בלאט 19 פון 21

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:55 pm
דורך אליצפן
געפילטע פיש האט געשריבן:געטס נישט אויף אזוי שנעל, ס'זעט אויס אז ס'איז א ווארק אין פראגרעס, טשעקסט צוריק אין א טאג צוויי.

אליצפן, שקויך פאר די טיפ וועגן אפערא קלאסיש, כ'האב גראדע געזוכט א בראוזער מיט אזא פיטשור, אבער כ'מיין כ'וועל בלייבן מיט מיין כראם, וואס האט איין פינגערדיגע זום.

פ.ס. לאו דוקא אפערא קלאסיק האט עס, די נייערע אפערא בראוזער פאר ענדרויד האט עס אויך, מ'דארף נאר ענעיבעלען די Text wrap פיעטשער אין סעטינגס.

אפערא האט אויך איין פינגערדיגע זום. מ'דארף דאבל קליקן די טעקסט שנעל, און עס ווערט אוטאמאטיש גרעסער אין פיטעד צו דער פעידזש. לענ''ד איז אפערא פיל פיל בעסער ווי קראום. אבח מי אנכי לחלוק על געפילטע פיש המומחה והבקי בכל.

לייקס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 11:57 pm
דורך פרישער
ווי זענען דו לייקס אהין געקימען, איך וויל זעין מיינע לייקס, אדער אויסגיין פאר קנאה פון יענעם'ס לייקס, קען איינער זאגן ווי אזוי מען צינט אן דו לייקס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:12 am
דורך געפילטע פיש
אליצפן האט געשריבן:אפערא האט אויך איין פינגערדיגע זום. מ'דארף דאבל קליקן די טעקסט שנעל, און עס ווערט אוטאמאטיש גרעסער אין פיטעד צו דער פעידזש. לענ''ד איז אפערא פיל פיל בעסער ווי קראום. אבח מי אנכי לחלוק על געפילטע פיש המומחה והבקי בכל.

שערקויעך פאר די קאמפלימענט.
די דאבעל קליק האבן אסאך בראוזערס, אבער אין קראום ווען מ'דאבעל קליקט און מ'ווישט ארויף און אראפ זומט עס אריין און ארויס פונקטליך וויפיל דו ווילסט. נאר אפאר זאכן האט אפערא טאקע בעסער, די סינגעל קאלום וויאָ, טעקסט רעפ, און אז ווען מ'גייט צוריק צום פריערדיגן פעידזש דארף עס נישט נאכאמאל לאודן, נאר ס'בלייבט געסעיווד פון פריער. (וואס איז נישט עכט א פראבלעם פאר די נייערע שנעלערע פאונס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:23 am
דורך דעת תורה
איך האב א (8 אינטש) טאבלעט. לא נודע כי באו אל קרבנה קיין שום חילוק פון בעפאר. - סטאק בראוזער, דעסקטאפ אפציע נישט אין קראפט (אויסצומיידן איבריגע שאלות).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:28 am
דורך סאשי פיש
פארמעקען די קוקוס האט געהאלפען ביי מיך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:30 am
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:איך האב א (8 אינטש) טאבלעט. לא נודע כי באו אל קרבנה קיין שום חילוק פון בעפאר. - סטאק בראוזער, דעסקטאפ אפציע נישט אין קראפט (אויסצומיידן איבריגע שאלות).

הוא מותיב לה והוא מפרק לה, "איך האב א (8 אינטש) טאבלעט", די מאביל מאד קוקט לכאורה אויף די סקרין סייז אדער דיווייס מאדעל. (אדער [יעצט זעה איך סושי זאגט כעין זה] קען זיין דו ביסט אויף א cached page, און אויב דו פארמעקסט די קעש וועסטו יא באקומען די נייע פארמאט)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:48 am
דורך יידל
ישר כוח סאשי. נאכן פארמעקן די קוקיס, האב איך צוריק באקומען די אפציע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:24 am
דורך בן תמליון
עס טוט וויי דאס הארץ אזא כלי ווי יידל מוטשעט זיך נאך מיט 3G.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:27 am
דורך פרישער
וויי איז אים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:30 pm
דורך Java
מיר האבן צוגעלייגט די אפציע פון לייקן דורך די מאביל סייט. אפגעגעבענע לייקס קענען נאר געזען ווערן דערווייל אויפן דעסקטאפ סייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 4:51 pm
דורך zurich
נאך א מוירידיגע פראבלעים,אז ס' נישט דא קיין אפשען צו גיין צו די נעקסטע פעידז!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 5:02 pm
דורך יידל
אונטן איז דא א קנעפל מיט די # סימבאל, קליק דערויף צו גיין צו אנדערע פעידזשעס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 5:04 pm
דורך אליצפן
zurich האט געשריבן:נאך א מוירידיגע פראבלעים,אז ס' נישט דא קיין אפשען צו גיין צו די נעקסטע פעידז!

