בלאט 19 פון 30

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
דולה ומשקה האט געשריבן:א רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?


הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:25 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:א רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?


הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?

http://newyork.cbslocal.com/2013/02/12/woman-struck-killed-by-train-in-brooklyn/

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:28 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:א רפוי,
וואס פאר א באשעפעניש איז דאס?


הא? עפעס א וויקי לינק, עניבאדי?


וואס איז א רפוי?

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:48 pm
דורך למדן
צ"ל "פרוי" בכתי"י

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:47 pm
דורך אוי טאטי
באריכטן אז א פליגער האט געקראכט אין אקריינע.
איינער מיט מער אינפאו?

נעכטן נאכטיגע - אנטשולדיגט פארן שפעטיגן

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:59 pm
דורך שעפטל
אין לאס אנג'לעס זענען זיך הונדערטער פאליציי צוזאמגעקומען צום הייזקע וואו ס'איז אנגעבליך דער געזיכטער מערדער וואס דרייט זיך שוין די לעצטע וואך און שיסט פאליציאנטן, נאכן אפגעזאגט ווערן פון פאליציי-אמט. ער האט זיך איינגעשפארט אין דעם הויז פון וואו ער האט געשאסן אויף די פאליציאנטן וועלעכע האבן דאס ארומגענומען. די הייזקע איז ארויף אין פלאמען נאך א פייער אויסטוישט. דער מערדער איז ווארשיינליך טויט דערינען.

פאליציי אין ברוקלין האבן געשאסן און ארעסטירט א יונגער סטודענט מיט א גאן. דער זעכצן יעריגער איז דערזעהן געווארן אויף א דאך אויף אטלענטיק עוועניו, ווען שכינים האבן געריפן פאר הילף. "ס'האט אויסגעקוקט ווי א פאלשע גאן" זאגט א חבר וואס האט זיך געדרייט מיט אים. אבער ער איז אויך ארעסטירט געווארן. א ווארט זאגער פאר 'מעסטער ראאפינג' זאגט: אונזערע דעכער קוקן נישט אויס ווי א פאלשע דאך.

אין א אנדערע אינצידענט האבן פאליציי געשאסן און פארוואונדעט א איין-און-דרייסיג יעריגער פארן צילן א גאן אקעגן אפיצירן. דאס איז פארגעקומען א קנאפע מייל אוועק פונעם פריערדיגן יונגער שיסער אויף אטלענטיק. דער מאן איז אפגעפירט געווארן קיין 'ברוקדעיל-יוניווערסעטי שפיטאל, און איז אונטער וואכזאמע אויגן פון פאליציי, וואס האלטן אים אונטער ארעסט. "איז דאס נישט א פאלשע ארעסט?" פרעגט ער מיט וואונדער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'הגדה פסח פראדוקטן'. וואס דערמאנט די היינטיגע שיסערייען מיט פסח? פאלשע פיש!..

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
הגדה מאכט שוין פש? כאב געמיינט נאר קוקיס.
די היינטיגע (נעכטיגע?) נייעס דארף זיין געספאנסערד ביי די פאליציי אפטיילונג פון שיסערייען. יעדע נייעסל ענטהאלט א געשיסעריי פון (אדער צו) פאליציאנטן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:00 am
דורך שמעקעדיג
אוי מיין גאט!!

קומענדיגער ענגלישע קעניגן קען זיין א איד

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 11:53 am
דורך אויס מענטש
די שנור פון די קעניגן פון ענגלאנד, מאדאם קעיט די ווייב פון פרינץ ווילסאן.
איז א איד, כדת וכהלכה, איר מאמע איז איד און איר מאמעס עלטערן זענען ביידע אידן.
זייערע קינדער וועלן האבן הלכה ווי אידן, און דאס קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיי, איז די צוקונפטיגע קעניגן פון ענלאנד,
איז נאר געליבן צו ווינטשן למען יאריך ימים על ממלכתה הוא ובנותיה בקרב האנגלים.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 16, 2013 9:54 pm
דורך איך אויך
זי האט בפשטות אידיש בליט אין זיך אבער צו זי איז הלכהדיג אידיש ווייס איך נישט. זעה אביסל דא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:53 am
דורך sunbar
שעפטל, we miss you!

דינסטאג - פאר Sunbar

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:08 am
דורך שעפטל
א מאן איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פאר גנב'נען א האנט-געמאלענע בילד, ווערד פון הונדערט-פופציג-טויזענט דוללער. ער איז געכאפט געווארן נאכן אויפגעכאפט ווערן אויף די קעמרעס דאס אראפרייסן פון וואנט. "וואס האט ער דען געטראכט ווען ער האט דאס אראפגעריסן אונטער די וואכזאמע אויג פון קעמרעס?" פרעגט מיט וואונדער די אטורני. "וואס הייסט וואס?!" זאגט א טויגליכער. "אז קיינער האט סייווי נישט די געלט דאס צו קויפן".

