בלאט 181 פון 213

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 2:29 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס איז דא פארשטארקטע פאליציישע וואך ביי זי מענדל-וויזניץ ס'מדרש אויף 47?
זיי האבן מורא פון איינעם?

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 2:37 pm
דורך סמבטיון
עס האט אוודאי א שייכות מיט די פראגראם וואס די וויזשניצע בחורים האבן אנגעזייעט אין באבוב נעכטן נאכט, לכאורה פון א נקמה מצד 48 חברה. אויב באלאנגט עס אין צימעס זאלן עס די גבאים אהין פירן.

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 2:59 pm
דורך berlbalaguleh
ס'ארבעט נישט אזוי: מ'שטעלט עפעס אן. און נאכדעם לויפט מען זוכן פאליציי שוץ.וואס זעמיר איטאליענער מאפיא אדער פארטא-ריקאנער גענגס...?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 2:47 am
דורך יואב
ווען וועלט איז געווען וועלט, אדער ווען וועלט וואלט געווען וועלט?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 8:21 am
דורך החוקר
עס ווענד זיך אין דיין בליק. אויב האלטסטו אז וועלט איז אמאל געווען וועלט ווי עס דארף זיין, נאר היינט איז עס ערגער געווארן, דעמאלטס איז ווען וועלט "איז געווען וועלט". טאמער קלערסטו אז די וועלט איז בעצם קיינמאל נישט גוט געווען, זאג ווען וועלט "וואלט געווען וועלט", ודו"ק

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 8:29 am
דורך [NAMELESS]
ווען מ'רעדט מיט (נאסטלאלאגיע?) פון די אמעליגע פארגיינגענהייט נאר טיף אין הארצן וויל מען נישט משום איזה סיבה ס'זאל זיך יעצט איבערחזער'ן, זאגט מען 'ווען וועלט איז געווען וועלט'. און ווען מ'וויל פארשטעלן די אייגענע געבענשטע כשרונות להבדיל פון ס'איבריגע יושבי תבל, באנוצט מען זיך מיט די אנדערע לשון פון 'וואלט געווען'.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 12:29 pm
דורך סקרן
פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:07 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
סקרן האט געשריבן:פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


אויף וועלכע זייגער טוויט זי אין שבת זי איז דאך אפאר שעה געריקט

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:16 pm
דורך סקרן
אה זייער גוט אפשר קען מען אויסרעכענען

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:38 pm
דורך קאווע טרינקער
לאזט איר שוין אפ. זי האט היתר גילטיג די קומענדיגע 4 אדער 8 יאר.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 5:42 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???

איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

אז מ׳נוצט די רעליגע ווילאנג סאיז זיי גרינג און באקוועם און מ׳איז נאר רעליגעז ווילאנג ס׳שטערט און שניידט נישט אראפ פון זייערע אנדערע באקוועמליכקייטן. און מעהר ווייניגער גייט מען אין טעמפל אלץ א פארבינדונג צו א ״קאמיונטי״ און ״סאושעל סטאטוס״.

א אטד מיינט איינער וואס איז אויפגעוואקסן פרום און אראפ פון דרך.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 5:47 am
דורך שבת אחים
סקרן האט געשריבן:פארוואס האט מען אין שטיבל זיך נישט וויסנדיג געמאכט פונעם דאנצע נסיעה קיין פולין גערמניא רעביצין איוואנקא אויפ'ן טאטענ'ס בענקל זי טוויט אין שבת???????????
איז גיוס אזויפיהל אינטרעסאנטער??? צו זעהן ווי צוויי דריי חברה נעמען די גאנצע שטיבל אויף א רייד און קייען איבער די זעלבע זאכען נאכאמאל און........


און וואסערע נייעס מיינסטו גייסט דארט הערן?

טראמפ איז געקומען קיין אייראפע און זיך גערצחט מיט יעדעם איינעם, און גערעדט שטותים מיט הבלים, ער האט געטוויט אינמיטן די נאכט... וכו׳ וכו׳

די גרויסארטיגע נייעס גייט דיר נישט ארויס פון די נאוניע? נאכמאל און נאכמאל?


אנדערש זאל מען רעדן פון אונזערע צדיקים ר׳ אהרן מסאטמאר, קאסאנער און פארשעי ווי זיי טעהנן זיך ווי קליינע קינדער אין חדר.

#מאי שנא???

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 6:57 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:זייט ווען האלט זי שבת? איר מאן איז א א.ט.ד.


קענסטוך פרעגן אסאך בעסער

״זייט ווען איז זי א איד״???


פאר די קומענדיגע דריי אהאלב יאר ווערט זי נאך פאררעכנט אלס א אידענע, נאכדעם, ווענד זיך וואס די רבנות וועט מחליט זיין...
שבת אחים האט געשריבן:
איר מאן איז נישט קיין שום אטד! ער איז א ״ריפארמער איד״, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער:

זיין טאטע איז נישט קיין ריפארמער. ער איז א מאדערן ארטאדאקס! (ס'דא אפאר דרגות ביי זיי, בעיקר די right wing און די left whing). אבער דזשערעד, אפי' לויט זיין משפחה איז ער לכה"פ א שטיקל א.ט.ד. (ער האט נאך א ברודער וואס איז אן עכטע א.ט.ד. וואס איז צוקריגט מיט דזשערעד און פלעגט גראדע מיטהאלטן די אנטי טראמפ פראטעסטן). פאר זיין טאטע האט עס אפי' געבאדערט אז ער האט חתונה געהאט מיט א גויטע.

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 7:08 am
דורך diff
אונז רופן זיך נישט ריפארם אפי מהאלט נאר דער ערשטע האלב פונם עשרת הדברות

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 7:13 am
דורך [NAMELESS]
ארטאדאקס מיינט טאקע נאר אהאלבע עשרת הדיברות

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 10:00 am
דורך newkave
איך וויל וויסן וועלכע שפראך רעדט [tag]diff[/tag]?

ווען ער שרייבט א תגובה זעט עס אויס ווי ער האט געשריבן אין לאטייניש, דערנאך געטרענסלעיט צו רוסיש, פון דארט צו טשעכיש, פון דארט האט ער עס פארדרייט און געטרענסלעיט צו גריכיש, און אזוי ווייטער, ביז ער איז אנגעקומען צו עברית, האט ער געשריבן ראשי תיבות, און געמאכט גוגל טרענסלעיט צו אידיש.

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 1:20 pm
דורך איך אויך
יא ער דארף א שטיקל תיקון.

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 2:19 pm
דורך diff
ער איז יא כשר
בילד

נשלח: מיטוואך יולי 12, 2017 11:30 pm
דורך געוואלדיג
איז דא יארן וואס עס איז נישט ערווארטעט א מאנגל אין יאנאווער אתרוגים?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:04 am
דורך הבל וריק
ווי אזוי זיצט יוסף פרץ הלוי ביללער אין אלע בתי מדרשים אויפאמאל?

מיין קאנספיראציע איז אז דער פון פאפא איז א דופּליקעט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 6:52 am
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:יא ער דארף א שטיקל תיקון.

אבער ווען איך האב מעורר געווען דערויף בדרך צחות, האט מיר א געוויסע ניק געשריבן אז איך בין א טראלל...

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
און ווען איך האב אמאל געשריבן וועגן דעם האט מען מיר פארמעקט...