בלאט 19 פון 94
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 17, 2015 11:16 pm
דורך שבת אחים
רויטערס מאכט נישט קיין גיטע חשבונות זייערע קאלקעילעיטארס זענען צובראכן,

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 17, 2015 11:39 pm
דורך בראשית
דערווייל האט בערני באקומען גאר א וויכטיגע ענדארסמענט Keith Ellison די ערשטע איסלאמישער קאנגרעסמאן. דאס איז דו צווייטע אינדארסמענט בערני באקומט פון קאנגרעסלייט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:08 am
דורך mevakesh
גערעכט עס איז דערפרישענד אז דער איינציגסטער מוסלעמענער קאנגרעסמאן אינדארסירט דער איינציגסטע יידישער קאנדידאט
אויף עברית זאגט מען יש תקוה
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:32 am
דורך בראשית
איך וואלט מיך געשעמט מיט אזעלכע אינדארסמענטס ווען דאס איז ס"ה די צווייטע קאנגרעסמאן. נאך אפאר אזעלכע געווינסען און ער וועט קענען פאקען פעק.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:36 am
דורך mevakesh
פארוואס? ער לויפט אין די דעמאקראטישע פריימעריס, נישט די רעפובליקאנע ווי מען מוז זיין א קריסט
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:18 am
דורך בראשית
א דאנקן פאר די אויפקלערונג אז ער לויפט נאר אויף די דעמאקראטישע פארטיי ווי איסלאם איז שטארק פאפיולער. און נישט פאר פרעזידענט אויף די פאראייניגטע שטאטן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:23 am
דורך שבת אחים
זייט ווען איז א חילוק וואס קאראפטירטע קאנגראסלייט זאגן? זיי טוען דאך כמעט גארנישט אויסער קאמפיינען א גאנצע צייט און זיך לעקן צו זייערע נדבנים וואס שטאפן זיי מיט געלט און זיך באטייליגן אין זייערע פארטיס און האלטן שיינע רעדעס, קאנגרעס אפראוואל רעטינג אין 2014 איז געוועהן 14%!!!, רוב אמעריקאנער האבן נישט קיין שום נוצן פון זיי און פארקערט דאס ווייזט די אמת אז די קאנגראסלייט וואס זענען אין וואשינגטאן ווילן נישט בערני ווייל ער מיינט ביזנעס און ביי אים איז נישטא קיין מעשיות, זיי ווילן בלייבן ביים אלטען און אסאך פון די קאנגראסלייט זענען נאר אין וואשינגטאן צו באקומען פובליסיטי און קאנקעיקשאונס און זיי ווילן נישט קיין ערנסטע קאנדידאט, אויב וועט אבער בערני ווערן העכער אין די פאולוס און ער וועט געווינען די נאמינאציע וועלן די דעמקראטן אלע פלוצלינג אריבערשפרינגען צו זיין זייט אזוי גלייב איך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:34 am
דורך ישראל קאפקע
בראשית האט געשריבן:א דאנקן פאר די אויפקלערונג אז ער לויפט נאר אויף די דעמאקראטישע פארטיי ווי איסלאם איז שטארק פאפיולער. און נישט פאר פרעזידענט אויף די פאראייניגטע שטאטן.
גענוג מיט דיין פאנאטישע רעליגיעזע שאוועניזם. וואס איז דא, די מיטל-אלטער אייראפע?
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:48 am
דורך ליפא
ביידען גייט לויפן זאגן שמועות.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 4:25 am
דורך שבת אחים
בראשית האט געשריבן:א דאנקן פאר די אויפקלערונג אז ער לויפט נאר אויף די דעמאקראטישע פארטיי ווי איסלאם איז שטארק פאפיולער. און נישט פאר פרעזידענט אויף די פאראייניגטע שטאטן.
זייט ווען איז איסלאם פאפיולער ביי די דעמקראטן? זייט די ריפובליקאנער האבן אפגעמאכט אז אבאמא איז א מוסלימענער און א אנטי קרייסט??? אפשר ווייל זיין מיטעלסטע נאמען איז כוסעין ???
לויט די דעמקראטישע אידילאגיע איז א איד א קריסט א מוסלימנער און א מעקסיקאנער גלייך, ביי די ריפובליקענס ווידער ווענדט זיך צו די ביסט פון די ריינע ראסע צו נישט, און ווילאנג מ׳קען דיוויידען און דימאנייזן מינאריטי׳ס קען מען קיינמאל נישט האבן קיין אמתע פרייע דעמקראטישע לאנד! היינט זענען זיי קעגן מעקסיקאנער מארגן קענען זיי זיין קעגן די אידן!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:15 pm
דורך בראשית
אז הארגענען מענטשן און נאמען פון איסלאם ווערט גערופן work place violence און איך קען ברענגן א בארג פון דגמאות ווי די אובמה אדמיניסטראציע האט זיך אנגענומען פאר עקסטרעם איסלאם ווי למשל און עגיפטען פאר די מוסלעם ברודערהייט. אבער איך וועל מער נישט אי"ה שרייבען אויף דעם אשכול איך בין נישט אינטערסירט אויף יעדע ווארט איך שרייב צו דארפן נאכדעם שרייבן פינעף איז לכן הצלחה אייך אלע איר קענט ווייטער גיין קאפ אין וואנט ווי דער בת היענה אין שטיצע פון בערני און אויך זיינע הויפט שטיצער Keith Ellison וואס האט געלאזט פאלן ווערטער אז סעפטעמבער עלעווען איז געווען אן אינסייד זאך וכו וכו. נייס טאלקינג וויס יו גייס ענדשוי.