היסטאריע חזר'ט זיך איבער: די קאנעטיקעיט מעיאר ווערט שטארק קריטיקירט פארן איבערלאזן א איבערקערניש נאכן מאסיוון שניי לעצטע וואך. דרייווערס האבן נישט געקענט פארן. באסעס זענען געווען געשטראנדערט אויף יעדן גאס. "זעקס טאג ביז די ערשטע שארער טראק איז דורכגעפארן מיין גאס" שרייט א איינוואוינער. "ער האט נישט געריפן פאר א סטעיט-אוו-אמערגענסי, טראץ מ'האט געוויסט דערפון בעפאר". "די גאס וואו ער וואוינט איז געווען פיין געפיצט". ס'הערט זיך קענטליך? וועלקאם טו ניו יארק.

די היסטאריע לאנגע שולע-באס סטרייק גרייט זיך צו קומען צו א ענדע. מארגן אינדערפרי וועלן די איבער אכט טויזענט סקול באסעס רייזן אויף די ראודס צום ערשטן מאל זינט לעצטן חודש. די טראנזיט יוניאן האבן נישט ארויסגעגעבן קיין אפמאך. מאראל פונעם געשעעניש: זכרי' דער באס קלינער איז צוריק צום ארבעט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קרעסטירער מצה בעקעריי'. אונזערע האנט-געמאלענע ווייץ. איז אויך אונטער א וואכזאמע אויג. מאראל פונעם בעקעריי: פארמאגט א אייגענע שארער טראק.

מיטוואך - פארן 'לייק' פון ראשעקאל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:14 am
דורך שעפטל
נאך וואס די באן סטאנציעס אין מענהעטען איז געווארן א ארט פאר היימלאזע. און באן סטאנציעס אין ברוקלין איז געווארן א ארט פאר מערדער. זענען באן סטאנציעס אין בראנקס געווארן א ארט רויבער. פאליציי זיכן פאר רויבער נאכן ניצן בראנקס באן סטאנציעס דורכצופירן רויבערייען. "זיי זענען א גרעסערע גרופע פון רויבער" זאגט א פאליציי אפיציר. "ביי איינע פון די סצענע'ס זענען זיי געווען א גרופע פון אכט". פירט ער אויס.

פאליציי אין קלינטאן היל זיכן נאך דריי פארברעכער וואס האבן געשאסן א פונף-און-דרייסיג יעריגער מאן. דער מאן געפינט זיך אין שפיטאל אין א סטאבאליזירטן צושטאנד. די שיסעריי איז פארגעקומען צוויי וואכן צוריק אויף פאלטאן סטריט. פאליציי האבן היינט אנגעהויבן די זיך אקציע, נאכן ארויסבאקומען די ווערטפולע אינפארמאציע אז אלע דריי האבן אנגעהאט א שווארצע דזשעקעט.

באורד מעמבערס פון קווינס דאבעטירן צו טוישן דעם נאמען פון לאנג איילענד סיטי געגענט אין קווינס. "מאנכע פארמישן זיך מיט לאנג איילענד" זאגט א קאנסול מעמבער. "טוריסטן זיכן צו וויילן אין לאנג איילענד סיטי וואס איז נאנט צו מענהעטען. און ענדיגן זייער רייזע אין לאנג איילענד וואס איז אסאך ווייטער". איינוואוינער ברויזן: איינער וואס וויל וויילן נעבן מענהעטען, קען גלייך גיין קיין וויליאמסבורג. שרייט יענער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וואט-עי-בארגען'. מיר פארמאגן נאך פון די לעצט פארבליבענע באן-שינעס וואס זענען געאייגענט טאקע נאר פאר באנען.

נעכטיגע - טעפל'ס 'לייק' איז א קלייניקייט?

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:17 am
דורך שעפטל
א ראקלענד-קאונטי מאן איז ארעסטירט און ווערט אנגעקלאגט פארן ארויסשטעלן אויף פעיסבוק סטראשונגען מיטן הארג'נען בלומבערג, קאומא און איטליכע קאנגרעסלייט. צוויי גאנס, מעסערלעך, א שווערד, און נאך שעדליכע מאטריאל זענען געפינען געווארן ביי אים אינדערהיים בשעת'ן ארעסטירן. פארשער קוקן מיט וואונדער: וויפיל קען דען א מענטש פארנעמען אויף די אייגענע פלייצע?!

