בלאט 184 פון 213

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
נמשל כבהמות נדמו...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:09 pm
דורך ישראל גלויבער
ווער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
דער וועם דוד המלך אדער דער דובנער מגיד האט געמיינט...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:41 pm
דורך סקרן
פארוואס אין א לוח איך האב נעכטן ערהאלטן שטייט ערב ראש השנה תשע"ט "תכלה שנה וקללותי'"????

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:05 pm
דורך diff
מסתם א סיסטעם מוסדות לוח

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:50 pm
דורך תנחום
סקרן האט געשריבן:פארוואס אין א לוח איך האב נעכטן ערהאלטן שטייט ערב ראש השנה תשע"ט "תכלה שנה וקללותי'"????

'אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה'.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:25 pm
דורך סקרן
אבער ווער זאגט דער קומענדיגע יאהר וועט זיין אזוי שלעכט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:34 pm
דורך יין שרף
הליכות שלמה, מדברי הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:40 pm
דורך סקרן
https://www.youtube.com/watch?time_cont ... xATbkCv2VE
א אידישער מיידל וואס האט זיך געלאזט טויפן אויפ'ן הר הבית צום מוסלומענישער גלויבונג און האט לעצטער וואך אפגעמאכט צוריקצוקומען
אזוי טוהט מען ביי א חוזר חוזרת בתשובה? א ספר תורה מיט א נוסח?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
ומי כעמך ישראל גוי אחד: אין ארץ ישראל זענען אפילו די גויים אידן. די עיקר אויף די 2'טע ווידיא וואס מ'זעהט א מאמע מיט איהרע צוויי קינדער גייען באזוכן א פארצייטישע, אונטערערדישע מקוה...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:46 am
דורך תנחום
סקרן האט געשריבן:אבער ווער זאגט דער קומענדיגע יאהר וועט זיין אזוי שלעכט?

אנגעפילט מיט דריי טעג יומטובס...

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:10 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ע״פ הלכה מעג מען זאגן סליחות קודם חצות אלץ אז מזאגט נישט הד׳ הד׳ ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:14 pm
דורך וואלווי
אפשר קען מען זאגען כקורא בתורה מיט די טראפן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:27 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ס'איז דא אסאך מנינים קודם חצות, וואס טועהן זיי ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:49 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
זיי פרעגן נישט קיין קשיות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך פוסקים האבען עס שטארק פארדאמט, ובפרט עפ"י קבלה. מ׳זאגט נאך פון ר׳ משה אז באמת טויג עס נישט, נאר וויבאלד ס׳איז נישט מדינא דגמרא, קען מען עס נישט אסר׳ן ממש. הרב אלישיב האט שטארק גערעדט קעגען.

איך מיין אז ס׳איז א מאדערנע זאך, פארצייטענס האט עס קיינער נישט געטוהן. די גאנצע ענין פון סליחות איז דאך באשמורת, ווען ס׳איז א שעת רחמים. אפילו נאך עלות שטייט שוין אין פריערדיגע (מטה אפרים ועוד) אז מ׳האט שוין מקיל געווען, אבער פאר חצות נישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:38 pm
דורך יין שרף
הליכות שלמה, מדברי הגאון רבי שלמה זלמן אורבאך זצ"ל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:05 pm
דורך ישראל גלויבער
פארוואס שטייט 'בני אדם' יושבי חושך וצלמוות. בן אדם איז א נידריגערע נאמען ווי אנוש אדער איש אדער גבר?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:53 am
דורך berlbalaguleh
מסתמא ווייל ס'איז באזירט אויפ'ן פסוק אין תהילים קפיטל ק"ז (הודו)..."יושבי חושך וצלמוות. אסירי עני וברזל. כי המרו אמרי א-ל"...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:50 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:מסתמא ווייל ס'איז באזירט אויפ'ן פסוק אין תהילים קפיטל ק"ז (הודו)..."יושבי חושך וצלמוות. אסירי עני וברזל. כי המרו אמרי א-ל"...!

ממילא? וועגן דעם שטייט נישט ילידי ארץ יושבי חושך? אדער בני אנוש אסירי עני וכו'? ס'משמע אז 'בן אדם' איז א נידריגע נאמען - א זינדיגער א נידערטרעכטיגער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
נו, דאס איז דאך דאס גאנצע עניין פון כפרה שלאגן. הכנעה און תשובה. הודאה און עזיבת החטא. און חרטה...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. דער אופן ווי דאס כפרה שלאגן ווערט פראקטיצירט דאהי אין ניו יארק איז שרעקליך. שומו שמיים. ס'איז פארבונדן מיט א סאך נייע איסורים. אנגעהויבן פון צער בעלי חיים. ווי מ'פייניגט אויס די הינדלעך. אן א טראפ וואסער אין די היצן. און חילול השם איום ונורא. און הונאה. וואס גרעניצט זיך מיט גניבה און גזילה. אלעס ווייל די געלט גייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן ווי מער געלט.

אין מאנטריאל יצ"ו מיט יארן צוריק איז עס פראקטיצירט געווארן אויפ'ן ריכטיגן וועג. מר. בערקאוויטש. דער טשיקן סוחר האט ארויפגעלייגט א ..."טעג"... מיט'ן נאמען אויף א יעדן טשיקן. און נאכדעים וואס מ'האט עס אפגעפליקט און כשר געמאכט האט מען עס דעליווערט צו דעם קאסטומער אהיים. און ווער ס'האט געוואלט האט עס געקענט אוועקגעבן פאר צדקה. אט דאס איז די כוונה פון דעם טייערן מנהג פון שלאגן כפרות...!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 9:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:16 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, דאס איז דאך דאס גאנצע עניין פון כפרה שלאגן. הכנעה און תשובה. הודאה און עזיבת החטא. און חרטה...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. דער אופן ווי דאס כפרה שלאגן ווערט פראקטיצירט דאהי אין ניו יארק איז שרעקליך. שומו שמיים. ס'איז פארבונדן מיט א סאך נייע איסורים. אנגעהויבן פון צער בעלי חיים. ווי מ'פייניגט אויס די הינדלעך. אן א טראפ וואסער אין די היצן. און חילול השם איום ונורא. און הונאה. וואס גרעניצט זיך מיט גניבה און גזילה. אלעס ווייל די געלט גייציגע סוחרים וויללן אריינכאפן ווי מער געלט.

אין מאנטריאל יצ"ו מיט יארן צוריק איז עס פראקטיצירט געווארן אויפ'ן ריכטיגן וועג. מר. בערקאוויטש. דער טשיקן סוחר האט ארויפגעלייגט א ..."טעג"... מיט'ן נאמען אויף א יעדן טשיקן. און נאכדעים וואס מ'האט עס אפגעפליקט און כשר געמאכט האט מען עס דעליווערט צו דעם קאסטומער אהיים. און ווער ס'האט געוואלט האט עס געקענט אוועקגעבן פאר צדקה. אט דאס איז די כוונה פון דעם טייערן מנהג פון שלאגן כפרות...!

און נאך אלע עבירות, נאך אזא פארציע לשון הרע.