בלאט 19 פון 50

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:30 pm
דורך [NAMELESS]
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:איי לאוו מאמענט, ליין עס מיט דארשט, איבערהויפט רבי יואל אשר לאבין באשרייבענגון, וואס איז מיין פען שרייבער, וואס איך דארשט צו ליינען זיינע מאמרים, און דער שטערן, שפאקטיוו, און יעצט אונעם מאמענט....

יא! אשר לעווין מאכט היסטארי יעדע וואך באזונדער! ער ברענגט א טעמע, קנעט עס גוט דורך, און איז געוואלדיג #למעשה!

די וואך מאכט ער היסטארישע היסטורי!!!
אנבליעוועביל! ווי ער שנייט אריין אין אונז! הגם ס'גייט אויפן חשבון פון באקאנטע דערשרעקט ער זיך נישט ווייל נאר אזוי וועט עס די עולם אריין גיין אין קאפ,
ער ברענגט אראפ שרעקעדיגע פארצווייפילטע פארווייטאגטע אמת'ע ציטאטען פון די באטרעפענדע,
ער האלט זיך נישט אפ פון שרייבען די צארטע מאמע קוקט אן די מאן מיט געמישטע געפילן פון רחמנות כעס שנאה...
ער ברענגט די אנגעווייטאגטע ספיקות געבן א גט-נעמען א גט וכדו'
ער האלט זיך נישט אפ פון אראפ רייסען די היימישע מוסדות וואס נישט נאר זיי לערנען נישט אויס די קינדער וועגען יוסטיץ העלפען זיי נאך צו ביי שכר לימוד צו טוהן אומריכטיג,
עקסטער רייסט ער אונטער די טרויעריג באקאנטע שארט סעיל'ס לאור די פרשה פון פארגאנגענע וואך, ציטירענדיג אן ארטיקל פונעם איד שנת תשע''ב ווי העסקן יודל ליכטנשטיין בעט זיך ביים עולם זאל אויפהערן מיט די שארט סעילס ווארענדיג אז עס וועט קומען די טאג וואס די רעגירונג וועט זיך נעמען צו דעם....
אלס געטרייע עסקן מיט אן הארץ פול מיט אהבת הבריות בכלל און אהבת ישראל בפרט פארגעסט ער נישט ארויסצוברענגען די חלק הרשעות פון די רעגירונג ווי ער אליינס האט ביי געוויסע געלענגענהייטן פאהר געהאלטן די שטאט טאטעס אויף דעם בלי לקבל איזה תשובה פירט ער אויס אז אונז קענען דאס סיי ווי נישט טוישען האמיר נישט קיין ברירה און מיר מיזען זיך טוישען,

