בלאט 19 פון 37

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:36 am
דורך ונבנתה העיר
דארף מען וויסן מצד פלגינן דיבורא\נאמנות.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:18 pm
דורך קעניינע הארע
דאנק גאט איך האב שוין אויסגעווואקסען מיין פיצעלע דירה אין לכבוד פסח ציט מען זיך אריין אין א נייע דירה אביסעלע גרעסער,
עס איז די ערשטע מאל איך מוף און איך הער אז סע איז דא מינהגים וואס מ' פירט זיך ויהי נועם און נאך זאכען וואס איך ווייס נישט . קען איינער מיר זאגען וואס מ'פירט זיך ביים אונז היימישע אידען??

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:22 pm
דורך ישמעאל הכהן
קודם ערשטע זאך ביי אונז היימישע אידן צאלט מען פאראויס רענט 6 חדשים אלץ סעקיוריטי

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס אויך פון ויהי נועם, מאנכע זאגן עס 91 מאל, אדער חמשה חומשי תורה.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:47 pm
דורך ברסלבער
זיי זאגן אז די אלע זאכן איז נאר ביי א ניי געבויטע דירה, וואס איז יעצט געבויעט געווארן אויף א ליידיגע שטח. נישט ביי א דירה וואס איז געבויעט אויף א פלאץ וואו עס איז שוין פארדעם געווען געבויעט עפעס, און זיכער נישט ביי א דירה וואו איינער האט שוין דארט געוואוינט.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 pm
דורך יין שרף
עיין בשו"ת דברי יציב יו"ד סימן נט

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 pm
דורך יין שרף
2

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:30 pm
דורך קעניינע הארע
WOW WOW' דאס אלעס ברויך מען טהון?? עס איז נאכניש דא א גמ'ח פאר דעם אלעם?? יעדער טהוט טאקע די אלע זאכען?? אדער יש להקל?? {מע'רעדט פין א נייע דירה}

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:33 pm
דורך ברסלבער
אין די תשובה פון דברי יציב שטייט אז עס איז נישט אזוי וויכטיג, נאר א גוטע זאך צו טוהן.
אין דבר יום ביומו איז געווען לעצטנס עדוועטייזט א יונגערמאן וואס טוט דאס פאר געלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 4:51 pm
דורך יין שרף
ראה בלשונו, תראה לנקוט בעצות הנ"ל עד כמה שתוכל...

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:59 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס מענטשען שטעלן זיך אויף ביי געוויסע דערהויבענע זמנים?
ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!
איז עס אן ענין?
אדער מען וויל זיך סתם פילען דערהויבען?...

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 12:04 pm
דורך מ גפני
ברסלבער האט געשריבן:זיי זאגן אז די אלע זאכן איז נאר ביי א ניי געבויטע דירה, וואס איז יעצט געבויעט געווארן אויף א ליידיגע שטח. נישט ביי א דירה וואס איז געבויעט אויף א פלאץ וואו עס איז שוין פארדעם געווען געבויעט עפעס, און זיכער נישט ביי א דירה וואו איינער האט שוין דארט געוואוינט.

די מנהג איז נאר אויב ס'איז א פריוואטע הויז אדער אפילן א מולטי פאמיליע בילדונג? וואס דאן קען איך אפשר יוצא זיין אז מיינע שכנים (וואס האבן מער צייט וואו מיר) האבן געזאגט?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 12:13 pm
דורך מ גפני
ברסלבער האט געשריבן:אין דבר יום ביומו איז געווען לעצטנס עדוועטייזט א יונגערמאן וואס טוט דאס פאר געלט.

כ'דערמאן זיך אין מיינע יונגע יארן ווען כ'האב - נישט מער געדאכט - געקוועטשט די באנק אין כולל, דאן האט ריעל עסטעיט געבומט אין גרויסן און יעדער דריטער האט געארבעט אין קאנסטראקשען, זעה איך פלוצלינג מיין שכן אין כולל - א לא יצלח - קומט אריין מיט פארשמוצטע הויזן און שיך פרעג איך אים: יאנקעלע וואס גייט פאר מיט דיר? זאגט ער מיר: איך בין אריין אין קאנסטראקשן!!!, זאג איך אים: דו? קאנסטראקשן? זאגט ער: יא! איך זאג ויהי נועם'ס....

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 1:54 pm
דורך לית דין בר נש
סאשי פיש האט געשריבן:ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!

היות די פרעגסט נאר אויף פרה פארשטיי איך אז זכור פארשטייסטו יא פארוואס מען שטייט, אין לכאורה ווייל עס איז א דאורייתא אין אסאך מצוות דאורייתא וואס מען טוט נישט יעדע טאג שטייט מען (איך ווייס אויך נישט פארוואס אבער שטעל זיך פאהר א זיצעדיגע שופר בלאזן א זיצעדיגע לולב געשאקעלכטץ און אפילו א זיצעדיגע הדלקת נרות חנוכה אעפ"י וואס עס איז א דרבנן) איז פרה איז אויך לפי דעות א דאורייתא.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:16 pm
דורך געפילטע פיש
סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:20 pm
דורך אי איתמר
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס מענטשען שטעלן זיך אויף ביי געוויסע דערהויבענע זמנים?
ווי למשל ווען מען האט די וואך געליינט שבת "פרה" איז א האלבע עולם ביי מיך אין שול געשטאנען??!
איז עס אן ענין?
אדער מען וויל זיך סתם פילען דערהויבען?...


עס איז דא א ענין/הלכה לבעל נפש צושטיין ביי קריה''ת,
עס איז אויך דא א ענין זיך אויפצוהייבען ווען ס'שוויצט..
וואס פארשטייט דען א גוי ?

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:33 pm
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג האט געשריבן:טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?

זאג מיר מחבר אויף ד' פרשיות האסטו שוין אמאל גילערנט?

זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:39 pm
דורך לית דין בר נש
געפילטע פיש האט געשריבן:סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:18 pm
דורך אי איתמר
לית דין בר נש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

ער רעדט טאקע נישט דוקא ביי מצות פרה :?:
למשל ביי ברכת המזון און ער האט אויסגעבראכען די עסן סאו איז עס א שאלה צו מצוה דאורייתא דארף ער שטיין אדער זיצען ?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:22 am
דורך שמעקעדיג
יישר כח לית דין. איך האב עס געלערנט אבער שוין א לאנגער צייט צוריק. איך האב פארגעסן.
גיימיר חזר'ן...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:34 am
דורך יין שרף
מחבר הלכות קריאת התורה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:10 am
דורך לית דין בר נש
אי איתמר האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:סאו מ'דארף שטיין ווען מ'טוט די מצוה?

איך זאג נישט אז מען דארף נאר אסאך אידן פירן זיך אז ווען מען איז מקיים א דאורייתא שטייט מען (עס איז דא אידן וואס שטייען יעדן אינדערפרי ביי קר"ש ווייל עס איז א דאורייתא)
אין פארוואס פרעגסטו נישט דיין שאלה אויף תקיעת שופר? וואס דעמאלס לפי ידיעתי שטייט יעדע הגם עס הייסט תקיעת דמיושב.
עכ"פ איך מיין עס האט מיט דאורייתא אדרבה אז איינע ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.

ער רעדט טאקע נישט דוקא ביי מצות פרה :?:
למשל ביי ברכת המזון און ער האט אויסגעבראכען די עסן סאו איז עס א שאלה צו מצוה דאורייתא דארף ער שטיין אדער זיצען ?

ניין ביי בענטשן דארף מען זיצן סיי צו עס איז א דאורייתא אדער דרבנן!