניצע רבי געזאגט פאר ר' אהרן:אז מיך מיט דיר ביידע האבן אליינס געפילט וואס מיינט א זיידא איז זיך נישט משתתף ביי א שמחה פון אן אייניקל, ביי מיר וועט דאס נישט געשעהן,אויף אלע אנדערע זאכן קען מען פארהאנדלן