שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
אוירבאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אוירבאך »

עס איז דאָ אַ סך יידישע געשיכטע, אַזוי פיל צו לערנען. איך ליבע טאן פאָרשונג אויף פאַרשידענע זאכין, פּאָליטיק, וכדומה. אומבאַקאַנט פאקטן און מער. איך האָפֿ צו באַקומען אַ פּלאַץ פון אינפֿאָרמאַציע דאָ.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26034 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15581 מאל
קאנטאקט:

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך הייס בערל בעל עגלה (נישט עכט. אבער אזוי רופט מען מיך.)
איך האלט שוין ביים אוועקגיין (פון קאווע שטיבל) איך האב שוין אפילו געזאגט מיין (ערשטע) געזעגענונגס דרשה. נאר איך האב מיך קיינמאל (נאך) נישט פארגעשטעלט פאר דעם עולם.

אין מיינע בראשית יארן (נישט רעדנדיג פון מיינע שמות און ויקרא יארן) ביניך געווען אן עלעקטרישן. נאר אין א געוויסע תקופה ווען ס'איז געווען א "סלאודאון" אין די קאנסטראקשן אינדוסטרי בכלל. האביך געהערט אז מ'זוכט א "באס דרייווער" אין א געוויסן מוסד. מיין ברודער וועלכער האט דארט געארבעט אלס קינדער גארטן מלמד האט פארגעשלאגן אז מ'זאל מיך נעמען אלס "ווען דרייווער". שפעטער ביניך געווארן א פולקאמער באס דרייווער. (יארע 1976 למספרם.). און איך האלט עס אן נאך בי'זן היינטיגן טאג, ב"ה.

אין איינס פון די ישיבות הקדושות וואו איך האב געארבעט האט מיר א בחור'ל אמאל געפרעגט אזא תמימות'דיע שאלה. דו ביסט אויף קאווע שטיבל? האביך איהם געפרעגט וואס איז דאס קאווע שטיבל זאגט ער מיר טריי עס אויס און דו וועסט שוין זעהן. די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט.

איך האב שוין געהאט עליות און ירידות (מערסטנס די צווייטע חלק) דאהי אין קאווע שטיבל.

ס'איז דא א געוויסער (גאר חשוב'ער איד) וועלכער האט, בראשית דרכי שטארק געהאלטן פון מיינע מיינונגען וועלכע איך האב אויסגעדרוקט. נאר (שפעטער) ווע ער האט איינגעזעהן אז איך בין (בטבע) אנטי-עסטאבלישמענט. און איך האב אויף אן איקאנאקלאסטישן (קוק עס נאך אין וויקיפעדיע) אופן אויסגעדרוקט מיינע געפיהלן און מיינונגען איבער געוויסע חשובי העם, איז עס איהם שטארק נישט געפעללן, בלשון המעטה. און ער האט אנגעהויבן מיר פערזענליך צו אטאקירן. שפעטער האט ער געשריבן ווי א סדומ'ער צדיק. אז אויב ס'אהרט מיך וועט ער עס אויסמעקן...יישר כח. ווי די גמ' זאגט (מס' בבא מציעא פרק הבית והעליה) ווי א געוויסע אידישע פרוי האט געזאגט צו אזא מענטש..."שקיל טיבותך ושדייה אחיזרי" (כבר נד ולד). לענייננו. שרייב נישט שטעכעריש און מעק עס נישט אויס.

שפעטער. נאך א סאך גילגולים. (וואס איך ווייס נישט פונקטליך די גאנצע השתלשלות) איז געקומען א געוויסער גאר חשוב'ער איד וועלכער האט, אויסער זיין אפיציעלע פאזיציע זיך געמאכט אדער מיט געברענגט (לכה"פ) נאך צוויי אנדערע ניקס.(איך האב עפעס באמערקט א מין אראגאנץ און ענליכקייט צווישן די צוויי.) ער האט מיך "געמארקט". (מעגליך עפ"י פקודת זיין גוטן פריינט.). שוין די איבריגע זאכן זענען ידוע לכל. נאר דאס האט מיך געמאכט צוקומען צו די החלטה פון איבערלאזן קאווע שטיבל. נאר ס'איז ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער) ..."קשה עלי פרידתכם"...! נאר . סוכ"ס וועל איך (בלית ברירה) גיין לחיים ולשלום. אדער וועט ער מיך פארשיקן. לעולם דויד. א גוטע נאכט...!
דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דעת »

חיים טובים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:08 pm איך וויל צוך פאַרבינדן מיט די גרופּע פון ​​די שטיבעל צו געניסן פין די שמועסן און נייַעס אָן ריסטריקשאַן באַגריס מיר ביטע מיט אַ עפענען האנט צו פארברענגען אין שמוסן
איר קומט פון פראנקרייך?
דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דעת »

