בלאט 19 פון 25

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:32 pm
דורך מנחם ציון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין, מ׳דארף נאר מעיין זיין וואסערע חורבן ס׳געשעהט ווען מ׳גייט פיר אמות אן א קאפל (אויפ׳ן וועלט, נישט אויפ׳ן מענטש, שלא תחריב עולמי). קען זיין אז ס׳ווענדט זיך מיט וואסערע גלעזער מ׳לערנט מדרש אבער איך זעה נישט פארוואס איין וועג איז מער מוכרח ווי דעם אנדערן.

גא עקסטריעם.
וואסערע חרבן ס'געשעט ווען איינער דרייט זיך ארום אומגע'מל'ט זעסטו יא?
אדער ווען איינער ברענגט נישט א שעפסל פון אונטער א יאר אלט, אויף דער פערצענטער טאג פון ניסן מאנאט ווען די זוהן נויגט צו מערב צו, און שפריצט נישט זיין בלוט אויף דער וואנט פון דער שעכט טיש?

פארוואס כאפסטו זיך ארויף אויף א -און בעסטן פאל- מנהג טוב?

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 12:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נו, מיין הערה גייט ארויף אויף דעם אויך, הגם איך גלייב אז מ׳קען עס פארענטפערן וועט אבער די שאלה זיין פארוואס זאל גאט מער אנגיין חורבנות וואס קומען פון שפריצן בלוט אויפ׳ן אומריכטיגן פלאץ מער ווי חורבנות וואס קענען קומען פון לייגן פלאסטיק פלעשער אויפ׳ן אומריכטיגן פלאץ? מילא ווען מ׳גייט מיט׳ן חרדיש׳ן(?) אמונה אז די תכלית פון די מצוות איז פאר עולם הבא פארשטיי איך, אבער אז מ׳גייט שוין יא מיט׳ן רעפארם אמונה פון ״תיקון עולם״ פארוואס עס נישט נעמען ווייטער?

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
מנחם ציון האט געשריבן:פינחס גלויבער האט אויף קול מבשר אן אפטיילונג "גוט געפרעגט".
האט אים איינער אנגעפרעגט, פארוואס חז"ל זאגן הוי רץ כצבי, פארוואס נישט ווי א טשיטא וועלכע לויפט סאך שנעלער ווי א הערש?

מוז זיין דווקא די שנעלסטע זאך אין די וועלט? און א לייב איז יא די גרעסטע גיבור? דיבר הכתוב בהווה.

בדרך צחות קען מען זאגן אז מען האט נישט געזאגט כטשיטע ווייל כצבי איז גענוג שנעל. לויף כאטש אזוי.
אדער אז עס איז מער safe אזוי. נישט צופיל mph.

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך פרוביר מיר נאר פארצושטעלן וויאזוי ס׳וואלט אויסגעקוקט ווען איך פרעג די קשיא פאר יהודה בן תימא אליינס, וואס וואלט ער געענטפערט? ער וואלט מיר מן הסתם אריינגעשטעלט אין משוגעים הויז...

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:01 pm
דורך קוויטעל
עמינדב האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:פינחס גלויבער האט אויף קול מבשר אן אפטיילונג "גוט געפרעגט".
האט אים איינער אנגעפרעגט, פארוואס חז"ל זאגן הוי רץ כצבי, פארוואס נישט ווי א טשיטא וועלכע לויפט סאך שנעלער ווי א הערש?

מוז זיין דווקא די שנעלסטע זאך אין די וועלט? און א לייב איז יא די גרעסטע גיבור? דיבר הכתוב בהווה.

בדרך צחות קען מען זאגן אז מען האט נישט געזאגט כטשיטע ווייל כצבי איז גענוג שנעל. לויף כאטש אזוי.
אדער אז עס איז מער safe אזוי. נישט צופיל mph.

איך האב געקלערט צו ענטפערן א תירוץ וואס כ'האב פונקט געטראכט. אבער קודם א שטיקל הקדמה.
איך בין נישט דא אויסן צו אפענטפערן פאר די וואס גלייבן נישט, אז חז''ל מיינט שלמה המלך אוודאי - וואס פון עהם און ארויף קומט אלעס. און אנשטאט צו קוועטשן די כלומרשטע מציאות פון איינגערעדטע סייענטיסטן, וואס קיינער קען זיי ממילא נישט כאפן ביים טעות, ווייל מ'גלייבט זיי אן קיין פיפס, אנע פראוו, קוועטשן זיי די חז''ל אין א ווינקל מיט נארישע ספיקות אן קיין האפט.

וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:53 pm
דורך מנחם ציון
עמינדב האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:פינחס גלויבער האט אויף קול מבשר אן אפטיילונג "גוט געפרעגט".
האט אים איינער אנגעפרעגט, פארוואס חז"ל זאגן הוי רץ כצבי, פארוואס נישט ווי א טשיטא וועלכע לויפט סאך שנעלער ווי א הערש?

מוז זיין דווקא די שנעלסטע זאך אין די וועלט? און א לייב איז יא די גרעסטע גיבור? דיבר הכתוב בהווה.
.

העי... מיר איז גוט אזוי
איך שוין נאר דעם גלויבער, די האר פאלן אים ארויס פון דרוק אויפצוקומען מיט א שיפע תירוץ. בעת וואס ווען וועלט איז וועלט ענפערט ער אז חז"ל האבן "פלעין נישט געוואוסט"

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:57 pm
דורך מנחם ציון
קוויטעל האט געשריבן:וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

:lol: :lol:
פארוואס זעסטו דאס אלס מער בכבוד'יג פאר חז"ל?

ועוד, וואס טוט זיך מיט'ן אין כל חדש וכו'?

נשלח: זונטאג פעברואר 14, 2021 6:18 pm
דורך קוויטעל
מנחם ציון האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:וואס כ'האב געקלערט צו ענטפערן, פארוואס די חז''ל האבן געשריבן הוי רץ כצבי ולא כ'טשיטא'. ווייל קען זיין אז א טשיטא איז בכלל נאכנישט געווען דעמאלטס. וואס ווי באקאנט פאר די יודעי משנה, איז א נמר אליינס א צוזאמגעשטעלטע חיה פון א חזיר און א לייב. קען זיין אז א טשיטא אויך. און ס'נאכנישט געווען דאן. אולי

:lol: :lol:
פארוואס זעסטו דאס אלס מער בכבוד'יג פאר חז"ל?

ועוד, וואס טוט זיך מיט'ן אין כל חדש וכו'?

בכבוד הראוי הרב מ נ שי'
איר האט אמאל אויסגעלערנט א באנד מדרש? אויסגעלערנט א מסכתא אין ש''ס? אויב יא איז א דאפעלטע חידוש אויף אייערע פראגעס.
אנשטאט מאריך צוזיין בכדי, אפשר קוקט נאך בראשית רבה אויפ'ן פסוק 'אשר מצא את הַיֵּמִם במדבר' [וועל איך אייך שוין מזכה זיין מיט'ן לערנען תורת אמת...]

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:02 pm
דורך מנחם ציון
איז דא אן אפיציעלער וועג וויאזוי צו אפראוטשן א פובליק פיגור צב"ש א פראדוסער, אקטיאר, רעפארטער וכדו'?
איז דא ערגעץ ווי מען קען אויפקוקן זייער קאנטאקט אינפארמאציע? (טעגן אויף סאציאלע מידיע איז אן אויסוואל?)

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:03 pm
דורך מנחם ציון
קוויטעל האט געשריבן:בכבוד הראוי הרב מ נ שי'
איר האט אמאל אויסגעלערנט א באנד מדרש? אויסגעלערנט א מסכתא אין ש''ס? אויב יא איז א דאפעלטע חידוש אויף אייערע פראגעס.
אנשטאט מאריך צוזיין בכדי, אפשר קוקט נאך בראשית רבה אויפ'ן פסוק 'אשר מצא את הַיֵּמִם במדבר' [וועל איך אייך שוין מזכה זיין מיט'ן לערנען תורת אמת...]

אביסל תוספת ביאור ביטע?

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:27 pm
דורך קוויטעל
מיסטעך זעצן לערן...

נשלח: דינסטאג פעברואר 16, 2021 4:31 pm
דורך מנחם ציון
נו נו
איך ווארט אויף תוספת ביאור

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:20 am
דורך וואלווי
וואס טעיסט בעסער? קישקע מיט טחינה אדער פאטעטא קיגל מיט חריין ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:45 am
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:וואס טעיסט בעסער? קישקע מיט טחינה אדער פאטעטא קיגל מיט חריין ?


