בלאט 19 פון 28

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
אפשטאטענדיג א באזוך ביי די קבר פון דער ראדימנער רעבעצין זלאטע רובין אין קווינס. א ביה"ח ווי עס ליגן רבבות רבבות אידן, סאסייעטיס און חברות אין די צענדליגער; האבעך נישט געזען קיין ציו"ן לנפש חי"י פון זייערע קינדער און אייניקלעך אינעם גאנצן ביה"ח. כ'בין געווען דער איינציגסטער באזוכער ליידער. ס'האט מיר געשטאכן.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:02 pm
דורך שבת אחים
אפשר ווייל זייערע אייניקלעך זענען בידי מיט די לעבעדיגע און זיי האבן נישט קיין צייט פאר די טויטע.

[tag]זכרונו לברכה[/tag] אפשר קענט איר מסביר זיין.

אויב ווילסט טאקע זעהן אסאך פון זייערע אייניקלעך גיי צו די קאורט הייזער (לאויערס), שפיטעלער (דאקטורים), וואל סטריט, די מידעיא, קאלעדזעשס, האליוואד, סיליקאן וואלי, נאסא, מיאמי ביעטש, און אויף קאווע שטיבל :lol:.

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
אויב ווילסט טאקע זעהן אסאך פון זייערע אייניקלעך גיי צו די קאורט הייזער (לאויערס), שפיטעלער (דאקטורים), וואל סטריט, די מידעיא, קאלעדזעשס, האליוואד, סיליקאן וואלי, נאסא, מיאמי ביעטש :lol:.

!!Racist

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:43 pm
דורך שבת אחים
דיין מאמע איז א ראסיסט!

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:46 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:דיין מאמע איז א ראסיסט!

ניין

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 10:51 pm
דורך קאווע טרינקער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8LIU7jWLh6A[/youtube]
אשרי העם!

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 2:19 pm
דורך יעקב מענטש
@ קאווע.

פארוואס ברענגט דיר דאס טרערן?

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:02 pm
דורך איך אויך
זעהט אויס די אנשים ונשים וואס זיצן צוזאמען אן א מחיצה עקסייט עם.

Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:13 pm
דורך פליקער
מיך עקסייט די סיסטעם זייערע, זייער פראפעסיאנאליזם, ווי די ראשי ישיבה מגידי שיעור, אלע ציזאמען אן קיין גרימאסען אדער שרייעם אדער פארענטשעס, זיי זענען דא פאר די בחירי חמד, נישט פארקערט.

איך פלעג זיך דרייען דארט א צייט ציריק, איך מיז זאגן זיי זענען גאר ערלעך, אבער ריל ערלעך אן קיינע משוגעתן, יא זיי האבן כלים, אן יא זיי זענען נישט אזוי מקפיד אויף א פרוי'ס-ביל, אבער זיי דאווענען עני טיים אזוי ערלעך ווי אונז, און זענען גאר איידל, און זענען נישט מיט די קאפ צווישן די פיס רוב טאג, און ברעקינג נוז עס גייט נישט צום סוטרא אחרא. די חברה הארעווען, און זענען קריטיקאלע טראכטער, און זיי שטייען אויף פיל שטאפלען העכער פון די חסידים.
חבל אז מיר קענען נישט אויפקומען מיט אזא פראפעסינאלע סיסטעם פון ישיבה קאלידזש ווי זיי.
חבל אז מיר מאכן כסדר תקנות כדי מיר זאלן ערגעץ אנקומען אדער נישט אנקומען און עס געלינגט מילא נישט.
חבל אז מיר זענען ביזי שטיפן אינזער רבי מיט חסידות אנשטוט די רבי זאל זיך זארגען פאר אינז און אינזערע קינדער.
חבל אז איך קוק צי ווי מאדערענע זארגען זיך פאר די קומענדיגע גענעראציעס און פארזארגען זיי מיט רבנים ומנהיגים און מיר האבן נישט קיין שום סיסטעם אפילו עינדלעך דערצי.
און יא דאס ברענגט טרערן.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:36 pm
דורך איך אויך
די גראז איז אייביג גרינער אויף די אנדערע זייט.

ואגב איך פלעג אויך קענען די זאך פון דער נאנט און עס טוהט זיך זיך דארט חייבי כריתות אלס א דבר שבשגרה. (אויב נישט וואלט עפעס געווען ראנג מיט זייער געזונט צושטאנד, ווי איינער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ''בייאלידשי געווינט אייביג'' ופשוט הוא). איינע פון די מיידלעך האט אפאר יאר צוריק אפענליך געשריבן דערפון אויף א בלאג און דאס האט אויפגעשוידעדט זייער וועלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:39 pm
דורך יעקב מענטש
פליקער האט געשריבן:מיך עקסייט די סיסטעם זייערע, זייער פראפעסיאנאליזם, ווי די ראשי ישיבה מגידי שיעור, אלע ציזאמען אן קיין גרימאסען אדער שרייעם אדער פארענטשעס, זיי זענען דא פאר די בחירי חמד, נישט פארקערט.