און אוודאי גיין קאפ אין וואנט בלינדערהייט איז די דעמעקראטישע מהלך פון נישט ווילן קוקן פאקטן אין פנים אריין בנוגע די אלע אישוס ולכן האט עס אזא פנים. והיינו טעמא דבראדערהאט היינו טעמא דאייסיס. .... דאיראן דיל. ... דרוסלאנד. ... און וואס נישט.
און וועגן די ריינע ראסע איז אבאמא מיט זיינע חברה געעווען גרייט צו באשולדיגן זיינע אידישע פריינט אין וואשינגטאן א פיגור ווי שומער אלסטר דועל לאיעלטי. און יעצט קערי גלייך געווארפן שילד פון טעראר פון די איסלאמישע רוצחים אויף אידן די לינקע NBC האט געשניטן ווידיאס צי העלפן די רוצחים. יא דאס איז די פנים פונם מיטל אלטער ווי ער געפרעגט!
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 2:59 pm
דורך שבת אחים
נעבעך, לעבסט אין א באבעל מיין פריינד, ווייסט אז אבאמא'ס בעסטע ראטגעבער און נאנטסטע פריינד זענען אידן? אזעלכע אידן וואס פארן קיין ישראל מאכן די בר מצוה ביים כותל? למשל
ראם עמוניאל און
דעיוויד אקסאלראד און נאך אסאך אנדערע און זיי זענען אלע מסכים צו די איראן דיעל?
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 3:18 pm
דורך שבת אחים
איך ווייס נישט וואס Keith Ellison האט געזאגט וועגן 9/11 אבער ער איז נישט זיין הויפט שטיצער ווי דו רופסט עס סה״כ נאך איינער וואס האט אים אינדארסירט, דעטס אלל.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 7:50 pm
דורך ישראל קאפקע
שבת אחים האט געשריבן:נעבעך, לעבסט אין א באבעל מיין פריינד, ווייסט אז אבאמא'ס בעסטע ראטגעבער און נאנטסטע פריינד זענען אידן? אזעלכע אידן וואס פארן קיין ישראל מאכן די בר מצוה ביים כותל? למשל
ראם עמוניאל און
דעיוויד אקסאלראד און נאך אסאך אנדערע און זיי זענען אלע מסכים צו די איראן דיעל?
יעקב ליו, אן ארטאדאקסישן איד.
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 8:35 pm
דורך בראשית
שבת אחים האט געשריבן:נעבעך, לעבסט אין א באבעל מיין פריינד, ווייסט אז אבאמא'ס בעסטע ראטגעבער און נאנטסטע פריינד זענען אידן? אזעלכע אידן וואס פארן קיין ישראל מאכן די בר מצוה ביים כותל? למשל
ראם עמוניאל און
דעיוויד אקסאלראד און נאך אסאך אנדערע און זיי זענען אלע מסכים צו די איראן דיעל?
My last comment. The NIF which is the new Israel fund has received a million dollars from the Obama administration and guess what one of their great donors is non other than David Axelrod this organization is in the forefront of the boycott Israel movement so that's only a small example of those Jews surrounded by Obama this can only remind us of recent history when Stephen Weiss acted likewise during the holocaust now my friends this is my farewell to you guys enjoy life but I'm out of sitting here in this bubble here. Because your entitled to your own opinions but not your own facts. Hatzlucha
בראשית
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 9:19 pm
דורך mevakesh
And this is the last time till the next time
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 9:55 pm
דורך שבת אחים
בראשית האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:נעבעך, לעבסט אין א באבעל מיין פריינד, ווייסט אז אבאמא'ס בעסטע ראטגעבער און נאנטסטע פריינד זענען אידן? אזעלכע אידן וואס פארן קיין ישראל מאכן די בר מצוה ביים כותל? למשל
ראם עמוניאל און
דעיוויד אקסאלראד און נאך אסאך אנדערע און זיי זענען אלע מסכים צו די איראן דיעל?
My last comment. The NIF which is the new Israel fund has received a million dollars from the Obama administration and guess what one of their great donors is non other than David Axelrod this organization is in the forefront of the boycott Israel movement so that's only a small example of those Jews surrounded by Obama this can only remind us of recent history when Stephen Weiss acted likewise during the holocaust now my friends this is my farewell to you guys enjoy life but I'm out of sitting here in this bubble here. Because your entitled to your own opinions but not your own facts. Hatzlucha
בראשית
מקור???
נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 10:00 pm
דורך שבת אחים
איך זעה די דזושיש פרעסס שרייבט וועגן דעם אבער פון ווי ווייסן זיי אז אקסלראד שטיצט טאקע די ארגענזאציע?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 1:37 am
דורך שבת אחים
:New York Post
Jackie Mason: Bernie Sanders is the funniest character everhttp://pagesix.com/2015/10/17/jackie-ma ... cter-ever/
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 10:00 am
דורך ראוונע
וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען וועט מאכען אן אנאונסמענט אין די נעקסטע 48 שעה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:31 am
דורך ליפא
ביידען גייט לויפן
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 11:54 am
דורך mevakesh
ליפא האט געשריבן:ביידען גייט לויפן
האסט א מקור?