בלאט 19 פון 26

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 11:59 pm
דורך טאמבל סאס
כ'וויל אראפלייגן וויאזוי די נפיחה רעוועלוציע וועט זיך איבערכאפן אין די חסידישע וועלט
ס'וועט זיין א נפיחה גמ"ח פאר חולי ישראל וואו די גרעבסטע אידן וועלן זיין מעמבערס און גיין אין חסד גרופעס, שבת נאך די טשולנט, נפחה'נען אין די שפיטעלער.

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 1:57 am
דורך קליגער אינגערמאן
העט מען קענען דאווענען אין ביהמ"ד אן ווערן געשטערט פון די בעלי חסד..

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:00 am
דורך petergrifin
גרויליג! פוי! די גאנצע אויספאסט װיל ארויף קומען. :דיסלייק:

נשלח: פרייטאג יולי 25, 2014 4:32 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:אין 1977 האט נאסא ארויסגעשיקט אין ספעיס וואויעדשער וואן, זיין ציהל איז נישט אנצוקומען צו און שטודירן א ספעציפישן פלאנעט, נאר ער פארט אין א גראדע ליניע - מיט א שנעלקייט פון בערך 38,592 מפ"ש, א ביליאן מייל יעדע דריי יאהר - ארויס פון אונזער סאלער סיסטעם.

מען האט מיטגעשיקט מיט איהם א גאלדענע רעקארד און בילדער פון דער ערד, אויב וועט ער זיך אמאל באגעגענען מיט אינטעליגענטע ברואים [קארל'ס קארל סעיגן איז אויך געווען אויפן טיעם פון די מיסיע], פארשידענע סייענטיפישע אינפארמאציע, באגריסונגען פון פארשידענע מענטשען ובתוכם דער פרעזידענט, פארשידענע ערד קולות, ים וואלן, א בעבי וויינען וכו', און שטיקלעך מוזיק פון מאזארט וכדומה.

אין '79 האט ער געכאפט גאר שיינע בילדער פון דשופיטער און זיינע לבנות פון אזוי נאנט ווי צוויי הונדערט טויזענט מייל, האט מגלה געווען אסאך חידושים, ובתוכם א שיין בילד פון א וואלקעינא אויף איינע פון די לבנות וואס מען האט ביז דעמאלטס נישט געקענט זעהן.

פון דארט איז ער געפארן ווייטער זיך באנוצענדיג מיט די דעמאלטס נייע אויפטוה פון גראוועישענעל אסיסט [דהיינו אז מען באנוצט זיך מיט די גראוויטי פון פלאנעטן וכו' צו געבן א שטופ אויף ווייטער וכדומה], און אין '80 איז ער אנגעקומען קיין סאטורן און געכאפט בילדער פון אזוי נאנט ווי 77 טויזענט מייל.

אין '90 האט ער געכאפט - דאס ערשטע אין היסטאריע - א פאמיליע בילד פונעם סאלאר סיסטעם [די זוהן מיט איהרע פלאנעטן] ווי אזוי זי ווערט געזעהן פון אינדרויסען.

האלטענדיג היינט ביי 11 ביליאן מייל פון די זוהן [די צענטער פונעם סאלער סיסטעם] איז זי די ווייטסטע מענטש-געמאכטע זאך אין ספעיס, און ממילא האלט זי אויך די רעקארד פון שיקן סיגנאלן איבער די לענגסטע שטח, שיקענדיג און באקומענדיג סיגנאלן פונעם דיפ ספעיס נעטווארק.

יעצט - 35 יאהר אריין אין די מיסיע - האלט זי שוין ביים עק פונעם סאלאר סיסטעם, און נאסא האט געמאלדן אז בקרוב וועט זי זיך ארויסזעהן פון די השפעה פון די זוהן און איהרע פלאנעטן, און אריינגיין אין אינטערסטעלאר ספעיס די ליידיגע שטחים אין ספעיס וואו קיין שום סטאר סיסטעם איז נישט בעל הבית, ערשט אין 40,000 יאהר ארום וועט זי זיין 1.5 ליכט יאהר נאנט צו א שטערן וואס פליהט אין דירעקציע פון אונזער סאלער סיסטעם מיט א שנעלקייט פון 270,000 מפ"ש.

אזוי ווי מען רעדט דא פון 1977 טעכנאלאגיע האט זי א הונדערט טויזענסט'ל סיסטעם מעמארי פון א אכט גיג אייפאד נאנאו...