[

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:18 pm
דורך יאיר
עס איז מיר שווער צו גלייבן אז איך רים אויס אן אידישע אויסגאבע, אבער נעמענדיג אין די הענט אריין דעם מאמענט נעכטן נאכט בין איך באמת נתפעל געווארן. איך האב עס דורכגעליינט מרישא לסיפא און הנאה געהאט ממש פון יעדן איינציגן ארטיקל. אויב זיי וועלן אנגיין אין דעם ריכטונג קען איך זען גרויס הצלחה פאר דעם מאגאזין.
די איינציגע שאלה בלייבט די פינאנציעלע חלק. צו דרוקן אזא מאגאזין קאסט הון תועפות, און איך גלייב אז די קונדן דעקן ניטאמאל האלב פון די תוצאות. דער עיקר הכנסה מוז זיין פון אדווערטייזמענטס. אבער עס איז ממש נישטא קיין עדס. איך האב אפגעציילט צווישן אכט און ניין עדס (דאס איז שוין ווען מען רעכנט אריין די באלעבאסטע, און ווען מען רעכנט צו די עדס וואס yhk לייגט אליין אריין). אויב וועט ער נישט זיין א דראסטישע פארבעסערונג אין עדס, זע איך נישט קיין עתיד פאר דעם מאגאזין. און אויב דאס וועט זיך פארמאכן, וועט עס זיין די ערשטע אידישע מאגאזין וואס עס טוט מיר וויי אז עס פארשפארט זיך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:29 pm
דורך ישראל קאפקע
עס קאסט דען פינף דאלער פער שטיק צו דרוקן דער מאמענט?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:33 pm
דורך יאיר
קודם כל, דער בעל הבית מאכט לכאורה נישט מער ווי 3 דאלער פער אויסגאבע. (ס'גייט אראפ א צוויי דאלער פאר'ן סטאר און דיסטריביוטער). לאמיר זאגן ער האט (מערסטנס) זעקס טויזנט קאסטומערס. קומט עס אויס א נישטיגע אכצן טויזנט דאלער. צו דרוקן אליין, פול קאליר און דריי באזונדערע אויסגאבעס, קאסט אים שוין באלד אזויפיל, לאמיר זאגן צען טויזנט. יעצט רעכן צו שרייבערס, גראפיקס, אפיס, סעקרעטערי, וכו' און ער בלייבט איבער מיט רויטע ציפערן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:36 pm
דורך ישמעאל הכהן
יאיר, ער האט נישט קיין 6000 קונים. ניטאמאל האלב, ששש. דערווייל בארגט ער נאך צאם יעדעס מאל ער גייט צום דרוק!
איך רעד וואס איך ווייס קראנט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:38 pm
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן:דער עיקר הכנסה מוז זיין פון אדווערטייזמענטס. אבער עס איז ממש נישטא קיין עדס. איך האב אפגעציילט צווישן אכט און ניין עדס (דאס איז שוין ווען מען רעכנט אריין די באלעבאסטע, און ווען מען רעכנט צו די עדס וואס yhk לייגט אליין אריין)

אפילו אומזיסט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:39 pm
דורך יאיר
ס'איז נישט קיין אפילו, ס'איז היינו טעמא. א זאך וואס איז אומזיסט וועלן אסאך מער מענטשן ליינען, האט ער גרינגער אדווערטייזמענטס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:43 pm
דורך פישלע העררינג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יאיר, ער האט נישט קיין 6000 קונים. ניטאמאל האלב, ששש. דערווייל בארגט ער נאך צאם יעדעס מאל ער גייט צום דרוק!
איך רעד וואס איך ווייס קראנט.

יעדע ביזנעס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:48 pm
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן:ס'איז נישט קיין אפילו, ס'איז היינו טעמא. א זאך וואס איז אומזיסט וועלן אסאך מער מענטשן ליינען, האט ער גרינגער אדווערטייזמענטס.

היינטיגע טעג.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:03 pm
דורך כוכב
דא קומט אריין מיין אלטער חקירה ווי שטארק דער היימישע אדווערטייזמענט אינדוסטריע איז, ווארום אפילו דער שטערן איז נישט עפעס איבערגעפילט מיט עדס.
אויסער זשי ענד זשי, תהלים כולל און שטריימל סענטער פון וואו נאך קען מען האבן עדס? דער גאנצער היימישער אדווערטייזמענט וועלט איז קליין לענ'ד, און דער בלאט און דער איד לעבן פון די אייגענע עדס פון זייערע מוסדות וואס זענען אלעס באצאלט כאטש סאיז אויף נידריגע ראטעס.

די ערשטע חלק פון דער ספק צי מקען צושטעלן א גוטע אויסגאבע האט דער מאמענט פותר געווען, אבער די וויזיע פון זיך דעקן מיט עדס איז ביי מיר שטארק מוטל בספק, די מעלות און דער שטערן לעבן טאקע ביידע יא הויפטזעכליך פון די קונדן.

ואל תדין פון די ענגלישע מאגאזינען וואס זענען גענצליך אן אנדערן פעלד, נעם למשל די אדווערטייזמענטס פון ישראלישע ריעל עסטעיט פירמעס וואס גיסן אריין הונדערטער טויזנטער דאלער יערליך, וכהנה וכהנה.
וצ'ע בכל זה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
מעלות האט גאנץ א שיינע צאל עדס פאר א פרומער אויסגאבע. זיי פארקויפן דאס מערסטע שטיקלעך אויך ביי-פאר.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:10 pm
דורך קרעקער
יאיר, ער האט נישט קיין 6000 קונים. ניטאמאל האלב, ששש. דערווייל בארגט ער נאך צאם יעדעס מאל ער גייט צום דרוק!
איך רעד וואס איך ווייס קראנט.