איך פלעג זיך דרייען דארט א צייט ציריק, איך מיז זאגן זיי זענען גאר ערלעך, אבער ריל ערלעך אן קיינע משוגעתן, יא זיי האבן כלים, אן יא זיי זענען נישט אזוי מקפיד אויף א פרוי'ס-ביל, אבער זיי דאווענען עני טיים אזוי ערלעך ווי אונז, און זענען גאר איידל, און זענען נישט מיט די קאפ צווישן די פיס רוב טאג, און ברעקינג נוז עס גייט נישט צום סוטרא אחרא. די חברה הארעווען, און זענען קריטיקאלע טראכטער, און זיי שטייען אויף פיל שטאפלען העכער פון די חסידים.
חבל אז מיר קענען נישט אויפקומען מיט אזא פראפעסינאלע סיסטעם פון ישיבה קאלידזש ווי זיי.
חבל אז מיר מאכן כסדר תקנות כדי מיר זאלן ערגעץ אנקומען אדער נישט אנקומען און עס געלינגט מילא נישט.
חבל אז מיר זענען ביזי שטיפן אינזער רבי מיט חסידות אנשטוט די רבי זאל זיך זארגען פאר אינז און אינזערע קינדער.
חבל אז איך קוק צי ווי מאדערענע זארגען זיך פאר די קומענדיגע גענעראציעס און פארזארגען זיי מיט רבנים ומנהיגים און מיר האבן נישט קיין שום סיסטעם אפילו עינדלעך דערצי.
און יא דאס ברענגט טרערן.

איך נעם נישט אוועק זייערע מעלות, ס'איז קלאר אז קדושת ביהמ"ד איז דארט אויף א פיל גרעסערע מדריגה ווי אין די חסידישע שוהלן. אבער פון די אנדערע זייט די שוואכערע עפל פאלן ממש אין מיסט. מיט אלע אונזערע שוואכקייטן וואלטן זיי עניטיים פארטוישט זייערע פראבלעמען מיט אונזערע. וואס דו זעהסט דא איז די מזרח וואנט דארט, דו זעהסט נישט דעם גאנצן בילד.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:41 pm
דורך אחד העם
איך אויך האט געשריבן:די גראז איז אייביג גרינער אויף די אנדערע זייט.

ואגב איך פלעג אויך קענען די זאך פון דער נאנט און עס טוהט זיך זיך דארט חייבי כריתות אלס א דבר שבשגרה, איינע פון די מיידלעך האט אפאר יאר צוריק אפענליך געשריבן דערפון אויף א בלאג און דאס האט אויפגעשוידעדט זייער וועלט.

סיריעסלי?
איך ליין גוט?
פליקער רעדט פון מענטשען וואס לעבן נישט מיט די קאפ צווישען די פיס, ווייזטו ווי דו לעבסט יא מיט'ן מחילה אויפן ראש?

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:44 pm
דורך אחד העם
יעקב מענטש האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:מיך עקסייט די סיסטעם זייערע, זייער פראפעסיאנאליזם, ווי די ראשי ישיבה מגידי שיעור, אלע ציזאמען אן קיין גרימאסען אדער שרייעם אדער פארענטשעס, זיי זענען דא פאר די בחירי חמד, נישט פארקערט.

איך פלעג זיך דרייען דארט א צייט ציריק, איך מיז זאגן זיי זענען גאר ערלעך, אבער ריל ערלעך אן קיינע משוגעתן, יא זיי האבן כלים, אן יא זיי זענען נישט אזוי מקפיד אויף א פרוי'ס-ביל, אבער זיי דאווענען עני טיים אזוי ערלעך ווי אונז, און זענען גאר איידל, און זענען נישט מיט די קאפ צווישן די פיס רוב טאג, און ברעקינג נוז עס גייט נישט צום סוטרא אחרא. די חברה הארעווען, און זענען קריטיקאלע טראכטער, און זיי שטייען אויף פיל שטאפלען העכער פון די חסידים.
חבל אז מיר קענען נישט אויפקומען מיט אזא פראפעסינאלע סיסטעם פון ישיבה קאלידזש ווי זיי.
חבל אז מיר מאכן כסדר תקנות כדי מיר זאלן ערגעץ אנקומען אדער נישט אנקומען און עס געלינגט מילא נישט.
חבל אז מיר זענען ביזי שטיפן אינזער רבי מיט חסידות אנשטוט די רבי זאל זיך זארגען פאר אינז און אינזערע קינדער.
חבל אז איך קוק צי ווי מאדערענע זארגען זיך פאר די קומענדיגע גענעראציעס און פארזארגען זיי מיט רבנים ומנהיגים און מיר האבן נישט קיין שום סיסטעם אפילו עינדלעך דערצי.
און יא דאס ברענגט טרערן.