אוירבאך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:11 pm עס איז דאָ אַ סך יידישע געשיכטע, אַזוי פיל צו לערנען. איך ליבע טאן פאָרשונג אויף פאַרשידענע זאכין, פּאָליטיק, וכדומה. אומבאַקאַנט פאקטן און מער. איך האָפֿ צו באַקומען אַ פּלאַץ פון אינפֿאָרמאַציע דאָ.
וואו לערנט מען קינדער צו שרייבן מיט טראפן?
דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דעת »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm איך הייס בערל בעל עגלה (נישט עכט. אבער אזוי רופט מען מיך.)
איך האלט שוין ביים אוועקגיין (פון קאווע שטיבל) איך האב שוין אפילו געזאגט מיין (ערשטע) געזעגענונגס דרשה. נאר איך האב מיך קיינמאל (נאך) נישט פארגעשטעלט פאר דעם עולם.

אין מיינע בראשית יארן (נישט רעדנדיג פון מיינע שמות און ויקרא יארן) ביניך געווען אן עלעקטרישן. נאר אין א געוויסע תקופה ווען ס'איז געווען א "סלאודאון" אין די קאנסטראקשן אינדוסטרי בכלל. האביך געהערט אז מ'זוכט א "באס דרייווער" אין א געוויסן מוסד. מיין ברודער וועלכער האט דארט געארבעט אלס קינדער גארטן מלמד האט פארגעשלאגן אז מ'זאל מיך נעמען אלס "ווען דרייווער". שפעטער ביניך געווארן א פולקאמער באס דרייווער. (יארע 1976 למספרם.). און איך האלט עס אן נאך בי'זן היינטיגן טאג, ב"ה.

אין איינס פון די ישיבות הקדושות וואו איך האב געארבעט האט מיר א בחור'ל אמאל געפרעגט אזא תמימות'דיע שאלה. דו ביסט אויף קאווע שטיבל? האביך איהם געפרעגט וואס איז דאס קאווע שטיבל זאגט ער מיר טריי עס אויס און דו וועסט שוין זעהן. די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט.

איך האב שוין געהאט עליות און ירידות (מערסטנס די צווייטע חלק) דאהי אין קאווע שטיבל.

ס'איז דא א געוויסער (גאר חשוב'ער איד) וועלכער האט, בראשית דרכי שטארק געהאלטן פון מיינע מיינונגען וועלכע איך האב אויסגעדרוקט. נאר (שפעטער) ווע ער האט איינגעזעהן אז איך בין (בטבע) אנטי-עסטאבלישמענט. און איך האב אויף אן איקאנאקלאסטישן (קוק עס נאך אין וויקיפעדיע) אופן אויסגעדרוקט מיינע געפיהלן און מיינונגען איבער געוויסע חשובי העם, איז עס איהם שטארק נישט געפעללן, בלשון המעטה. און ער האט אנגעהויבן מיר פערזענליך צו אטאקירן. שפעטער האט ער געשריבן ווי א סדומ'ער צדיק. אז אויב ס'אהרט מיך וועט ער עס אויסמעקן...יישר כח. ווי די גמ' זאגט (מס' בבא מציעא פרק הבית והעליה) ווי א געוויסע אידישע פרוי האט געזאגט צו אזא מענטש..."שקיל טיבותך ושדייה אחיזרי" (כבר נד ולד). לענייננו. שרייב נישט שטעכעריש און מעק עס נישט אויס.

שפעטער. נאך א סאך גילגולים. (וואס איך ווייס נישט פונקטליך די גאנצע השתלשלות) איז געקומען א געוויסער גאר חשוב'ער איד וועלכער האט, אויסער זיין אפיציעלע פאזיציע זיך געמאכט אדער מיט געברענגט (לכה"פ) נאך צוויי אנדערע ניקס.(איך האב עפעס באמערקט א מין אראגאנץ און ענליכקייט צווישן די צוויי.) ער האט מיך "געמארקט". (מעגליך עפ"י פקודת זיין גוטן פריינט.). שוין די איבריגע זאכן זענען ידוע לכל. נאר דאס האט מיך געמאכט צוקומען צו די החלטה פון איבערלאזן קאווע שטיבל. נאר ס'איז ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער) ..."קשה עלי פרידתכם"...! נאר . סוכ"ס וועל איך (בלית ברירה) גיין לחיים ולשלום. אדער וועט ער מיך פארשיקן. לעולם דויד. א גוטע נאכט...!
פארוואס קענט איר נישט ווארטן מען זאל אייך פארשיקן?
אבי לינדענער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:49 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אבי לינדענער »

