בלאט 19 פון 44

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 1:54 pm
דורך מור וקציעה
'בילד

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 2:13 pm
דורך קאסטנער
שוין, וועלמיר מיזן גיין מיטן ענדרויט פאר ביז איבער ל"ג בעומר..

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 3:19 pm
דורך פרייוויליג
מען צווינגט א אידיש מיידל צו צוברעכן א פאון לזכות צו טרעפן א שידוך. איך וואלט געראטן אלע מענטשן וואס ווילן אוועקווארפן א פאון לאיזה זכות שיהיה, אז מען זאל דאס פארקויפן, און בזכות פון בל תשחית וועט מען געהאלפן ווערן.

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 4:30 pm
דורך בן אדם
נאך איינס פון דארט, ווי א רב מיט זיין עולם צוברעכן א אייפון.
#ליצים

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:19 pm
דורך בן אדם
יעדעס יאר קומט צו נייע סארט צעטעלעך...

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 7:15 pm
דורך וואלווי
איך ווייס וואס מ'וויל פין ר' שמעון'ן מיט סמארט פאונס. מילא אין די גמ' איז אלס תא שמע קום און הער א גוט ווארט. אבער אין זוהר איז דאך תא חזי, קום אין כ'וועל דיר ווייזען א קליפ א גוטס

נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 7:22 pm
דורך זבולון
די התנשאות פון די בני ארץ-ישראל איבער זייערע אמעריקאנער ברידער איז גרויליג און עקלדיג.

ביודעי ובמכירי - ווייס איך עטליכע שיינע אידן אין ארץ ישראל, וואס טראגן מיט זיך א כשר'ע דאומב פאון למען ישמעו, און א סמארטפאון למען יראו. (ואיכא דאמרי איפכא).

די אמעריקאנער אידן קענען שטאלצירן מיט זייער (ביסל) נארמאלקייט אין דעם הינזיכט, (אויכט נאר רעלעטיוו צו די ישראל'ער, ווייל אין אמעריקא איז אויך נישט קיין תיקון השלם), אז די טעראר איבער דעם נושא פון טעכנאלאגיע איז נישט איבערגעטריבן.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:54 pm
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: זונטאג מאי 29, 2016 11:57 pm
דורך זבולון
א נייע באדייט פאר די טשערנאביל דיזעסטער

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:11 pm
דורך יהושע חיים
בילד

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:11 pm
דורך יהושע חיים
בילד

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:25 pm
דורך אחד העם
קל וחומר האט געשריבן:דאס דערמאנט אביסל די תקנות פון בית ישראל...

סתם געשאסן.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:37 pm
דורך קל וחומר
וואס מיינסטע צו זאגן?
אז די ב"י תקנות איז געווען מער קוריאז?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 7:49 pm
דורך בן אדם
אונטער די אלע סארטן תקנות זענען אייביג געשטאנען די מער נידריגער מנהיגים פון כלל ישראל וואס האבן נישט געהאט קיין גרויסע השגות אבער ווי באלד זיי זענען געווען פאוערפול האט זיך יעדער געמוזט צושטעלן.

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 11:58 pm
דורך ירא שמים
איינער קען דא באריכטן וועגן די גורע (אמעריקאנע) טעכנעלאגיע אסיפה?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט געלעבט טויזענטער יארן אן סמארטפאון'ס. די תקנות זענען נאריש, אבער נישט ווי די פונ'ם ב"י וואס קומען אונטעררייסען חלקים פון לעבן פון טויזענטער יארן.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 4:15 pm
דורך שמעון וואלף
.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:55 pm
דורך יהושע חיים
דער שמעלצער איז גוט

באיאן
בילד

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 8:55 pm
דורך יהושע חיים
בילד

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:19 am
דורך ביליג
C/p
ברעיקינג!
ניו יורק מעיאר ביל דעבלאזיא האט היינט ביי א זיצונג מיט זיינע נאנטע ראטגעבערס פארגעשלאגן צו פארבאטן קארס פון פארן אין גאנץ ניו יורק סיטי!!
צוליב די פארמערטע עקסידענטס און פאטאליטן די לעצטע יאר האט ער מחליט געווען צו פארבאטן קארס בכלל עפעקטיעוו בקרוב אלס א חלק פון זיין וויזשן זערא.

זיינע ראטגעבערס האבן אים געפרעגט פארוואס ער נעמט אזא דראסטישע שריט ווען מען קען באהאנדלן דעם פראבלעים מיט גרינגערע און אחריות'דיגע מיטלען, אזוי ווי ספיד לימיטס, רעד לייטס, סטאפ סיינס, סטריט לייטס וכדומה פאר די דרייווערס ווי אויך סעיפטי מיטלען פאר די פיסגייערס ווי וואלק סיינס, סייד וואלקס, קראס וואלקס וכדומה.

ענטפערט זיי דער מעיאר, דאס איז א גרויסע פראבלעים וואס איך האב שווערעקייטן צו באקעמפן שוין איבער צוויי יאר, האב איך געטראכט לאז מיר זעהן ווי אזוי די חכמי ישראל בדורנו געבן זיך א עצה מיט שווערע פראבלעמען.
האב איך באטראכט ווי אזוי זיי האבן געלעיזט די טעכנעלאגישע פראבלעם פאר פרויען, קינדער און מענער שלא לצורך פרנסה. זיי האבן עס געאסרט!
זיי האבן געהאט די ברירה עס צו מתיר זיין מיט רעגולאציעס אזוי ווי עטס ווילטס מיר פארשלאגן, לאזן האבן קאמפיוטערס, סמארטפאון און אינטערנעט מיט פעסווארדס, פערענטאל רעסטריקשנס, צייט לימיטס, קאנטענט רעסטריקשנס, סקרינטיים וכדומה.
און פאר די באניצערס א הדרכה ווי אזוי א ערליכע איד פירט זיך, שיעורי חיזוק, פון יראת שמים יראת חטא, אהבת השם, מענטשליקייט, סעלף קאנטראל, שיעורי מוסר, חשבון הנפש וכדומה.
ווי אויך כשר'ע קאנטענט וואס דער ציבור דארף און וויל, ווי נארמאלע ערליכע מענטשן אין אלע דורות.

אבער ניין, זאגט ער זיי מיט א זיגרייכע שמייכל, די היינטיגע חכמי ישראל, וואס מיר אלע ווייסן זענען די קלוגסטע פאלק, האבן פארשטאנען אז די בעסערע וועג איז דאס צו אסר'ן איגאנצן און אזוי פטור ווערן פון די גרויסע פראבלעם איין מאל פאר אלע מאל.
איז ווער זענען אונז פאלנע גוים צו זיין קלוגער פון זיי זיך נישט צו אפלערנען די זעלבע ווי אזוי צו באקעמפן אונזער פראבלעם. איז בין איך געקומען צו די החלטה צו אסר'ן קארס אין די סיטי בכלל און מער וועט קיין עקסידענטס נישט געשעהן!

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:00 am
דורך מפוזרי
@יהושע חיים, פון וואו קומט דאס?

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:18 am
דורך יהושע חיים
מפוזרי האט געשריבן:@יהושע חיים, פון וואו קומט דאס?


גליון דער אוצר

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 2:06 pm
דורך מפוזרי
מה זה?