איך נעם נישט אוועק זייערע מעלות, ס'איז קלאר אז קדושת ביהמ"ד איז דארט אויף א פיל גרעסערע מדריגה ווי אין די חסידישע שוהלן. אבער פון די אנדערע זייט די שוואכערע עפל פאלן ממש אין מיסט. מיט אלע אונזערע שוואכקייטן וואלטן זיי עניטיים פארטוישט זייערע פראבלעמען מיט אונזערע. וואס דו זעהסט דא איז די מזרח וואנט דארט, דו זעהסט נישט דעם גאנצן בילד.

איינער פארשטייט פון וואס ער רעדט?
עפעס דערציילט ער פון עפל אויפן מזרח וואנט וואס איז געגאנגען אין מיסט.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:49 pm
דורך איך אויך
זעה אביסל דא. פאר ווער עס קען די מצב העניינים דארט איז עס כלל נישט געווען קיין חידוש, יא דער טערמין 'תפילין דעיט' שטאמט אויך פון זייערע סירקעלס. נאכאמאל עס איז סימפל בייאלידשי.

http://www.nytimes.com/2011/12/10/nyreg ... tryst.html

http://www.jta.org/2011/12/13/life-reli ... university

http://www.huffingtonpost.com/shira-dic ... 45762.html

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 4:56 pm
דורך פליקער
דאס טאקע רעד איך

איר זענט נאר ביזי מיט די פראבלעמען, איך נעם נישט אוועק אז זיי האבן פארבלעם'ס

איך פאוקוס פאר א ביסל אוף זייער טוב און עפעס אין מיר איז מסכים צי נעמען זייער טוב מיט די פראבלעם'ס

זייער טוב שטייגט, עס האט פאוקוס, עס איז ווייט גרייכענד, און איז פארשטענדיג מיט א לאנג טיים וויזיע.

עס קען ארבייטען אן חזר'ן סייעתא דשמיא אדער אז דער באשעפער וועט העלפען, זייער סוסטעם לייגט זיך אויפן שכל, און מיר האבן דאס נישט

אינזער סוסטעם קען נישט ארבייטן מיט קיין שכלדיגע פלאן, מען קען נישט ארויסוואפן א אינגערמאנטשיק אויפן אמעריקאנע גאס אן בערט קאנטראל ביי אכצען און עקפעקטן שכלדיג עפעס זאכלעך. ווען אלעס וואס ער קען איז מייסטענס אפאר האלבע פרקים בעיון.

יא מיר האבן מוצלחים - אמת, יא מיר האבן מיליאנערן - אמת, אבער קיין סוסטעם אדער קיין פלאן איז עס נישט.

#חבל

Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 9:52 pm
דורך יהושע חיים
ביי אונזער סיסטעם געשעט פונקט אזוי די אלע זאכן און די חילוק איז אז מיר קענען עס נישט הענדלן
דרך אגב זיי האבן איבער אמעריקע א גרויסע צאל בעלי תשובה וואס קומען צוריק

אבער די דאונסייד איז אז אפילו זיי זענען שומר תו"מ דאך לעבען זיי נישט ווי אידן און זייער אידישקייט איז אסאך ווייניגע און מהות (בדרך כלל)

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 11:26 pm
דורך קאווע טרינקער
יעקב מענטש האט געשריבן:@ קאווע.

פארוואס ברענגט דיר דאס טרערן?


די איידלקייט, די דרך ארץ, די געפילן פון תלמידים כלפי זייער רבי - (רבו שלמדו תורה!)

די ענווה און גדלות פון רב שעכטער,

די דגוש אויף ממשות, נישט אויף קאפל-סלייסעס,

אונזערע הויכפונקטן איז ווען קאלירטע בעקיטשע קומט אריין צו זיין אינגסטע טאכטערס חתונה און די מוזיק שפילט קול רנה.

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2017 11:27 pm
דורך קאווע טרינקער
איך אויך האט געשריבן:זעהט אויס די אנשים ונשים וואס זיצן צוזאמען אן א מחיצה עקסייט עם.


ס'האט אביי'ען אויך געברענגט טרערן וואס ער האט געזעהן א פרעמדע פרוי און מאן שפאצירן זיך אזוי איינגענעם. והבן.

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 10:38 am
דורך חצוצרות
פארוואס איז נישטא קיין מחיצה צווישן מענער און פרויען?

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 10:58 am
דורך ירח בן יומו
wow
זיי זינגען דארט אלע היימישע חסידישע ניגונים!

Re: ס'האט מיר געברענגט טרערן

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 12:37 pm
דורך מפוזרי
אט דער וואונדערליכער ארטיקל פון ואיה ואנה:
http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/203279

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2017 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:זעהט אויס די אנשים ונשים וואס זיצן צוזאמען אן א מחיצה עקסייט עם.


ס'האט אביי'ען אויך געברענגט טרערן וואס ער האט געזעהן א פרעמדע פרוי און מאן שפאצירן זיך אזוי איינגענעם. והבן.

קאווע טרינקער: או.קעי. דאס איז נישט קיין סאטמארער-בעלזער מעשה. וואו ווערט די מעשה געברענגט אין די גמרא...? איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן...!