דורך די יאהרן האט מען צוביסלעך אויסגעלאשן פארשידענע חלקים כדי צו פרעזערווירן פאוער, און אין '25 וועט זי פארלירן די גאנצע פאוער.

עס זענען נאך דא גאר אינטערעסאנטע פרטים, אבער דאס וועל איך שוין מוזן איבערלאזן פאר יידל וחבריו.

למעשה טוהט זיך א גרויסע מחלוקת הפוסקים פונקטליך וואו זי שטייט אויף די וועלט, יעצט זענען צוויי סייענטיסטן מציע א טעסט וואס וועט - אין 2016 - קלאר מאכן איינמאהל פאר אלעמאהל צו זי איז שוין ארויס פונעם העליאספער, דורכ'ן בוחן זיין צו איהר מאגנעטישע פיעלד וועט זיך איבערדרייען אין תוצאה פון ארויסגיין פון די זונ'ס השפעה [עפעס אזוי...].

נאר קלאר צו מאכן, דא איז מבואר אז ארויסצוגיין פונעם סאלער סיסטעם וועט נאך נעמען א שיינע פאר טויזנט יאהר, ווייל הגם זי איז שוין דריי מאהל אזוי ווייט פון די זון ווי פלוטו, איז אבער דא א וואלקן פון קאמעטס - ערגעץ כ'ווייס ווי ווייט - וואס דרייען זיך אויך ארום די זוהן, און ממילא זענען זיי א טייל פונעם סאלער סיסטעם.

די שמועס דא איז נאר צו זי איז שוין ארויס פונעם העליאספער וואס איז כאילו א גרויסע באבל אין וועלכע די זון איז ממש בעל הבית מיט סאלער ווינטן און פארטיקלס, און איהר מאגנעטישע פיעלד.

אייראפעישער ספעיס-מאשין וועט פראבירן לאנדן אויף א קאמעט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
נאך צעהן יאהר און 4 ביליאן מייל איז די אייראפעישער ספעיס-מאשין 'ראזעטא' אנגעקומען צו איהר דעסטינאציע: א קליינטשיגע קאמעט, אינגאנצן 2.5 מייל ברייט.

אין מארטש 2004 האט די אייראפעישער ספעיס אגענטור ארויפגעשיקט די 9x7 פיסיגע ראזעטא מיט איהרע צוויי 47 פיסיגע סאלאר-פאנעלן, זי האט געמאכט עטליכע הקפות ארום די ערד-קוגל און מארס כדי צו פארשנעלערן איהר ספיד דורך דעם 'פלי-דורך' טעכניק, און זיך אריינבאקומען אינעם פלי-וועג פונעם קאמעט.

יעצט איז זי 60 מייל פונעם קאמעט - נישט גענוג נאנט צו ווערן איינגעבינדן אין זיין גראוויטי - און נאכ'ן ארויסשיסן 10 זעקס-מינוט'גע בלעסט'ס האט זי זיך פארשטייטערט און פליעט יעצט ביי 2 מפ"ש רעלאטיוו צום קאמעט, עס איז אין פלאן איהר צו ברענגן ביז 6.5 מייל נאנט, אזוי אז זי זאל זיך אנהייבן דרייען ארום איהם מכח זיין גראוויטי [אין 'ארביט'], צוזאמען פליען זיי ביידע אין די דירעקציע פון די זון ביי 35 טויזענט מפ"ש.

די גרויסע נייעס איז אז אין נאוועמבער וועט א קליינע 220 פונטיגע לענדער פארלאזן די ספעיס-מאשין און פראבירן צו לאנדן אויפן קאמעט - דאס ערשטע מאהל אין היסטאריע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:41 am
דורך I'm back
וואס איז די אויפטו פון לאנדען אויף דעם, אז ס'זאל זיך לוינען אויסצוגעבן אזויפיל געלט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:04 am
דורך ונבנתה העיר
קאמעטס - צוזאמגעשטעלט פון אייז, שטויב און שטיין - זענען שיריים פון בריאת העולם ווען אונזער סאלאר-סיסטעם האט זיך פארמירט, זיי ווילן זיך דערגרונטעווען צו פארשידענע שטיקלעך אינפארמאציע, [זעה נאך פרטים אין דעם צוגעצייכענטן 'טיימס' ארטיקל].