איך בין א יונגערמאן אין די 30גער יארן פאר פרנסה בין איך עוסק אין real estate and brokerage wholesale איך טי אס שוין פאר איבער 5 יאר איך מאך ברוך השם שיין פרנסה נישט קיין עשירות
איך שרייב מיך איין אין קאווע שטיבל וועגען איך האב ליב צ'י טראכטען out of the box אין איך האב ליב צו הערן אלע מיני מיינענגען
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 236 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ים של שלום »

שלום עליכם
עם של שלום - איך גלייב אז deep down וויל יעדער זיין גוט, פיין,און זיין בשלום מיט אלע אידען. ומי מעכב שאור שבעיסה.
איך האב א שטארקע מיינונג אויף אסאך זאכן, אבער דאס מאכט מיר נישט מער גערעכט פון א צווייטן.
לאמיר פארברענגען און זיך דינגען. אבער נאר בשלום.
ביישן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 1:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ביישן »

איך זיך צו ליינען אביסל וועגן דברי תורה וכו אידיש קייט און דברי חכמה ומד״א וואס נאר דא קען מען באקומען מפי חכמים ונבנים משכמם ולמעלה וואס געבן זיך אוועק פארן פרט וכלל יומם ולילה
איבערזעצער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:20 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך איבערזעצער »

איך בין א געבוירענער חסיד, און איך ארבעט אלס אן איבערזעצער פון ענגליש צו אידיש. די פאך פון איבערזעצונג ענדיגט זיך נישט מיטן בלויז איבערשרייבן די ווערטער אין אן אנדערן שפראך, מען דארף אויסער דעם אויך זעהן אז די שפראך זאל זיין פארשטענדליך. איך שטרענג זיך אן שטענדיג זיך צו באנוצן מיט ווערטער וואס זענען אין ברייטע באנוץ צווישן דעם היימישן ציבור. אלס חלק פון מיינע באמיאונגען, פרוביר איך זיך צו דורכרעדן מיט אנדערע וואס רעדן אונזער היימישע אידיש, צו זעהן אויב זיי פארשטייען פארשידענע ווערטער וואס איך נוץ.
פשוטע אלף בית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פשוטע אלף בית »

א גוט יאר אלע קאווע שטיבל מיטגלידער.
מיט וויל בעזהשי"ת מיטטיילן יסודות'דיגע ווידעאוס וואס יעדע איד דארף צו הערן און דערהערן.
פשוט אלף בית אין אידישקייט.
כ'בין זיכער אז יעדער וועט בעזהשי"ת הנאה האבן פון די ווידעאוס וואס אין וועל בעזהשי"ת מיטטיילן.
א דאנק .
אבי דוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 4:56 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אבי דוד »

איך ארבעט ווייניג שעות פון טאג און איך האב אסאך ליידיגע צייט איך האב נישט קיין סמארט פאון איך האב ליב צו זיצן ביי א קאמפיוטער און וועגן דעם קום איך דא אהער צו ליינען און צו מיטהאלטן אזעלעכע זאכן וואס איך שפיר אז זיי זענען פאסיג פאר א אידישע נשמה
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך היימלינד »

א פריינטליכער אויהערער און מיטשמועסער, ידען אין היסטאריע ופולמוסי הדורות.
נישט אינג אדער אלט, אבער אייביג גרייט צו לערנען עפעס ניי
דא צו שמועסן ליינען און לערנען, ידיעות גדאנקען נייעס און היסטאריע
פארהער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פארהער »

פלעג ליינען דא מזמן לזמן איבער זאכען וואס מען קען נישט טרעפן און ערגץ, אבער אז עס איז פארשפארט מיז מען זיך איינשרייבן בלת ברירה . אפשר וואלט איר געטוישט און לאזן כאטש ליינען א מספר קטן ארטיקלן א חודש פארן זיך איינשרייבן א שטייגער ווי אנערער נייעס קוועלער וואס פארלאנגען אפצאלונג?
פלעין פשוט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פלעין פשוט »

זוכענדיג עפעס אויף אידיש אויף גוגל איז צווישן אלע ענטפערס ארויסגעקומען נאך א שנעלע זוך א לינק צום שטיבל איבערבליקענדיג דעים פארום האט עס מיר געצויגן און זעהנדיג די אפציע זיך איינצושרייבן האבעך דאס געטרייט לאמיר האפן אז ס'וועט זיין מיט הצלחה.
נו שוין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:07 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך נו שוין »

איך וויל ליינען וואס אנדערע האבען צו זאגען אויף אלע סארט טעמעס און פראבירען צו פארשטיין פארוואס אנדערע האלטען אנדערש ווי מיר אן דארפען געבען דין וחשבון פאר א צווייטען מיט א רואיגקייט
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יחסן_גדול »

