בלאט 183 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:04 pm
דורך צוויקא
כ'האב באשלאסן צו ווערן דא א מיטגליד ווייל כ'בין נייגעריג געווארן צו הערן וואס מענטשן וואס האבן טייל מאל אפילו אן אנדערע מיינונג ווי איך, האבן צו זאגן.
כ'בין נישט זיכער אז כ'וועל זיך דרייען דא אזא סאך, קען זיין אז כ'על נאר אריין קומען מזמן לזמן, אבער אמאל אין א "שוואכע מינוט" ווילעך האבן א פלאץ ווי כ'קען זיך אנהערן מיט פארשידענע מיינונגען, און צוריק גיין צו מיין ארבעט, שטילערהייט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 7:04 pm
דורך מאנטעבעלא
איך בין שוין א מעמבער דא אפאר יאר. איך עפען דעם נייעם ניק אויף צו לאזן וויסן און שמועסן איבער שיעורים וועלכע ווערן געגעבן אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי. די שיעורים זענען תוכנ'דיג און תורה'דיג, און זענען געגארט פאר אזעלכע סארט חכמים וועלכע זענען מעמבערס דא.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:33 am
דורך רוני
איך אינטערסיר מיר אין יידישע אוצר הספרים און היסטאריע ביכער, ווי אויך אין פארצייטישע פולמוסים [פאליטיק אין אונזערע שפראך].
איך האב אויך הנאה דורך צושמועסן און דיסקוסירן די היינטיגע מצב אין די יידישע וועלט, אויף א אפענער און ברייטקעפיגער פארנעם, אהן קיין צמצום המוחין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:34 am
דורך טיפער
העלא. וואס דארף איך צו שרייבן דא? אה, "עפעס וועגן אייך" אז איך האב מיך א נאמען געגעבן טיפער ווייל איך האלט מיך פאר אזאנס. "פארוואס איך האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן?" ווייל איך האב געזעהן אינטערעסאנטע נושאים מיט א פרעכע הודעה דו קענסט נישט ליינען אן זיין רעגיסטרירט! wow ס'האלט שוין ביי פופציג ווערטער, איך האב נישט געוואוסט פערציג איז אזא קליינע ציפער...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:22 pm
דורך משה ווייסבלום
א גוטן איך בון א אינגערמאן פון מאנסי היימיש חסידיש מיטה די פילע טראגע. אזוי ווי איך אלע. און א פלאץ ווי מען קען זית אביסל אויסשמיסן. איזה איביג א גיטע זאך וועגן דעם קים איך דא ארוף איך מיין אז איר ועט הנאה האבן אז איך בון דא און איר וועט הנאה האבן אז איך בון דא ..... איך מיין אז איך האב שוין 40 ווערטער סא הצלחה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 pm
דורך אמת ויציב ונכון וקים
זיכט דעם אמת שוין א לאנגע צייט, איך פרוביר צו זיין א אמתדיגע איד, איך האט נישט ליב קיין פאלשע מעשיות, איך האב ליב צו ליינען אסאך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 pm
דורך יאנקל בעל העגלה
א אינגערמאן נישט צו לאנג צוריק חתונה געהאט! לעצטנס אנטדעקט די גרויסע וועלט צומישט צווישן מיינע מחשבות!וויליג צו הערן נייע איידיעס! אבער איך נעם די רעכט צו אריינרעדן ווען נויטיג... לאמיר האפן אז כוועל צוגעבן עפעס צו מקום דא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:24 pm
דורך שלמה סגל
בס''ד

איך האב געהערט פון גוטע פריינט אז די פלאץ "קאווע שטיבל" איז א זעלטען גוטע פלאץ פאר ערליכע אידן זיך צי דרייען און פארברענגען

פון איין זייט גלייבט מען נישט דא אז יעדער איינער וואס זיין עלטער זיידע איז געווען א וואוילער איד און האט היינט אונטער זיך א ציבור אידן אז ער איז טאקע א צדיק, און נישט יעדע מנהיג מיינט טאקע דעם אייבערשטן אויף הונדערט פראצענט

און פון די צווייטע זייט א פלאץ ווי מ'קען באמת פארשטיין די גרויסקייט פון די ממלא כל עלמין און צי דער זייט פארשידענע אנדערע וויסענשאפטען און פיל מיט רייכע היסטאריע א.א.וו.