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:57 pm
דורך פארוואס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:18 am
דורך ונבנתה העיר
די ספעיס מאשין איז שוין פארכאפט אין דעם קאמעט'ס גראוויטאציע און אט אט קומט שוין דער גרויסער טאג, עס איז ערווארטעט אז היינט וועט די אייראפעישער ספעיס אגענטור מודיע זיין די פונקטליכע פלאץ וועלכע איז אויסגעקליבן געווארן פאר די לאנדונג.

אין נאוועמבער 11 וועט מען פראבירן צו לאנדען אויפן קאמעט, די מיסיע שפילט זיך אפ צו ווייט פון אונזער פלאנעט אז מען זאל קענען קאנטראלירן די לאנדוג אין ריעל-טיים, די ענדגילטיגע אנווייזונגען פאר'ן לענדער וועלן ווערן אפלאודעד מיט עטליכע טעג פריער.

די לענדער איז שוין אקטיוויזירט געווארן, דאס איז א בילד וואס זי האט געכאפט, פון אויבן איז דער קאמעט און פון אונטן די סאלער פאנעלן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:20 am
דורך נולד מאוחר
ערשטע קינד געבוירען דרך א איבערגעפלאנצטע רחם
http://nyp.st/1rJnSFF

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:13 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:ערשטע קינד געבוירען דרך א איבערגעפלאנצטע רחם
http://nyp.st/1rJnSFF

דאס איז א היסטארישע! דורכברוך אין עולם הinfertility, אדער ענדערש עולם הfertility. ס'וועט קענען אויפרעכטן פארלקער וואו די מאמע איז דורכגעגאנגען קימא טעראפי, אדער האט אנדערע פראבלעמען מיטן יוטערוס. אויב ביז די וואך איז דאס אלעס געווען נאר שפעקולאציע, איז דאס היינט א מציאות!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:15 pm
דורך יאיר
גרויסע נייעס פאר די מאמינים באבולוציה: מען האט באוויזן צו רעקאנסטראקטן די די ען עי פון דעם עלטסטן היומען וואס מען האט דערווייל געפינען אויסער אפריקע. דער 45,000 יעריגער פאסיל פארמאגט לענגערע שטראנדעס פון ניענדערטאל די ען עי, וואס באשטעטיגט ווידעראמאל אז מיר ציען אונזער יחוס סיי פון האמא סעפיאנס און סיי פון ניענדערטאלס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:33 pm
דורך שמערל
זאג, א רוסישע נייעס מעלדסטו אויך נאר פאר מאמינים בפוטין?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:41 pm
דורך פליקער
איך כאפ נישט די ראיה, מיר זענען 98 פערצענט מאנקי לויט דיענעי, וואס וועלן זיי ענטפערן, אדער זענען מיר פון ניענדיטאל'ס אדער מאנקי'ס איינס פון די דריי

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:47 pm
דורך ישמעאל הכהן

GLOBAL WARMING

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 1:50 pm
דורך לא להנאת גופי
רוב מענטשען ווערן נערוועז ווען מרעדט וועגן דעם. אבער פאר דיע וואס ווערן נישט:
2014 בארוכטעט די ווארעמסטע יאר אויף רעקארד!!!!
וואס קענען מיר טון???
מתפלל זיין???

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
לא להנאת גופי האט געשריבן:רוב מענטשען ווערן נערוועז ווען מרעדט וועגן דעם. אבער פאר דיע וואס ווערן נישט:
2014 בארוכטעט די ווארעמסטע יאר אויף רעקארד!!!!
וואס קענען מיר טון???
מתפלל זיין???

האסט פארגעסען צו צולייגען אז די רעקארד איז נאר 150 יאר. סא נישט געפערליך

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:36 am
דורך ישמעאל הכהן
סייענטיסטן האבן געטראפן א וועג צו מאכן א געקאכטע איי צוריק רוי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 12:34 pm
דורך ישראל קאפקע
ישמעאל הכהן האט געשריבן:סייענטיסטן האבן געטראפן א וועג צו מאכן א געקאכטע איי צוריק רוי.

נעקסט קומט ערצייגן א לעבעדיג הינדל פון א פארדייעטע אייער סאלאט? :P

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:18 am
דורך איך אויך
איך וואלט געטשוזט פאר א וועג אז אלע געלט וואס כ'האב אויסגעגעבן זאל צוריקומען צו מיין טאש.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:35 am
דורך נולד מאוחר
אויב איינער בייסט אראפ דיין פיטום.
nypost.com/2015/03/13/successful-penis-transplant-performed/

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:40 am
דורך petergrifin
דײן לינק גײט גראד צו הויפט זײט.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:43 am
דורך נולד מאוחר
געפיקסט, סארי