ניתי ספר וניחזי, גיי לייוו אויף אינסטעגרעם און פרוביר עס אויס, געדעינק צי געיבן א ווארענונג אז עס קען זיין דערשטערנד פאר א חלק מהקהל, דערנאך מאך א וואוט, והנה חלום.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:57 pm
דורך טמיר
פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדיצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלירדיגע קעמערע

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 1:31 pm
דורך טמיר
טמיר האט געשריבן:פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדיצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלירדיגע קעמערע

קיינער האט נישט וואס צי זאגן איבער דעם, אדער קיינער קוקט נישט אין דעם פארום? [emoji15]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:13 pm
דורך תרמב
אנטשולדיגט, איך וואלט אייך געענטפערט אבער איך ווייס נישט וואס די תירוץ איז, סארי, אפשר וועט גוגל וויסן.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:30 pm
דורך החוקר
אן דורכטון די נושא, קלער איך אז קען זיין איינס פון די סיבות (עס איז לכאורה דא עטליכע זאכן וואס נוצט אויף מער פלאץ) איז וויפיל פרעימס פער סעקונדע. לכאורה איז דיין פריוואטע ווידיאו אויף א העכערע סעטינג.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:57 pm
דורך שארפןקאפ
אויבן אויפיג, איז די חילוק אז ווען דיין פאון נעמט א ווידעא נעמט עס מיט אסאך דעטאלן פון די ענווייראמענט, מש"כ ביי א מאווי אדער עני פראפעסיאנעלע ווידיאו איז געווענליך קאמפרעסד אין די איבעריגע דעטא ווערן ארויסגענומען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 6:36 pm
דורך געדאנקן
מקען שיקן בילדער אין אישי? וויאזוי?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 7:18 pm
דורך טראכטכמוני
טמיר האט געשריבן:פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?
לדוגמא, א ווידיא געכאפט פון מיין פאון אויף fhd 1080, נעמט 1 מינוט אויף איבער 100 מב! דערנאך האב איך א פראפעסיניאלע ווידאו מיט די זעלבע רעזעלאשען פון א גאצע שעה 1.7 גב, ווען ע"פ חשבון וואלט עס געדארפט אויפנעמען איבער 6 גב??

וואס מאכט די חילוק?
און וואס קען מען טון צי רעדוצירן די סייז? אנדערע סעטינג? אנדערע סארט כלי?

די זעלבע פראבלעם איז מיט א געהעריגע 400 דאלארדיגע קעמערע

ס'קען זיין ס'האט אן אנדערע פרעים רעיט (fps) אפי' די רעזאלוציע איז די זעלבע.

ווי אויך מאכט א גרויסע חילוק די ענקאדינג/קאמפרעשאן (לדוגמא צו ס'איז mp4 אדער avi איז דאס א 'קאנטעינער'ס וואס אנטהאלטן די ענקאודעד אודיאו/ווידעא אינפארמאציע) וואס דיין פאון קען זיין סעיווט עס גאר אויף RAW דהיינו אן קיין קאמפרעשאן בכלל.

די ענקאודינג פון די אודיאו וועט אויך אויסמאכן. אמאל כאפט מען נישט אז די אודיאו קוואליטעט איז שוואכער.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 7:18 pm
דורך טמיר
החוקר האט געשריבן:אן דורכטון די נושא, קלער איך אז קען זיין איינס פון די סיבות (עס איז לכאורה דא עטליכע זאכן וואס נוצט אויף מער פלאץ) איז וויפיל פרעימס פער סעקונדע. לכאורה איז דיין פריוואטע ווידיאו אויף א העכערע סעטינג.

איך האב געטראכט פון די נקודה, אבער איך מיין אז נישט דאס איז די גורם. מיין פאון כאפט 30 fps און איך מיין אז דאס איז די מינומום סטאנדארט. עכ"פ נישט אונטער 24 fps, וואס איז נאר 20% ווייניגער

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 7:42 pm
דורך חתן בחור
טמיר האט געשריבן:פארוואס ווידיאוס גענומען דורך מיין קעמערע אדער פאון נעמען אויף אסאך מער פלאץ ווי פראפעסיניאלע מאוויס וואס זענען פונקט אזוי קלאר (אדער נאך קלארער)?

די חילוק איז אז די פראפעסיאנאלע מאוויס פון וואס דו רעדסט, זענען זייער קאמפרעסט. קאמפרעשאן נעמט א לאנגע צייט, און קען נישט געמאכט ווערן "אן-דע-פליי" דורך דיין פאון. מ'דארף אויך מעניולי אנשטעלן אסאך סעטינגס צו מאכן די ריכטיגע קאמפרעשאן. אחוץ א מעשה, 1.7 גיגאבייט פאר א מאווי, איז זייער ווייניג. ס'קוקט לכאורה נישט אויס צו גוט.