א מאסיווע לאך האט זיך געעפענט אויפן גארדן סטעיט פארקוועי דרום ריכטונג. די פיר פיסיגע לאך האט געשעדיגט אכצן דורכפארענדע אוטא'ס בעפאר די שאסיי איז געווארן פארשלאסן. קיינער איז נישט ערענסט פארוואונדערט געווארן. א שלעפער טראק איז געווען ביים סצענע ארויסשלעפן אלע קארס פונעם לאך. בלומבערג לייגט ארויס א פלאן פון ארויפלייגן א 'בוטס' אויף די קארס אנשטאט זיי ארויסשלעפן..

פאליציי אין בראנקס זיכן פאר א רויבער וואס האט בארויבט א ניינציג יעריגער מאן. דער רויבער איז אריינגעקומען אין א קליידונג געשעפט אויף מעלראוז, אראפגעווארפן דעם אלטן אויף דער ערד און אוועקגענומען ס'לעצטע ביסל גראשן פון זיין בערזל. דער אלטער איז אפגעקומען מיט מילדע וואונדן, און פריידט זיך אז "ער האט כאטש איבערגעלאזט די פאלשע ציינדלעך פונעם אלטן שבת זייגער".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בייגלס'. אונזערע בייגלס פארמאגן די לעכער וואס ברויכן נישט קיין פאלשע ציינער דערפאר.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 9:42 am
דורך boxcover
שעפטל האט געשריבן:א ראקלענד-קאונטי מאן איז ארעסטירט און ווערט אנגעקלאגט פארן ארויסשטעלן אויף פעיסבוק סטראשונגען מיטן הארג'נען בלומבערג, קאומא און איטליכע קאנגרעסלייט.


צ״ל עטליכע, ווייל איטליכע מיינט יעדע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:00 am
דורך חשבון
יישר כח שעפטיל

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:51 am
דורך sunbar
ישר כח שעפטל!!

און יעצט צו אונזערע טייערע מיטגלידער: די איינציגסטע זאך וואס וועט מאכן אז שעפטל זאל אונז ווייטער מהנה זיין מיט די נייעס, איז א לייק, א א גוט ווארט אא'וו. עס איז נישט גרינג צו זוכן און טרעפן יעדן טאג א ספאנסאר. אידן, רופט אייך אן ווארעם!

א דאנק!

בילי בן נתינה, דער היימלאזער ארענטליכער שנארער

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 8:27 am
דורך פערינא
בילי רעי העריס, א האומלעיס שנארער, האט גאמאכט השבת אבידה, ער האט צוריק געגעבען א רינגעל פאר א לעידי וואס האט אים געגעבען אפאר צענט און איר רינגעל איז אריינגעפאלן אין זיין שנאר פישקע בטעות. א קליינע אפשר איין קאראט פינטעלע דיימאנט שטיין. כאטש ער האט געווארט זי זאל קומען צו אים און נישט איר אויפגעזוכט.. אמעריקע איז אזוי איבער גענומען פון זיין העפלעכקייט, הלמאי ער האט דאך עס געקענט טראגען צו א פאאון שאפ.

די האסבענד פון די שלימזל האט אויפגעשטעלט א זייטעל מיט די גאאול צו רעיזען אן אלף'ל פאר בילי רעי, ס'האלט שוין ביי קרוב צו הונדרעט פופציג אלפים

http://www.giveforward.com/billyray

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 8:49 am
דורך קאווע טרינקער
אוי ווי, ס'וועט דאך זיין א חרון אף.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 9:33 am
דורך [NAMELESS]
ער זאגט אז זיין זיידע איז געוועהן א גלח און האט אים אויפגעצויגען צו זיין עהרליך

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 10:21 am
דורך ידען
ווען א גוי געט עפעס צוריק איז עס א גאנצע נייעס.
אידען האבען השבת אבידה סענטערס און קיינער רעט נישט פון עס.

סע א נארמאלע זאך.

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 10:38 am
דורך דענקער
פארוואס זעהען מיר אין אלעס א קאמפעטישאן איד ווס. גוי?
ער האט געטון אן ארנטליכע זאך און עס קומט אים קרעדיט. ענד אוו סטארי!

נשלח: זונטאג פעברואר 24, 2013 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
דענקער האט געשריבן:פארוואס זעהען מיר אין אלעס א קאמפעטישאן איד ווס. גוי?
ער האט געטון אן ארנטליכע זאך און עס קומט אים קרעדיט. ענד אוו סטארי!

די גמ' זאגט (איך בין זיכער) "גדול המצווה ועושה מאינו מצווה ועושה".