איך האב ליב צו מיטהאלטן די חסיד'ישע וועלטליכע נייעס'ן און היסטאריע וועלכע עס ווערן אויסגעשמועסט אינעם קאווע שטיבל, צומאל קען איך אויך צולייגן אינטערעסאנטע זאצן צום שמועס.
איך האב שוין פון פריער אסאך געהערט איבער אט דעם דאזיגן קאווע שטיבל, יעצט איז געקומען די צייט אריין צו גיין דערינען און מיטהאלטן די זאפטיגע שמועסן און צולייגן דערצו ווען עס פעלט זיך אויס.
אכילת פרס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 7:21 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אכילת פרס »

איך בין קרוב צו די שלושים, כ'פארמאג א קביעות עתים לתורה, ווען דאס איבריגע צייט ארבעט איך צו זעטיגן מיין געזינדל, ב"ה מיט עטליכע מיני פרנסות וואס ברענגען אויך סיפוק, פאדערן טאלאנט און מחשבה, און זענען זאכן וואס זענען ברענגען ארויס געפילן פון אידישע קינדער (לאמיר זאגן: א זינגער, עפעס אזוי...).

איך בין אריבער אביסל אין מיין לעבן, אזוי ווי כמעט יעדער אידיש קינד... כ'פרוביר צו דינען דעם אויבערשטן אויפ'ן בעסטן שטייגער, אויפ'ן חסיד'ישן דרך, וואס מיינט חסידיש? דאס האלט איך אינמיטן זוכן...

עכ"פ האף מיר צו הנאה האבן דא, פארברענגען געשמאק און בארייכערט ווערן מיט ידיעות, און דעות פון אנדערע סארט פרצופים ווי מיר...
שלמ׳לע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שלמ׳לע »

א גיטן פאר אלע באליבטע דא אין קאווע שטיבּל, איך בין א איד פין מאנסי איך האבּ ליבּ מיטציהאלטן וואס טיט זיך אויף דער וועלט איך האב ליבּ צי זיך טרעפן מיט נייע מענטשן מאכן נייע חברים אין פארברענגען ציזאמען הערן אנדערע מיינינגען איך בּין אפן צי אלעס איך ווארט צי הערן פון דיר.
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

אזוי איך בין אין די נידריגע צוואנציגער יארן קען צומאל האבן אסאך קשיות און ספיקות איבער א שיינע פאר נושאים…
איז דא צוויי וועגן קלאר צו ווערן אדער זיצט מען אנליין פאר שעות…
אדער ווערט מען א מעמבער אויף קאווע שטיבל און מען קען זיך געהעריג אויסשמועסן די געדאנקען און פיעלינגס..
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מתתיהו »

שלום עליכם אלע חשוב'ע אידן פון קאווע שטיבל. איך פלעג ליינען דא פון צייט צו צייט, ביז מ'האט געטוישט די סיסיטעם אז מ'דארף זיין איינגעשריבן. לעצטענס זעה איך פון אינדרויסען אז מ'האט איבערגעפרישט דאס פלאץ און עס לעבט אויף אלע באקן (עפעס אזוי שרייבט איינער דארט..), האב איך באשלאסן צו נעמען די מיה זיך איינצושרייבן, און אז איך בין שוין אינעווענדיג האף איך צו קענען עפעס צוגעבען בעזר השם.
דניאל הערש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דניאל הערש »

שלום וברכה
מיין נאמען איז דניאל הערש. (לעצטע נאמען ווערט נישט ארויסגעגעבן..)

איך בין א כולל אינגערמאן אין מאנסי, (געבוירן אין וויליאמסבורג) איך הער כסדר אין קאווע שטיבל אין בית מדרש, פון אינטערסאנטע נושאים וואס ווערן דערמאנט דא אויף "קאווע שטיבעל"
צוליב דעם האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבען דא.

איך האף אז די עולם וועט הנאה האבן פון די נושאים וואס איך וועל שרייבן.
אדמ'ס אייניקל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אדמ'ס אייניקל »

איך בין אדם הראשון'ס אייניקעל, איך האב מחליט געוון זיך איינצישרייבען אין קאווע שטיבעל ווייל איך האב ליב צי וויסען, ליינען, טראכטען, זעהן, הערן, וואס מענשן זאגען
נאזבאם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:56 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך נאזבאם »

איך גיי'ס מאכן שנעל...
איך באלאנג בכלל נישט(ליין:נישט אויפ'ן פלאן) צו נהנאה זיין יעצט פון אוירה דאמירקה.

אבער כביכול דרייט א קאשא -פרעגט -זאגט -בארעכנט זיך
"נישט"
פארדעם מיט אונז ער לאזט אז ער אליין זאל פורן די וועלט ממילא דאס וואס גייט פאר בארצינו הקדושה האלט מיך אויף דא בחוצות די טרייפענע אמעריטשקע...מסודר בין איך נישטא...א געזעלשאפט זיך'עך...
¡בין איך דא צו פארברענגן מיט אייך!!
רעאגיר