ס'איז יא דא, מ'דארף דרוקן אויפן נומער סימבאל (#) און דאן קרוקן דעם פעידזש נאמבער וואס איר ווילט.
אאאפס יידל האט מיך אויסגעכאפט די מצווה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 5:52 pm
דורך פרישער
מיר ווילן זעין דעים לייק ווער עס לייקט אלץ, אזוי ווי אויפן קאמפיוטר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:08 pm
דורך common sense
די נייער אויסשטעל איז אסאך בעסער ווי בעפאר, מען דארף זיך נאר צוגעוואוינען דערצו.
אחוץ דעם פראבלעם אז מען קען נישט ׳לייקן׳ איז דא נאך א פראבלעם, נעמליך אז ווען מען טוט רעאגירן ווערט א סארט געמיש פון ׳מאביל׳ און ׳דעסקטאפ׳.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:22 pm
דורך zurich
שכוח,למעשה האב איך מיר שוין אן עצה געגעיבן איך בין צוריקגעגאנגן צו די אלטע אויסלייג שכוח פאר דער וואס האט געגעיבן די עצה פון קוקיס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:45 pm
דורך נאה דורש
אויפן אייפאון מיט די סאפארי בראוזער ווי אזוי גייט מען צוריק צו דעסקטאפ וויוא?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:12 pm
דורך zurich
נאה דורש האט געשריבן:אויפן אייפאון מיט די סאפארי בראוזער ווי אזוי גייט מען צוריק צו דעסקטאפ וויוא?

גיי צו סעטינגס אן די טאפ אפ די פעידז,אין מעק אויס די קוקיס!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:55 pm
דורך נאה דורש
zurich האט געשריבן:
נאה דורש האט געשריבן:אויפן אייפאון מיט די סאפארי בראוזער ווי אזוי גייט מען צוריק צו דעסקטאפ וויוא?

גיי צו סעטינגס אן די טאפ אפ די פעידז,אין מעק אויס די קוקיס!

האט נישט געהאלפן. פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:13 am
דורך zurich
נאכן מעקן האסטו נישט באקימען די אפשען צו צוריקגיין צו די נערמאלע סעטינג?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:40 pm
דורך משה געציל
Wow! hands up for our beloved administrators!
your great work is undescribable!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:10 am
דורך זכר באנדל
גאנץ גוט די מאביל סייט, סוועט געדוירן אביסל צייט זיך צו צוגעוואוינען.
איין קלייניגקייט וואס איך האב באמערקט דערווייל, מקען נישט קליקן אויף עמבעדעד יו טוב קליפס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:22 am
דורך הדד בן בדד
אליצפן האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:נאך א מוירידיגע פראבלעים,אז ס' נישט דא קיין אפשען צו גיין צו די נעקסטע פעידז!

ס'איז יא דא, מ'דארף דרוקן אויפן נומער סימבאל (#) און דאן קרוקן דעם פעידזש נאמבער וואס איר ווילט.
אאאפס יידל האט מיך אויסגעכאפט די מצווה.


ארבעט נישט ביי מיר.

שרעקליך, פאר די לעצטע צוויי טאג, נישט האבנדיג צוטריט צו א געהעריגן כלי, האב איך פלעין נישט געקענט מיטהאלטן וואס דא גייט פאר, דער מאביל ווערזשאן איז פאר מיר א דיזעסטער, אבער ב"ה, משולם שטיינפעלד האט שוין געגעבן א גוטע עצה, און איך האב עס יעצט געטרייט, עס ארבעט ב"ה, יעצט קעמער ווייטער מיטהאלטן, אזוי האלבוועגס וואס מ'רעדט אין שטיבל.