שרייב איך מיך איין און מיט הילף פון השי''ת וועט מען קענען ציזאמען פארברענגען אויף לאנגע געזונטע יארן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:24 pm
דורך פארקלאצט
שרייבנדיג אויף יעדע סארט פאפיר מיט יעדע סארט פענע
איז קאווע שטיבל געווען גאנץ א באנוצטע זייטל וואס מען האט אויפגעמישט פון צייט צו צייט,
די צייט איז פארלאפן,
עס איז געווארן פארשלאסן,
אבער עס איז דאך העכסט אינטערעסאנט,
דעריבער ברויך מען נעמען די שריט,
פון אריינקומען אין קהל אלס מיטגליד.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:57 pm
דורך שעפטאל
פארקלאצט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:24 pm שרייבנדיג אויף יעדע סארט פאפיר מיט יעדע סארט פענע
איז קאווע שטיבל געווען גאנץ א באנוצטע זייטל וואס מען האט אויפגעמישט פון צייט צו צייט,
די צייט איז פארלאפן,
עס איז געווארן פארשלאסן,
אבער עס איז דאך העכסט אינטערעסאנט,
דעריבער ברויך מען נעמען די שריט,
פון אריינקומען אין קהל אלס מיטגליד.
פארקלאצט איבערן שלום עליכם אשכול האבעך זיך געטראפן פארקלאצט איבער פארקלאצט'ס פארקלאצט'קייט.
קוקסט אויס ווי א פיינע שרייבער
עליכם שלום לאמיר האפן מ'וועט זיך בקרוב פארקלאצן אויף דיינע ווערק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:03 am
דורך שטריימל
איך האב זייער ליב צו ליינען און דערשמעקן געשמאקע ענינים, אזוי אויך צו שרייבן און צולייגן הוספות אויף פארשידענע געשריבענע זאכן, ספעציעל היימישע געשמאקע נייעס און אפדעיטס וואס קומען פאר ביי אנשי שלומינו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:04 am
דורך קארטל
אזוי ווי איך בין ברוך השם באהאווענט און אסאך אינטערעסטאנטע נושאים אין איך האב א גוטע פעדער וואלט איך געקענט באשטיין אז דער עולם זאל אויך הנאה האבן פון מיין נאליטש און איך האף קונה צי זיין אסאך אינטערעסטנטע זאכן פון דא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:05 am
דורך בינה ודעת
בעזרת השם יתברך איך וויל הערן און ליינען אלע נייעס פון די חברי חדר הקאפי וואס ווערט אן גערופן קאווע שטיבל בלע''ז וואס שרייבן אלע מיני אינטערעסאנטע נושאים אידישע און וועלטלעכע און עקענאמישע און סתם אזוי אלע מיני נייעס וואס טו זיך נאר אלץ נישט אפ אויף דער גארער וועלט וואס דער איין איינציגער באשעפער האט באשאפן אין זעקס טעג און אינעם זיבטן טאג האט ער גערוהט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:05 am
דורך פארשטענדליך
איך האב ליעב צו ליינען אסאך און צו האבן ידיעות, איך פרוביר צו טוען וואס עס איז ריכטיג אויפן תורהדיגע וועג

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:20 pm
דורך די קעפעלע
איך שרייב זיך צו קאווע שטיבעל מיט דער האָפענונג צו באַקומען קליגשאפט פון אנדערע און ארויסגעבען אייגענע מחשבות מיט ווערטער פון חכמה. איך בין נישט דער טיפּ וואָס וועט צוזאם רעדן שטותים און ליידיג זאכן נאר ווען איך פיל אז איך קען צולייגן עפּעס געשמאַק צו אַ שמועס וועל איך אריינקומען אינעם שמועס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:21 pm
דורך זה חלקי
שלום עליכם טייערע חברים