ניטאמאל האלב פון האלב
געווענדליכע חודש "פארקויפט" מאמענט 1900 שטיק
איך רעד וואס איך ווייס קראנט.

מיט דעם איז פארענפערט די 2טע קשיא, מידיע קאמפעניס ווערען נישט איבערגענימען פון ריפסטעיק און האנעלולו טריפס, זיי קיקען אויף נאמבערס
זיי דארפען פארקויפען כאטשיג 4000 קאפיעס צו קאווערען די הוצאות פאר מזעהט א דאלער פראפיט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:יא , אבער פאריגע וואך האט בכלל נישט אויסגעפעלט זיי זאלן מאכן אזא טרויעדיגע ארטיקל, ווי קימט אריין באשרייבן אבלים?? ווער דארף עס? מען דארף פונקטליך וויסן וויזוי א טאטע וואס פארלירט א קינד שפיערט?

אינטערסאנט פרשת. חיי שרה האבן זיי באשריבן עניני אבלות וועגן מיתת שרה, וואלטן זיי געדארפט פרשת לך לך האבן א אינטערווייו מיט מוהלים ;)

ציריך: און אויב מ'זאל גיין אויף דעים גאנג, דארפן זיי האבן פ' ויצא, אינטערוויוס מיט א פאר גנבים און שווינדלערס. און פ' וישלח מיט פאסטוכער און מאפיאנערן. און פ' וישב. ...שוין כ'וויל נישט זאגן... :roll:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 4:10 pm
דורך zurich
בערל ווען ס' ווען דא א אפשען פון לייקן נאכאמאל וואלט איך דיר נאכאמאל געלייקט :lol: :lol:

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:09 pm
דורך בר דעת
. בחינת מאויבי תחכמינו, זעענדיג ווי מאמענט ווערט אזוי געלויבט און באזינגען פון די אויבער חכמים פון יענע סייט הידוע. ווייס איך נישט, עפעס מוז זיין נישט צו גוט מיט'ן מאמענט. ערנסט גערעדט.

אייוועלט,ברוב חכמתם

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 8:16 pm
דורך כוכב
והנה און נון איז פון אונזערע. ער מאכט א ווערטל.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:03 pm
דורך פלאוויוס
[tag]כוכב[/tag] אויב דאס איז אמת, לייגסטו אים אריין אין א צרה צווישן זיינע פריינט... (חוץ אויב דו ווילסט אים טאקע להכעיס צעשמירן, ווייל ער איז אין אמת'ן א כשר'ער איד שלא טעם קאווע מעודו) :)

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:23 pm
דורך פישלע העררינג
הרב לאבין האט אהערגעשטעלט א מייסטער ארבעט די וואך!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:24 pm
דורך נולד מאוחר
ווען זיי זיי האבן ווען סאפיסטעקירטע קאמפיוטערס וואס כאפט וואס סגייט פאר ביי אונדז, דארף ווען רב לאבין נישט שרייבען קיין ארטיקלען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:19 pm
דורך פליישיגער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:33 pm
דורך סאשי פיש
פליישיגער נישט יעדע צווייטע הודעה פון דיך דארף זיין א לינק צו אייוועלט!

דו ביסט שוין קלוגער געווארן באהאלסט שוין צו ווי דיין לינק פירט!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:34 pm
דורך ישראל קאפקע
סאשי פיש האט געשריבן:פליישיגער נישט יעדע צווייטע הודעה פון דיך דארף זיין א לינק צו אייוועלט!

דו ביסט שוין קלוגער געווארן באהאלסט שוין צו ווי דיין לינק פירט!

גראדע איצט איז דער לינק זייער זאכליך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:37 pm
דורך בשבילי!
פיש מיט פלייש זענען זיך קיינמאל נישט עכט דורכגעקומען.