בלאט 182 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:34 pm
דורך סידני אויסטראליא
קומענדיג פון סידני, וויל איך מיטהאלטן און מיטקאכן מיט די נייעס, וואס קאכט זיך טיף אינערליך אין די דרויסענדיגע וועלט.
ווי פארשטענדליך איז קאווע שטיבל די בעסטע אפציע, זייענדיג די מערסע צענזור פריי.
מיר האפן דא צו מיטלעבן מיטן ציבור יראים ושלמים החרדים לדבר השם, בסייעתא דשמיא!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:48 pm
דורך קובנא
בעזרת השם יתברך
שלום צי אלע חשובע ליינער און איבערגעגעבענע שרייבער וואס געבען אוועק פון זייער זייערע צייט צי מהנה זיין אידישע קינדער
אזוי ווי מיין שפראך איז אידיש פיל איך אז די פלאץ איז שטארק געאייגענט פאר מיך ווי איך וועל אויכעט קענען הנאה האבען פון די רייכע ווערק וואס ווערט דא כסדר ארויפגעלייגט און פארשטייצעך צירוק צאלען אביסעל ווען מהאט מער צייט און מהנה זיין די עולם כפי יכולתי
איך האף אז מיר וועלען ציזאמען הנאה האבען וחפץ ד' בידינו יצליח

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 7:16 pm
דורך לאכעדיג
איך גלייך זייער די דעת הקהל.
כלל ישראל קאלערריט מיט די שענסטע קאלירן.
לאמיר אינאיינעם בויען א גאלדענע בריק פון אהבת ישראל וואס ווען משיח וועט קומען וועלן מיר אויף דעם אים מקבל פנים זיין מיט שטאלץ
בשם השם נעשה ונצליח.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 7:17 pm
דורך למען השלום
אני מעוניין בהיסטוריה ומנהגים פון חסידות וחסידים. אני כותב וקורא ספרים ובמשך השנים מצאתי אז דער קאווע שטיבל האט א סך גוטע אינפארמציע וועגן ענינים ונושאים וואס אינטערעסירן מיר.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 7:17 pm
דורך טישל
איך פיל אז מיט מיין רייכע פעדער וועל איך קענען צי געבען אסאך צום זייטל,
און דער עולם וועט קענען הנאה האבן פון אינטערעסאנטע ידיעות .
וואס איך וועל אי'ה דא ארויף לייגן ,
אין כהאף צי קונה זיי פון דא אסאך...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:16 am
דורך פלאטץ
איך האב ליב צו ליינען און וויסן נייעס פון די אידישע וועלט און אויכעט להבדיל אלף אלפי אלפים פעמים פון די גאוישע גאס אהן קיין צענזור ממילא פלעג איך אריינפאלן דא מפעם לפעם אבער אזוי ווי מען האט חוסם געווען די נייעס פאר געסט מוז איך זיך איינשרייבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:16 am
דורך בשום אין פנים
איך בין א פשוטע יונגערמאן וואס גלייכט זייער צי שרייבן און אויך צי ליינען צום זאך אזוי אויך אדורך טוהן פארשידענע נושאים און דברים על הפרק און עס אדורך שמועסן און אדורך טוהן מיט אנדערע אויף א געשמאקע און לייכטן רואיגע אופן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:16 am
דורך פאריאגט
גארנישט ספעשל, פשוט א געלעגנהייט צו שמיעוסן מיט אידן פון אימעטים וועג טאפיקס וואס זענען נוגע ביים אידישן עולם און בפרט אין די שווערע צייטן וואס מיר געפינען זיך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:53 pm
דורך יענטע
איך האב געהערט אז קאווע שטיבל איז א היימישע פלאטפארמע פאר היימישע יונגעלייט מיט אפטאדעיט יודישע נייעס אלץ א גאר נייגעריגע מענטש פון אלץ קליין קינד האלט איך אז דאס איז די בעסטע איידיע פאר אזעלכע מענטשן ווי מיר דאס אז יעדער קימט מיט זיין חלק נייעס אין משמועסט עס אויז מיט נאך אידן געט עס א געוואלדיגע קלארקייט אין סיי וועלכע נושא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:54 pm
דורך נייגיריגער
איך בין א רעגעלער איד וואס גלייכט צו ליינען אין שרייבן איבער סיי וועלכע נושא עס קומט נאר אינטער גאר א נייגיריגער אין האט ליב צו געוואר ווערן נייע זאכן איך בין א טאטע פון דריי קינדער חתונה געהאט פאר 7 יאר אין איך וואוין אין מאנסי עיר הקודש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:54 pm
דורך באס רוט
איך בין א געווענליכע אינגערמאן פון וויליאמסבורג פינף אוו צוואנציג יאר אלט צוויי קינדער בלי אין הרע איך האב א ביזנעס וואס רעקרוטירט ארבייטער ווי ס'איז דא גוטע טעג און נישט אזעלכע גוטע ביינאכט האב איך ליב צו זיך אויסזשוכענען אויף קאווע שטיבל וואס האט מיר געברענגט צו עפענען מיין ניק וואס נאך?... זהו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:12 pm
דורך זייער פיין
א גוטען, שלום עליכם, איך האף הנאה צי האבען פון די געשמאקע אמטאספערע, און אז יעדער וועט הנאה האבען דא פון מיר, איך גלייך צי לערנען נייע זאכן, נייע געדאנקען וואס ווען האלטען מיין מח אקטיוו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:26 am
דורך קרישקע
א אידיש אינגעלע וואס דאווענט אין לערנט מיט א קאווע צי דער זייט!
א קאווע קומט פון א קאווע שטיבל ווי עס טרעפן זיך צוזאם היימישע אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן צו הערן א גוט ווארט, א דבר חיזוק, אדער פון צייט צו צייט א שיינע חסידישע שמועס, אביסל פאליטיק וכדומה.
נאך א פיינע קאווע איז די מוח קלאר צו קענען האבן קלארע מחשבות, און זיך מדבק זיין צו השי"ת..