מיר קומען פון אנדערע פלאטפארמעס און די דאזיגע האט געפינען חן מער פון די פריעדיגע

אינזער ציהל איז צוצולייגן צו דיסקוסיעס מיינע 2 צענט און אפעקטירן פאזעטיוו די אשכולות ווי איך קאמאנטיר

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:58 pm
דורך חיים הערש
קאווע שטיבל זעט אויס ווי א געשמאקע ווינקל, איך בין געקומען ליינען מיטהאלטן און אויך צוגעבן, לויט ווי די מצב וואט גיין. לאמיר זען ווי אזוי עס וועט גיין. פון אנהייב וועל איך מן הסתם מער ליינען, און מיט די צייט און עקספיריענס אויך אנהייבן אליין צו שרייבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:59 pm
דורך שמערל שוסטער
איך וויל זיך איינשרייבען און קאווע שטיבל ווייל מען שמועסט אז עס איז דא געשמאקע ארטיקלן און נושאים וואס קענען ווערן אויסגעשמועסט דורך היימישע אידן. מיט אלע מינע מיינונגען און בעקגראונדס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:25 pm
דורך קליינע צדיק
א אינגע יונגערמאן אפאר יאר נאך די חתונה
האט ליב צו הערן ליינען און פרעגן טיף און פיל מיט געפילן
איך וויל זיין א חבר דא צו קענען פרעגן ענטפערן און ליינען
היות קאווע שטיבל איז אוצר וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש
איך וויל קענען אדורך'שמועסן זאכן מיט קליגע אידן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:26 pm
דורך יוזעראיידי
מען איז א חלק פון די פלאץ פאר די מענטשען וואס ניצען די גרויסע יידישע קהילה קאווע שטיבל עס איז דא צוויי מאל אין די לעצטע יאר וואס איך האב מיר אנגעשריבן אלעמאל ווער איך ארויסגעסיינט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:27 pm
דורך אברהם היהודי
א ייד פון קרית יואל א גרוש פאר זייער א לענגער צייטוואס האט אאדיקשן צו ספרים און חכמה און צו סייעמס האט לייב תורה אין פוליטיקה היסטוריה פון עם ישראל אין פלזיפה נישט קיין שרייבער האט ליב יעדער ייד הא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:28 pm
דורך פייער טראק
איך בין א מידל עידז יונגערמאן מיט א משפחה וואס קאווע שטיבל פאר מיר איז א פלאץ זיך אויב צו ליפטערן נאך א שווערע טאג ארבעט אדער ווען אימער, איך האב שטארק הנאה פין די שמועסן אין פארומס אויף ק"ש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:30 pm
דורך מוישה
א גוטן
איך בין א יונגערמאן אין די הויכע צוואנציגערס. געזעצט ב"ה.
מיינע באקאנטע זאגן אויף מיר אז איך בין א אהוב על הבריות, און איך האף בס"ד צו בלייבן אזוי אויך אונטער 'מוישה'ס' היטל.

איך זיך שוין לאנג א גוטע פלאץ וואו אדרוך צו רעדן זאן וואו אן ערוואקסענער מענטש. מיטן היינטיגן וועב איז שווער צו טרעפן א גוטן מקום דערצו. און קאווע שטיבל זעהט מיר אויס צו זיין די פאסיגסטע.
מיין פעדער איז נישט שלעכט ב"ה און איך גלייב אז סאמע וועלן נאר הנאה האבן פון מיין אריינקומען אין שטיבל.
איך פלאן נישט צו פארברענען דא מיין טייער צייט מיט לאנגע וויכוחים וכדומה. איך וויל נאר פשוט זיין א חלק פון דעם אינטרעסאנטן פלאץ.
ס'וועט מיר זיי א כבוד אויב קענט איר מיר ביטע געבן צוטריט צו אלע מקומות, אויך די איידעלע. איך בין נישט פון די מענטשן וואס וועלן אייך מאכן דארט פראבלעמען און איר וועט נישט הערן פון באניצערס קיין שלעכטס אויף מיר בס"ד.

א שיינעם דאנק
מוישה