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:26 am
דורך אפטימיסטיש
אלס א זעלבסטדערקלעטער אפטימיסט האב איך די העזה צו היפאטיזירן אז איין טאג וועט נאך קאווע שטיבל צוריקטרעטן פון זייער פארארדענונג זיך צו מוזן רעגיסטרירן בכדי צו קענען ליינען תגובות, דערווייל וועט מען נישט האבן קיין אויסוואהל און זיך רעגיסטרירן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:27 am
דורך נאוואמינסקער
איך בין א יונגערמאן וואס וויל זעהן וואס טיט זיך אויף די וועלט פון נייעז. איך בין נישט די סארט מענטש וואס רעגירט אויף נייעז. איך בין נאר ניגעריג. אבער איך וועל גייבען לייקס איוף זאכען וואס געפעלט מיך.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:27 am
דורך קאטשניא
מדארף אייביג ווילן וואקסן און קליגער ווערן דא זעעט אויס ווי גאנץ א פיינע פלאץ צו וואקסן און זיך אויסשמועסן. לאמיר דא צוזאמען אינאיינעם שטיייגן מעלה באקודש🙏

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm
דורך קליינע צדיק'ל
א אינגע יונגערמאן
האט ליב צו הערן ליינען און פרעגן טיף און פיל מיט געפילן
איך וויל זיין א חבר דא צו קענען פרעגן ענטפערן און ליינען
היות קאווע שטיבל איז אוצר וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש
איך וויל קענען אדורך'שמועסן זאכן מיט קליגע אידן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm
דורך ליינען
איך בין א פרישע אינגערמאן אין איך זיך צי קענען מיטהאלטן די נייעס אויף א כשר'ע וועג מיין היים איז אין מאנסי איר האב געוויינט פארדעם אין וויליאמסבורג איך וויל מיך איינשרייבן צי קענען מיטהאלטן די אינטרעסאנטע נייעס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:44 pm
דורך מחפש
איך בין א טיפיקעל היימישע יונגערמאן אויפגעוואקסען אין א "נערמאלע" סביבה וכו', אבער איך זוך עפעס..., וועסטו פרעגן וואס זוכסטו? די תירוץ איך ווייס אויך נישט... אבער "עפעס" זוך איך... ווילסט מיך טרעפן וואס איך זוך אדער כאטשיג מיך העלפן פארשטיין וואס איך זוך... אדרבה! (איך מיין דו זוכסט איין זאך.... אייבערשטער!)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:45 pm
דורך פרי עץ הדר
פון קינדווייז אן האב איך געהאט אז שטארקע געפיל פאר נייעס און אינטערסאנטע מיינוגען דא אין קאווע שטיבעל איז די סחורה וואס ווערט געליפערט זייער רייל און אינטערסאנט נער דאס ליינען ווע דאס שרייבען און עס איז זייער נישט מצומצם יעדע דעב האט א ארט עס איז זייער ליבעראח נישט אז יעדע דעה איז ביי מיר מקובל אסער ווען עס קומט צו א פארעם פון נייעס וויל איך זעהן און וויסען אלה מיני דעה'ס נישט נאר געשטימט לויט די האבי פון איין קליינע קרייז דערפאר בין איך אינטערסירט צו זיין דא א מעמבער

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:45 pm
דורך יעקב קליינבערג
אונז האמער אלע ליב אינטערעסאנטע נושאים, ״קאנטרעווירשל״ ווי מען ריפט עס היינט. אני הקטן בדרך כלל האב עס אויך ליב. איך בין שטארק קאנסיווארטיוו, איך גלייך צי ״הערן״ קאנספיראציעס… אמאל לאך איך זיך אויס און צומאל לייג איך צי קאפ…

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:46 pm
דורך קריגס מיניסטער
איך גלייך צו שרייבן, נאכמער צו ליינען, מיין מיינונג איז על פי רוב מער אויף די פאזעטיווע זייט, אפי' אויב עס קוקט נישט אויס אזוי, האב איך אבער א פאזעטיווע הסבר פארוואס.
איך קוק שטארק ארויס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:31 pm
דורך מנחם מאניס
א חשובע אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען אינטערעסאנטע נושאים בענינים העומדים על הפרק אין העט פרובירן צו געבן לייקס אויף זאכן וואס ער האט הנאה אי"ה און אפשר מיט די צייט זיך אויסלערנען אליינס צו שרייבען